אויף וועמענ'ס צייט?
נעכטן נאכט האבעך געכאפט א טרעמפ אהיים פון א חתונה, מיט א מיטליעריגן איד, א חכם ונבון, און ווי נישט האט זיך געשלענגלט דער שמועס ביז אינ'ם כינוס כללי אריין, דיסקוטירנדיג דעם צד החיובי והשלילי מכל הצדדים, ווען אינמיטן שטעלט מיר דער איד וועלכער - ווי מיינסטנס בני גילו - האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין טעכנאלאגיע, א אינטערעסאנטע פראגע:
"מען רעדט כסדר אז אינגעלייט זיצן אויפ'ן אינטערנעט, פארנומען מיט דברים האסורים ומותרים, פאליטיק, נייעסלעך, בלאגס, פארומס, עס גייען אימעילס און תגובות חזור ושוב, מען שרייבט און ליינט גאנצעטע ארטיקלען, וואס דאס אלעס פארנעמט א שיינעם טשאנק פונ'ם טאג, אלזא, איך פאראורטייל נישט קיינעם, איך וויל נאר וויסן - פירט ער אויס - אויף וועלכע צייט טוט מען דאס, אין אנדערע ווערטער, וואס וואלט דער יונגערמאן געטאן אין די צייט, ווען ער האט ווען נישט דעם אינטערנעט, געלערנט? געדאוונט? תיקון הכללי? פרק שירה? געשמועסט מיט'ן ווייב? געגאנגען צום ביעטש? שאפינג? נאכמיטאג דרימל? בעסער געזאגט, ואס פלעגט דער עולם טוהן מיט 15 יאר צוריק אין די צייט וואס מען איז היינט פארנומען מיט'ן אינטערנעט? איינער געדענקט נאך?
כ'מוז אייך זאגן למען האמת, כ'בין געשטאנען געפלעפט, כ'האב נאך קיינמאל נישט באטראכט די זייט פון די מטבע, נעמליך, דער מאסיווער צייט קאנסאמפשען וואס דער אינטערנעט שטעלט מיט זיך פאר, אין די שאלה עגבערט מיר באמת: ווער דערלייגט אויפ'ן איבוד הזמן וואס דער אינטערנעט שטעלט מיט זיך פאר?
כ'בין נייגעריג צו הערן אייער מיינונג.
נ.ב. צייכנט אן נאך אייער תגובה, וואס איר וואלט ווען געטוהן אין די צייט ווען נישט איר שרייבט די תגובה.