הלוואה פאר א ביזנעס

18 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=302

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2012-01-22 22:52#1
הלוואה פאר א ביזנעס
איך זוך א הלוואה פאר א ביזנעס, מ'רעדט נישט פון קיין גרויסע געלטער ס'זאל זיך לוינען צו נעמען א באנק לאון (אויב מ'קען בכלל ווערן עפראווד היינטיגע צייטן)
ווער קען ארויסהעלפען?
2012-01-22 23:51#2
הלוואה פאר א ביזנעס
דו רעדסט פון עיסקא?
האסט ערבים?
2012-01-23 10:07#3
הלוואה פאר א ביזנעס
עס איז דא אן ארגאנאזאציע וואס הייסט
Hebrew Free Loan Society
זיי האבן זיך לעצטענס משתף געווען מיט די UJO און פארטיילן ביזנעס לאונס ביז 25 אלפים (פארשטייט זיך אז מען מוז קודם פארשטעלן א גרוטליכער ביזנעס פלאן וכו')
2012-01-23 13:10#4
הלוואה פאר א ביזנעס
שכח פאר די ענטפערס ווייסט עפשער מער איפארמעשין וועגן UJO ?
וועגן א עיסקא איך זיך דעס אויך אוודאי האב איך ערבים סא אפשר קען זיך איינער מרחם זיין ?
2012-01-23 13:28#5
הלוואה פאר א ביזנעס
עס איז דא א גמח אין וויליאמסבורג וואס בארגט אויף עיסקא
2012-01-23 15:46#6
הלוואה פאר א ביזנעס
שכח זרח. האסט עפשער א נמבער פון די גמ''ח אדער עני אנדרע אינפא ?
2012-01-23 16:59#7
הלוואה פאר א ביזנעס
איך מיין אז כדי צו קוואליפייען פאר די הלוואה מיז מען קודם דורך דגיין דער "פתוח" ביזנעס קורס (בחונם)
2012-01-23 17:38#8
הלוואה פאר א ביזנעס
איך האב זיי שוין געפרעגט זיי האבן גענטפערט אז סאיז נאר אין שטאט סא איך וואין אין אפסטעיט. סא אני העלפ.... ?
2012-01-23 19:35#9
הלוואה פאר א ביזנעס
הער אויס

שרייב ארויס די סכום וואס די ווילסט, וויפיל פראצענט דו געסט. און אנדערע פרטים.

און פאר וועם עס איז אינטערעסאנט וועט זיך פארבינדן מיט דיר. (וגם אני בתוכם)
2012-01-24 00:02#10
הלוואה פאר א ביזנעס
יא זעכער עס איז א גוטע עצה. די רעדע איז פון $15.000 - $25.000 די פרעצענט איז בערך רעגלער איך מיין אז סאיז ביי 15%. די הלוואה איז בערך פאר א יאר. די ביזענס פארוואס איך דארפס עס איז גאר א קראנטע ביזענעס א שטארקע זאך איך האב אויך ערבים. סא איך קוק ארויס ווער עס אינטערסירט זאל מיר קאנטאקטן.
2012-01-25 16:24#11
הלוואה פאר א ביזנעס
(01-25-12 04:13 PM)hopefully האט געשריבן:  א גוט יאר הרב קרן עזר איך האב זיי שוין געפרעגט זיי בארגן נאר אויב מען איז אין שטאט די זאך איז איך בין אין אפסטעיט. סא יאט איינער דא א אנדרע עצה ?
וועגן די גמ''ח ווייסט איינער א נאמבער ? העלפ ?

ליידער קען איך דיר נישט ענטפרן מאמנטאל פין א ארגענעזעישאן פאר אפסטעיט יודן
אין האב מורא אז ס'נישטו,

נאר אז מ'רעדט שוין
אויב די באקומסט א טעקס ריטורן יערליך דארפסטו קענען גרינגער טרעפן א מלוה
ווייל די האסט א גיטע שיעבוד

זיי אבער גרייט אינטערצושרייבן אז אויב די באצאלסט נישט די חודש'ליך פעימענטס וועסטו מוזן פיילן די טעקס ריטורן דורך איפייל אינעם מלוה'ס אקאונט אן קיין שום טענות
אין ער וועט קענען נעמען האלב פין די טעקס ריטורן אנשטאט די חודשליך פעימענטס עד שישלם החוב (זעה ער זאל נישט נעמען די גאנצע טעקס ריטורן ווייל אויב יא וועסטו נישט האבען קיין געלט פאר ספעציעלע סעזאנען ווי יו''ט, קעמפס אד''ג)

א טעקס ריטורן איז היינט די שטערקסטע שיעבוד - לויט אסאך אפילו שטערקער פין קרקעות

הצלחה

דרך אגב, איך ניץ טאקע די ניק קרן עזר
אבער קרן עזר טראגט נישט די אחריות אויף מיינע געשרייבעכטצער
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-25-12 04:39 PM דורך קרן עזר .)
2012-01-25 16:25#12
הלוואה פאר א ביזנעס
די גמח ווערט אנגעפירט דורך גרינפעלד, און כולל אברכים קיעפ סטריט
2012-01-25 16:38#13
הלוואה פאר א ביזנעס
הרב קרן עזר WOW........... יעצט זאגסטו גוט נישט בייגעפאלן די עצה פון Tax return א גרויסע שכח.
2012-01-25 21:56#14
הלוואה פאר א ביזנעס
(01-25-12 12:12 PM)קרן עזר האט געשריבן:  
(01-25-12 01:20 AM)Drudge האט געשריבן:  א גוטן הרב קרן עזר,

איז עס "ריסק פרי" דאס הייסט אויב די ביזנעס ארבעט זיך נישט אויס, דארף איך צאלן פון מיין מיין אייגענע טאש? אדער נישט?
איך שטעל מיך פאר אז יא
זיי טיילן נישט קיין געלט, נו פארוואס זאלען זיי זיין אנדערש ווי סיי וועלכע הלואה
פארדעם דארפן זיי דאך גיטע ערבים

איך האב געטראכט אז קען זיין אז ס'איז אזא סארט גאווערמענט פראגראם וואס אינוועסט אין סמאלל ביזנעסער, אז מען זאל קענען נעמען א שטיקל ריסק.

אויב איך דארף סייווי צוריקצאלן אפילו ווען די ביזנעס פאלט דורך, איז שוין גרינגער צו בארגען פון די ערבים דירעקט, צו וואס ארייננעמען נאך איינעם אין די זאך.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-25-12 09:57 PM דורך Drudge .)
2012-01-26 01:48#15
הלוואה פאר א ביזנעס
(01-24-12 02:33 AM)Luzer Mendel האט געשריבן:  איך קען א אינגערמאן וואס פארדינט געלט דורך בארגען אויף עיסקא, ער טוט עס שוין איבער צען יאר, און איך מיין אז ער שטופט דורך דערמיט.

ווייסט איינער צו מצד הלכה איז עס הונדערט און איין פראצענט אויסגעהאלטן? איך האב אמאל געהערט אז ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן דערפון. כמדומה אז עס דא א לשון אין די פוסקים אז מען זעט נישט קיין סימן ברכה אין עיסקא געלט. ליגט עפעס דערין?

איך מיין קיינעם נישט צו מאכען קיין קאלטע פוס, איך פרעג עס פאר מיר אליין, איך האב אפגעשפארט עטליכע אלפים וואס כוואלט געקענט באשטיין צו אינוועסטירן אויב מצד הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם.

אזויווי די ת"ח דא האבן זיך נישט באצויגן צו מיין שאלה (אוואו איז ערעב מיכל ווען מ'ברויך אים?) האב איך אררינגעשיקט מין שאלה צו די רעדאקציע, האפענטליך וועט עס געענפערט ווערן אין די אליבא דהילכתא ווינקל.
2012-01-26 12:38#16
הלוואה פאר א ביזנעס
א עיסקא איז נאר ווען מען אינוועסט און עפעס ווי למשל א ביזנעס, פראפערטי וכדומה. אויב אינוועסט מען נישט און עפעס איז נישט דא קיין היתר עיסקא, און אויב אינוועסט מען און א ביזנעס, דארף מען זיין גריט צו דערלייגן אביסל אויב עס ארבייט זיך נישט אויס (דאכט זיך מיר אז היינט מאכן רוב מענטשן אז מען דערלייגט נאר אפאר געציילטע דאלאר)

אגב אויב מען רעדט שוין פון ריבית, ביים קעשן א טשעק ביים טשעק קעשינג איז אויך דא א ריבית שאלה אויב די טשעק קומט צוריק
2012-01-29 17:03#17
הלוואה פאר א ביזנעס
ערבך ערבא צריך, ווי אזוי מאך איך טאקע זיכער אז דער לוה גייט טאקע פיילן זיין טעקס ריטוירן צו מיין אקאונט?
2012-01-29 17:20#18
הלוואה פאר א ביזנעס
(01-29-12 05:03 PM)אברעמל האט געשריבן:  ערבך ערבא צריך, ווי אזוי מאך איך טאקע זיכער אז דער לוה גייט טאקע פיילן זיין טעקס ריטוירן צו מיין אקאונט?
אטו ברשיעי עסקנים?
מ'רעדט דא פין איינעם וואס די קענסטו געטרויען
נאר וואס דען, האסט מורא אז זיין געשעפט וועט זיך נישט אויסארבייטן אין ער וועט דיר נישט קענען באצאלען
יעצט אויב שרייבט ער אינטער פאר דיר א התחייבות אז ער גייט דאס פיילן אין דיין אקאונט ביזטו עס למעשה זוכה קודם דמטא הנאה לידיה