מצב הפרנסה ביים היימישן עולם
יישר כח שמעי' פאר'ן ברענגען די פאול, נישט ווייל מיר האבן דאס נישט געוויסט, נאר ווייל עס קאנפירמט נאכאמאל וואס מיר אלע ווייסן שוין.
אבער לאמיר פאר איין מינוט אוועקקוקען פון די גוי'אישע זייט, לאמיר באטראכטן די סיסטעם ביי אונז היימישע אידעלעך.
די סיסטעם איז בראוק. טאטאלי!!!
נארמאל
איינער וואס ארבעט אין זיין געגענט, ווערט באצאלט פאר זיין קענעטעניסן, ברענגט אהיים א וועיזדש, דארף קאווערן זיין ליווינג עקספענסעס פון זיין געגענט
פאקט, עס קאווערט נישט
סיבה 1, אסאך ווערן אנדערפעיד,
סיבה,
אוממענטשהייט,
נישט קענען ניגאשיעטן די וועיזדש
סיבה 2,
די עקספענסעס זענען אינפלעיטעט,
סיבה, אנדערע וואס האבן זייטיגע קוועלער קויפן פאר טייער, וואס שרויפט ארויף די פרייזן.
נארמאל,
איינער וואס ארבעט דארף האבן צו באצאלן שכר לימוד
פאקט, נישטא צו באצאלן
סיבה
ער דארף באצאלן אנדערעמס שעיר, סיבה, קאמפליטלי אנפעיר שכר לימוד סיסטעם, דער וואס ארבעט נישט און באקומט 6000 פונעם פעטער פער חודש צאלט ווייניג, און דער וואס ארבעט יא, און באקומט נישט 6000 פונעם פעטער דארף צאלן פול פרייז, וואס קומט אויס מער פער קינד ווייל די אנדערע צאלן נישט
נארמאל,
איינער וואס ארבעט און מאכט געלט דארף קענען גיין אין גראסערי און איינקויפן מער ווי די מינימום פאר זיין הויזגעזינד ווייל עס האט געלט.
פאקט, דער וואס ארבעט דארף שפארן איבעראל, און אמאל זיך באגניגען מיט ווייניגער ווי מינימום, און דער וואס ארבעט נישט פילט אן קעריעזדשעס 1-2-3 מיט טשאקלאד, נאש, פיזא, אייז קריעם,
סיבה, א צווייטער באצאלט עס, שרויפט ארויף די פרייז, נארמאלע מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן.
נארמאל
איינער וואס ארבעט דארף קענען קויפן נארמאלע קליידער פאר א נארמאלע פרייז
פאקט, ער קען נישט
סיבה, זייטיגע געלטער שרויפט ארויף די פרייז אז ווער עס האט עס נישט קען זיך נישט ערלויבן
איך ברענג נישט קיין משלים ווייל יעדער נארמאלער מענטש ווייסט עס און זעהט עס יעדן טאג
רבותי די סיסטעם איז בראוק, ווער עס קען העלפן זאל מעלדן
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-07-11 12:43 PM דורך מנחם .)