סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=337

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2012-05-23 17:46#1
סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס
איך וויל אפשר זיין אין די וואדבערן געגענט דעם זומער.
איך זע אויף די ספרינט קאווערעזש מעפ אז עס איז נישטא קיין סערוויס.

start: postbit_attachments_thumbnails_thumbnail [בילד: נישט געראטעוועט]    end: postbit_attachments_thumbnails_thumbnail

איז דא עפעס א עצה? למשל א עקסטענדער? עס איז דאך ממש נישט מעגליך אנצוגיין אן מיין סעלפאון און אימעיל פאר די גאנצע וויקענד און עטליכע טעג אינדערמיט.
2012-05-23 22:43#2
סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס
עס איז אומגלויבליך ווי יארן גייען אדורך און יעדע זומער מיין איך אז ספרינט וועט זיך בעסערן, אבער אלעס בלייבט ביים אלטן.

עס איז געווען אין די נייעס אז א פרוי איז געשטארבן לעצטענס אין די מאונטעינס ווייל עס איז נישט געווען קיין סערוויס, זיי האבן געקאלט ניין מאל 911 אבער עס איז נישט דורך, ביידע זענען דערנאך געשטארבן.

עס איז געווארן אביסל א טומעל דערוועגן, אפשר וועט עס עפעס העלפן.

ער איז געווען א איד און זי איז ליידער געווען א גויטע, אבער זי האט געראטעוועט אידן ביי די וועלט מלחמה.

http://news.cnet.com/8301-17852_3-574330...uple-dies/
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 05-23-12 10:45 PM דורך אנאליזירער .)
2012-05-24 18:05#3
סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס
איך מיין אז אין די מאונטעינס איז עס ראומינג אויף ווערייזאנס נעטווארק. עכ"פ אויף געוויסע פלעצער.

נישט קיין פערפעקט סאלושען, קען אויסקומען טייערער, און האט נאך אנדערע חסרונות, אבער עכ"פ בעסער ווי גארנישט.
2012-05-24 18:52#4
סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס
ווערייזאן איז אויך גאר שוואך אין געוויסע געגענטער
2012-05-24 18:53#5
סעלפאון סערוויס אין די מאונטענס
(05-23-12 10:43 PM)אנאליזירער האט געשריבן:  עס איז אומגלויבליך ווי יארן גייען אדורך און יעדע זומער מיין איך אז ספרינט וועט זיך בעסערן, אבער אלעס בלייבט ביים אלטן.

עס איז געווען אין די נייעס אז א פרוי איז געשטארבן לעצטענס אין די מאונטעינס ווייל עס איז נישט געווען קיין סערוויס, זיי האבן געקאלט ניין מאל 911 אבער עס איז נישט דורך, ביידע זענען דערנאך געשטארבן.

עס איז געווארן אביסל א טומעל דערוועגן, אפשר וועט עס עפעס העלפן.

ער איז געווען א איד און זי איז ליידער געווען א גויטע, אבער זי האט געראטעוועט אידן ביי די וועלט מלחמה.

http://news.cnet.com/8301-17852_3-574330...uple-dies/

אינטערעסאנטע מעשה, נעבעך.

(05-24-12 06:05 PM)שמעלקא האט געשריבן:  איך מיין אז אין די מאונטעינס איז עס ראומינג אויף ווערייזאנס נעטווארק. עכ"פ אויף געוויסע פלעצער.

נישט קיין פערפעקט סאלושען, קען אויסקומען טייערער, און האט נאך אנדערע חסרונות, אבער עכ"פ בעסער ווי גארנישט.

די פראבלעם איז אז איך האב בוסט מאביל, טאקע ביליגער, אבער זיי האבן נישט קיין ראומינג, אפילו פאר באצאלט.

זיי נוצען נאר די ספרינט נעטווארק (סאיז געאונט ביי ספרינט, אזוי ווי ווירזשין מאביל)

וועגן דעים איז די מאפע אויבן ווייס, ווייל בוסט איז דארט טויט, אויף די ספרינט מאפע איז עס א אנדערע קאליר, ווייל סאיז דא ראומינג.