געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=338

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2012-05-24 01:36#1
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
איך זיך דרינגענד ארויסצודינגען א אפיס אין די קעטסקילס אויף זומער.

זאל האבן אינטערנעט סערוויס.

אויב איר האט א פארשלאג אדער איר ווייסט פון עפעס, ביטע שרייבט דא אדער מעלדעט מיר אין אישי.

א דאנק פון פאראויס.
2012-05-24 22:30#2
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
קעטסקילס, איך ווייס נישט ווי מ'קען רענטן, אבער איך מיין אז די קענסט דא מאכן שיין געלט, אויב איז דא די פארלאנג, וואס איך מיין אז עס איז זיכער דא, און ס'איז נישטא די סופליי, לייג דיך אריין דערצו, עפען א סענטער, איך מיין אז די קענסט דא מאכן אסאך אסאך געלט,

פארשטייט זיך אז עס מיז זיין גוט אויסגערעכנט פון פאראויס כדי זאלסט נישט דערלייגן, ווי למשל איינע פון די זאכן, וויבאלד עס איז נאר פאר 2 חדשים מיז עס ווערן באצאלט גלייך ביים אויפסיינען אדער מיט א קרעדיט קארד אן פייל, א.א.וו. זיך צו באווארענען פון מענטשן וואס "פארגעסן" אז מ'דארף באצאלן,

איינע פון די אפשענס איז צו דינגען אפיס טרעילערס פאר 2 חדשים, טרעפסט א ליידיגע פארקינג לאט, דינגסט עס אפ, און געגאנגען, איך זעה דערין א געוואלדיגע אינקאם פאטענשאל, ווען איך האב ווען נישט א פול טיים זדשאב וואלט איך עס געטוען,

צו דינגען אפיס טרעילעס גיי דא
http://www.willscot.com/index.php
2012-05-24 22:55#3
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
א דאנק מנחם פאר די איידיע, איך האב נישט קיין גרויס חשק דערצו, איך וועל ליבערשט אפדינגען א אפיס וחסל, אבער אויב איך טרעף נישט לוינט זיך אפשר יא עטליכע מענטשן צוזאמען צו דינגען.

אויב איינער וויל אויך א אפיס אין די קעטסקילס זאל דא שרייבען אדער מיר שיקן אין אישי.

טרעילארס איז א וואזשנע איידיע, אבער איך גלייב אז אין די מאונטעינס איז גרינג צו טרעפן ליידיג פלאץ פאר ביליג, עס איז גוט ווען איינער דארף דוקא אויף א געוויסע פלאץ.

אגב, איך האב געקוקט זייער סייט זע איך אז זיי פארקויפן יוזד אויף איבעי. זייער ביליג אבער שיפינג איז נישט אינקלודעד.

http://stores.ebay.com/Williams-Scotsman_W0QQ_armrsZ1
2012-05-29 12:01#4
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
מען קען זיצן אין א טרעילער ווען אינדערויסן איז 100 F?
2012-05-29 12:26#5
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
זרח, דאס זענען נישט טרעילערס. דאס זענען אפיסעס אדער סיי וואספארא אנדערע שטיבלעך געבויעט אויף טרעילער פלעטפארם אנשטאט אויף א סמענטענע פאונדעישאן. און פונקט ווי צען לייגט אריין אן עירקאנדישאן אין א סמענטענע בילדינג, לייגט מען אריין אן עירקאנדישאן אין א טרעילער בילדינג.
פארענטפערט?
2012-06-18 13:43#6
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
איך האב געטראפן א גרויסע אפיס וואס מען קען איינטיילען פאר מער ווי איין מענטש, פאר גאר ביליג, וכל הקודם זכה.

אויב איר זענט אינטערעסירט פאר א אפיס אין די קעטסקילס, אינטערנעט ערקאנדישאן אינקלודעד, 24 שעה פרייוועט עקסעס.

שיקט מיר אין אישי ווי שנעלער.
2012-06-18 14:07#7
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
ע״ז נאמר יגעתי ומצאתי תאמין
2012-06-20 14:48#8
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
וועכע געגענט?
2012-06-20 14:54#9
געזוכט צו רענטן אפיס אין קעטסקילס
פאלסבורג