די בעסטע באנק פאר ביזנעס

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=34

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 15 תגובות; געראטעוועט 10. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-07-07 00:06#1
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
וועלכע באנק איז דאס בעסטע פאר ביזנעס?
2011-07-07 11:24#2
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
לויט וויפיל איך ווייס:
טשעיס איז זייער גיט פאר א פראפעשנאל ביזנעס,
זיי קלערן זייער שנעל שטעקס אין זיי האבען די מערסטע לאקעישאן'ס אין ניו יארק
זייער וועבסייט איז זייער גיט מיט אסאך פיטשערס


פאר א חסידישע ביזנעס איז גיט סיגניטשור
2011-07-07 11:44#3
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
וואס זיכסטו?

איך ניץ BANK OF AMERICA און איך בין אויסערגעווענליך צופרידן פון די מעלות וואס זיי האבן
קודם די חסרונות
די עיקר חסרון איז אז זיי מאכן אסאך שוועריגקייטן מיט 3RD PARTY CHECKS מען דארף אריינלייגן געלט און א אקאונט.
2011-07-07 12:15#4
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
(07-07-11 11:24 AM)זלמן האט געשריבן:  פאר א חסידישע ביזנעס איז גיט סיגניטשור

זיי זיך ביטע מער מסביר, על מה ולמה?
2011-07-07 12:17#5
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
און ביי א נאן פאר פראפיט קען מען דאס אויך נישט

די מעלות


זייער אנליין בענקינג איז אויסנאם באקוועם מיט מוראדיגע מעללות מען קען טשעטן מיט א ריפריזענטעטיוו און סעקונדעס און זיי קענען טוהן אלעס וואס מען קען טוהן אויפן טעלעפאן


עס איז זיייער שיין און גרינג און באקוועם זייער סייט

מען קען זיך אויפסיינען צו טעקסט בענקינג אז מען קען באקומען א טעקסט מעסעדזש עני טיים מיט די באלאנס

און ווי אויך קען מען דיפאזיטן ביז 10 טשעקס אויף איין מאל און זייער ATM אן א ענוועלאפ די מאשין ליינט אפ די טשעק און מען ווערט גראד געקרעדיטעד פונקט ווי מען גייט צו א TELLER

טשעקס ווערן געקלעירט אווערנייט

ביז 8 ביינאכט אז מען מאכט א דיפאזיט ביי די ATM ווערט עס פאררעכנט ווי די פארגאנגענע טאג דהיינו אז די געלט איז שוין אוועיליבל די נעקסטע אינדערפרי

די ATM נעמט אן ביז 40 DOLLAR BILLS און עס גיייט גראד אריין און די אקאונט
אזהרה

סיגנעטשור נעמט 5 ביזנעס טעג לכל הפחות ביז זיי קלעירן א טשעק
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-07-11 12:22 PM דורך זרח .)
2011-07-07 15:22#6
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
(07-07-11 12:15 PM)שמואל האט געשריבן:  
(07-07-11 11:24 AM)זלמן האט געשריבן:  פאר א חסידישע ביזנעס איז גיט סיגניטשור

זיי זיך ביטע מער מסביר, על מה ולמה?

וועגן די ליין אוו קרעדיט וואס מען קען דארט באקומען אין די הויכע ציפערן
2011-07-07 15:38#7
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
(07-07-11 03:22 PM)זלמן האט געשריבן:  וועגן די ליין אוו קרעדיט וואס מען קען דארט באקומען אין די הויכע ציפערן

נאר א חסידישע ביזנעס ברויך א הויכע ליין אף קרעדיט? אתמהה

מאך אונז נישט אזוי דיפרענט, מיר זענען נישט געבוירן אויף די לבנה (לפי מיטב ידיעתי)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-07-11 03:38 PM דורך Luzer Mendel .)
2011-07-07 16:35#8
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
זרח, גוט צו וויסן אז מען קען דעפאזעטן קעש אין א עי. טי. עם. און עס ווערט עוועיליבל דעם קומענדיגן טאג. ביי עפל באנק נעמט עס אסך לענגער.
2011-07-08 10:28#9
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
ניין !!!! די האסט מיר נישט גיט פארשטאנען קעש ווערט אוועיליבל און די מינוט די לייגסט עס אריין
טשעקס ווערט אוועיליבל די נעקסטע טאג
און קורצן

די ATM איז די זעלבע זאך ווי א טעלער עס איז נישט קיין שום חילוק

עפל באנק האב איך שוין געשריבן אז עס איז מער גמח ווי באנק
איך האב א אקאונט און סיגניטשער אויך צוליב פארשידענע סיבות, עס איז א קראנק פלאץ בעצם
למשל: איינמאל קומט צוריק א טשעק וואס איך האב ארויסגעגעבן וועגן די אקאונט איז פראוזען גיי איך צו סיגניטשער זיי זעען בכלל נישט אז א טשעק איז צוריקגעקומען גיי ווייס וואס עס גייט פאר מיט זיי
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-08-11 10:31 AM דורך זרח .)
2011-07-10 13:02#10
די בעסטע באנק פאר ביזנעס
צו "נישט" האבן פראבלעמען מיט עפל באנק דארף מען זיין א שטארק מסודר'דיגע מענטש. איך הער אסאך פון מענטשן ווי זיי זענען אריינגעפאלן דארט, בעיקר ווען מען דעפאזיט די לעצטע מינוט א.ד.ג.

מיין עפל באנק אקאונט נוץ איך צו צאלן אלע מיינע בילס, פשוט ווייל איך בין שוין דארט זינט שנה ראשונה, און עס פארט. יעדע אנפאנג חודש לייג איך אריין מיינע פאר דאלער, און איך צאל מיינע בילס בעפאר די 10טער.

איך בין סך הכל איינמאל דורכגעפאלן, ווען איך האב געמאכט א דעפאזיט פון קעש מיט טשעקס צוזאמען. איך האב געוואוסט זייער פאליסי אז טשעק געדויערט 2 - 3 טאג ווילאנג עס איז אוועליבל, און קעש איז אוועליבל גלייך (ביי די עי טי עם קען עס דויערן א האלבע טאג), אבער וואס איך האב נישט געוואוסט איז אז ווען מען דעפאזיט קעש מיט טשעקס צוזאמען ווערן "ביידע" אוועליבל אין 2-3 טאג. האב איך געמוזט שטיין און ווארטן מיט געדולד. א מין משוגעת. און דאס איז אויך ווייל איך האב זיך דערמאנט די לעצטע מינוט.

מען דארף אויך מאכן זיכער נישט צו צאלן בילס אפילו אויף א שפעטערדיגע דאטום, אויב איז נישט יעצט די גאנצע סכום אוועליבל, אפילו עס גייט שפעטער - בשעת די ביל וועט באצאלט ווערן- יא ווערן אוועליבל. כך שמעתי