הויפט זייט » די היימישע קרעטשמע » היימישע קרעטשמע » היסטארישע אידישע בילדער

היסטארישע אידישע בילדער

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 339 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3597
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שישי ינו' 25, 2008 2:18 pm#1
היסטארישע אידישע בילדער
די זעסט נישט אז די טיר דארט איז אויף די לינקע זייט היינט איז עס אויף די רעכטע זייט הויז
שבת ינו' 26, 2008 8:47 pm#2
היסטארישע אידישע בילדער
פארשלאפן;

דער רב נעבן פאפא רב זצ"ל קוקט מיר אויס ווי ר' יונתן שטייף זצ"ל.

די ווייסע שוהל געפונט זיך אויף בעדפארד קארנער יוז, עס האלט שוין היינט אבער א גלגול ווייטער ווי בית חנה קלויזנבורג, עס איז שוין א תלמוד תורה ד'קלויזנבורג.

א ריזן יישר כח פאר אלע ברענגער, איר עפנט אויף פארמאכטע מח קעמערלעך (איך האב אלס קינד/בחור ווי אויך די ערשטע יארן נאך די חתונה געוואוינט אין וויליאמסבורג).
שבת ינו' 26, 2008 9:04 pm#3
היסטארישע אידישע בילדער
אן אמאליגע סעלצער באטל. דאן האבן עס מאנכע גערופן 'ווישי'.

איך געדענק נאך די באטלעך פלעגן אנקומען אין אזוינע סארט קעסטלעך ביי שלש סעודות..


[בילד — נישט געראטעוועט]

שבת ינו' 26, 2008 9:22 pm#5
היסטארישע אידישע בילדער
ווער עס ווייסט דיטעל'ס וועגן די שיינע בילדער ביטע נישט פארכטן צי שרייבן
ראשון ינו' 27, 2008 12:20 am#6
היסטארישע אידישע בילדער
כ'האב פריער גערעדט מיט א איד פונדערהיים (וויליאמסבורג מיין איך צו זאגן...) און ער זאגט אז די סיגעטער ישיבה איז געווען אין בארא פארק. קיין גאס ווייס איך נישט דערווייל.
ראשון ינו' 27, 2008 12:33 am#7
היסטארישע אידישע בילדער
איך זעה אין די 'די צייטונג' האט ער אנגעהויבן לייגן בילדער פון לייברערי אף קאנגרעס פון אמאליגע ברוקלין. מען זעהט דארט וויליפעסט נאך בעפאר ראבערט מאזעס האט דארט געבויט די הייוועי - די בי קיו אי. עס איז געווען פול מיט אזוינע פראזשעקטס דעמאלט, גערופן 'וויליאמסבורג הייזער'.

ער האט א אידיש פלאקאט אין די מלחמה צייט ווען מען רופט צו שפארן עסן, ווייל מען דארף דאס געלט פאר די מיליטער. " ווארפט נישט די עסן אין ניוועץ!"

... אוי נאסטאלגיע.....
ראשון ינו' 27, 2008 12:53 am#8
היסטארישע אידישע בילדער
און עמיצער האט מיר אמאל געפרעגט וואס "ניוועץ" מיינט, דאכט זיך אז אינעם שפראך פארום.
ראשון ינו' 27, 2008 1:30 am#9
היסטארישע אידישע בילדער
שוועמל;

עס וואלט געווען ראטזאם זאלסט איבערליינען מיללער'ס פתיחה צו דעם אשכול. א דאנק.
ראשון ינו' 27, 2008 3:20 am#10
היסטארישע אידישע בילדער
איבערגעליינט; סאררי מיללער.

אבער די יעניגע בילדער האט מיללער בכלל נישט געברענגט. זאל עס דינען אלס א לימוד זכות פאר מיין אקט
שלישי ינו' 29, 2008 2:27 pm#11
היסטארישע אידישע בילדער
farshlufen כתב:ווער דערקאנט דעם אויבן-אן?


דער ערשטער פון רעכטס זעהט מיר אויס ווי כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל.
שלישי ינו' 29, 2008 2:41 pm#12
היסטארישע אידישע בילדער
צוויי הערליכע בילדער פון די צוויי ניו יארקער רבנים ר' אברהם אהרן יודעלעוויטש ז"ל מיט ר' ראובן זאב (וועלוול) מרגליות ז"ל


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 2:48 pm#13
היסטארישע אידישע בילדער
א שול אויף בעדפארד קארנער לאפעיעט


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 3:03 pm#16
היסטארישע אידישע בילדער
farshlufen כתב:א דיסקוציע - וואו איז דאס?


איך ווייס נישט פונקטליך וואו דאס איז, אבער פונעם היציגקייט קוקט אויס ווי זיי באהאנדלן די חתונה תקנות...
שלישי ינו' 29, 2008 3:12 pm#17
שענסטע זאל אין ווילעמסבורג......
נייע זאל געבויט ספעשעל פאר עמך יודן חתונות... פארשפרעכט צו זיין דע גרעסטע אויפטו אינעם עסקנות וועלט... קעטערינג ווערט אנגעפירט דורעך דעם אלעמען באקאנטען ..... וואס האט ערפונדען א פאטענט צו סערווירען דע 'זעלבע' עסענס בא אלע אייערע קינדערס חתונות, נישט קיין אינטערשייד פון וויפעל יאר אפגערוקט.


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 3:27 pm#19
היסטארישע אידישע בילדער
אויפן ערשטן אויבן-אן בילד, (זייט נומער 11) זעט מען אויך כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זי"ע, און דאכצעך אז נעבן אום זיצט מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ ב"ב שליט"א.
שלישי ינו' 29, 2008 3:44 pm#20
היסטארישע אידישע בילדער
צייטליך כתב:אויפן ערשטן אויבן-אן בילד, (זייט נומער 11) זעט מען אויך כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זי"ע, און דאכצעך אז נעבן אום זיצט מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ ב"ב שליט"א.


במחילת כבודך איך מיין אז די האסט א טעות
שלישי ינו' 29, 2008 4:19 pm#23
איסט סייד
יאטקעס צום בריקענען!


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 4:30 pm#24
איסט סייד
נאסטאלגיע!
אינטערעסאנט ווי מען זעהט די האלץ מיט די קוימען. ווער וויל קויפען בייגעלעך....
וואס איז א 'שטאפער'? קען זיין א סחורה סטאר (אן א פינטעלע און די פ) אדער האט מען געמאכט א לעבען מיט שטאפען לעכעריגע הויזען (מיט א פינטעלע און די פ). ווייסעך נישט


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 5:06 pm#28
היסטארישע אידישע בילדער
קל_וחומר כתב:צייטליך: אמאליגע יידישע איט סייד.
אנדי פעטיט: דא איז די לינק
איך זעה דארט גארנישט אויסער די בילד אליינס.
שלישי ינו' 29, 2008 5:57 pm#29
היסטארישע אידישע בילדער
ווי איך זעה האט נאך קיינער נישט גענטפערט וועגן סיגעטער ישיבה אין וומ"ס (אזוי מיין איך)

סיגעטע ישיבה איז געווען בעדפארד קאר. יוס, ווי עס וואינט היינט סאלקע רעבעצין, ווען דער ברך משה (דאן סיגעטער רב) האט פרשפארט זיין ת"ת / ישיבה האט ער עס פארקויפט פאר סאטמאר וועלעכער האט עס פארקויפט פאר סאלקע רב זצ"ל צוזאם מיט די הויף ווי עס שטייט היינט די סאלקע ביהמ"ד

בעלזע חדר איז געווען צוויי טירן אוועק, נישט ווי איינער האט געשריבן אויף פענן סטץ
שלישי ינו' 29, 2008 6:12 pm#30
היסטארישע אידישע בילדער
יישר-כח און ברוך הבא הרב פארצייטישער, אינטערעסאנטע פאקטן.
שלישי ינו' 29, 2008 6:13 pm#31
היסטארישע אידישע בילדער
פארצייטישער, קודם א שלום עליכם, וואס מאכט א איד? וואס ? כ'הער נישט, רעד העכער!..

יישר כח פאר די אינפארמאציע, עס זענען דא פארהאן נאך אשכולות שטאט אפ באזינדערע באזיכן דארט אויך און לייג צו דיינע פאר צענט, אדער דיינע פאר דאללער..
שלישי ינו' 29, 2008 6:38 pm#33
היסטארישע אידישע בילדער
בעדפארד עוו. קארנער ראסס סט. תרס"ב-1902 דאכציך מיר אז דער געיט ארום דר. פעטעלס אפיס שטייט נאך זייט 106 יאר צוריק!!, דער צעהלימ'ער בנין זעהט מען שוין אויך ביים קארנער ראדני סט.


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי ינו' 29, 2008 8:52 pm#34
היסטארישע אידישע בילדער
מיללער כתב:הויז סט. קארנער מארסי עוו. תש"א


די זעלבע אלטע הייזקעס שטייען נאך אלץ (אמאל האבן זיי באלאנגט צום קלויסטער פון הופער-מארסי)
שלישי ינו' 29, 2008 9:32 pm#35
היסטארישע אידישע בילדער
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקען אז אויף די אלטע בילדער זעען עפעס די גאסען אויס ברייטער ווי היינט.

(פארשטייט זיך אז עס זעט אויס אזוי ווייל עס פעלען די קארס)
רביעי ינו' 30, 2008 9:54 am#36
היסטארישע אידישע בילדער
א מאפע פון וויליאמסבורג און ניי וויליאמסבורג פון תרנ"ט. אנגעצייכנט מיט די בלאק און לאט נאמבערס.- טעפי פלעיס האט דעמאלטס געהייסן גרעהעם סטריט.


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 9:58 am#37
היסטארישע אידישע בילדער
222 פען היינט שטייט דארט א פארהעלטנמעסיגע נייע אפארטמענט בילדינג- די פייער אלארם באקס שטייט נאך דארט


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:01 am#38
היסטארישע אידישע בילדער
בעדפארד צווישן טעילאר און קליימער. אויף די אינטערשטע בילד זעהט מען די וויען'ע ת"ת.


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:06 am#40
היסטארישע אידישע בילדער
בעדפארד קארנער מוירטל תש"א - קוקנדיג צו די זייט פון פארק עוו. א טייל פון די הייזער שטייען נאך.


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:08 am#41
היסטארישע אידישע בילדער
בית רחל העיווארד תרצ"א


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:10 am#42
היסטארישע אידישע בילדער
קליימער צווישן ליע און בעדפארד


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:20 am#43
היסטארישע אידישע בילדער
דיוויזשאן עוו. קוקענדיג פון בעדפארד צו דריגס - תרפ"ב


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 10:31 am#44
היסטארישע אידישע בילדער
פרענקלין קארנער פלאשינג תש"א - באמערקט די צוויי טראלי קארס - ווען און פארוואס האט מען אראפגעווארפן די אפארטמענט הייזער?


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 12:12 pm#47
היסטארישע אידישע בילדער
קיעפ צווישן מארסי און דיוויזשאן:


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 12:13 pm#48
היסטארישע אידישע בילדער
קענט צווישן פארק און מוירטל


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 12:15 pm#49
היסטארישע אידישע בילדער
נאך א מאפע פון וויליאמסבורג פארן צושניטן ווערן דארעך דעם BQE


[בילד — נישט געראטעוועט]

רביעי ינו' 30, 2008 12:18 pm#50
היסטארישע אידישע בילדער
ראטלידזש צווישן ליע און בעדפארד


[בילד — נישט געראטעוועט]

בלאט: 1 2 3