געדאנקען איבער די סיטיפיעלד כנסי' הגדולה
[quote='מנחם' pid='3757' dateline='1336332393']
אן אריינגיין צו מ׳דארף יא גיין אדער נישט גיין צום כינוס, מיט א ניכטערן בעה״ב׳ן בליק איז דא זייער אסאך אומפארענטפערע קשיות ארום דעם כינוס.
למשל,
ווער ׳פונקליך׳ שטייט אונטער די גאנצע כינוס,
עסקנים און גדולי הדור וואס ווייסן וואס גייט פארקומען!!!
וועם ׳פונקטליך׳ רופט מען,
כלל ישראל, ווער ס'וויל בלייבן ערליך
ווער ׳פונקטליך׳ גייט אויפטרעטן,
מ'קען נישט זאגן, וועגן יעדע מאן דהוא'ס ראשי קהלה וועלן לייגן דרוק אז זייער בענקל זאל אויפטרעטן
וואס גייט מען דארט רעדן
איך פארשטיי נישט די פראגע. אנטשולדיגט!
וויפיל צייט גייט דאס זיין
4-5 שעה (אזוי טראכט איך. מעגסט אויך מאכן אייגענע חשבונות.)
פון ווי איז דא אזויפיל געלט פלוצלינג.
פון נדבנים און פון טיקעטס וואס ווערן פארקויפט
וועלעכע קאמפאני׳ס ספאנסערן דאס,
קיינער!!!
[b][b]און די קשיא פון זרח. איז דען נישטא בעסערע וועגן צו ניצן די געלט אנצוקומען צו די זעלבע ציל,[/b]
וועלכע?????? די נארישע צעטלעך פון טאנקן מיט בעבישע בילדער...????
כהנה איז דא אומפארענטפערע קשיות וואס נאכט נארשווער פאר א פארנימענער בעה״ב צו אפמאכן אז ס׳איז גענוג וויכטיג אוועקצוגעבן 6-7 שעה פון זיין צייט פאר דעם צוזאמקום.
טייערע מנחם מיט אלע וואס שטעלן ספיקות:
אין ביזנעס ווייסט מען אז מען דארף ריזיקירן כדי צו מאכן פראפיט, דא פארלאנגט מען סך הכל, נישטיגע אפצאל און 6-7 שעה, אין מיינע אויגן איז די ריזיקע זייער קנאפ אקעגן די פאטענציעלע אויפטו.
[i]טייערע פארפלאגטע אידן, פרייט אייך אז ס'איז דא וואס רייסן אוועק פון זייער טייערע לעבן פארן כלל, עס איז זייער גרינג צו אוועקמאכן, אבער טראכט אריין איז עס נישט אפשר א דרך פון יצר הרע??
ווער ווייסט צו מען פארפאסט נישט א שאנס איצטערט צו אוועקשטעלן יסודות הדת. נאך מער ווער ווייסט צו יעצט איז די צייט צו ווייזן פאר השי"ת איך טו וואס איך קען אבער דו היט מיר פון אויבן. עס ציטערט צו שרייבן אזעלכע ווערטער אבער עס קען זיין אז ווער עס מאכט שוואך דעם כינוס לייגט זיך ארויף אויבן אויפן שווארצע ליסט, וואו די אלע אמאליגע שבת-ארבעטענדע אידן האבן פוגירט.
זייט נישט אייליג מיט אייערע קאמענטארן!!![/i][/b]
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 05-09-12 04:15 PM דורך אברהם .)