הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קאמענטארן פאר נאטורליך

קאמענטארן פאר נאטורליך

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1569458
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
28/10/2005 01:55#1
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך;

מיר האבן געלייגט א שיינע שלאס אויף דיין אלטע געהענגל. פון היינט און ווייטער לייג אריין דיינע הערליכע ארטיקלן אין דעם ניי געווידמעטן אשכול "נאטורליך'ס טאגבוך".

יישר כח! בשם כל הקהל!
28/10/2005 03:30#2
קאמענטארן פאר נאטורליך
מיט א קאווע אין איין האנד, א נ.י. טיימס אין די צווייטע האנט, איך שפאציר אריין אין קרעטשמע, און....
די האר פון קאפ שטעלען זיך מיר אויף.
זעה איך גיט? יא איך זעה. א שלאס! געוואלד !
מען האט מיר פארשפארט די טיר פון מיין צימער !!!
זאל איך רופען פאליציי? ווער האט ארויף געלייגט א שלאס?
דארף איך דינגען גארדס אויף מיין כאטקע דא אין קרעטשמע?
אראפ מיט'ן שלאס אדער איך פאק זעק און זיך א נייע קרעטשמע.
ווי מען וועט מיך לאזען פארשפארען מיין אייגען טיהר ווען און וויאזוי איך וויל.
"דזשאסט קידינג"
30/10/2005 19:41#3
קאמענטארן פאר נאטורליך
לכבוד מיין און אלעמען'ס טייערער פריינט נאטורליך נ"י

מיט א ציטערדיגע פענע קום איך דא שרייבן די פאלגענדע צילן געווידמעט צו א גוטע פריינט מיט וועמען מיר פארברענגן שוין דא אזוי איינגענעם אין קרעטשמע א סעריע חדשים אן קיין שום פראבלעמען, יהי רצון אויף נאך לאנגע יארען.

ווי דו ווייסט איז די "קרעטשמע" געווידמעט מיטן ציהל זיך אויסצולופטערן, אידן זאלן קענען אריינקומען אינמיטן אדער צום סוף פון א שווערע טאג ארבעט און ליינען עפעס געשמאק און צום הארצן, אן די אלע מחלוקת און נארישע פאליטיק מיט וואס דער אינטערנעט בכלל און היידפארק בפרט איז געבענטשט (ליין: געשאלטן).

און באמת איז דאס טאקע אויך דער ציהל פון אייער געשמאקע טאגבוך, וואס - באמת - אין דוגמתה! אזוי זיס. אזוי בא'טעמ'ט. און איבער אלעמען: אזוי נאטורליך! ווייל ווי איך פארשטיי ביסטו אויסן מיט דיינע אלע באשרייבונגן אז אידן זאלן א שמייכל טאן, זיך דערקוויקן מיט א נארהאפטיג אנאליז אויף אונזער טאג טעגליכע הלוך ילך וואס ווערט דורך דיר אזוי פיין און גרונטליך אנאליזירט און באארבעט.

במשך די אלע חדשים זינט דו האסט אנגעהויבן שרייבן דיין טאגבוך, פלעגן מיר דאס אדורכליינען מיט אפעטיט, און זיך געפריידט צו יעדעס ווארט, און נאכמער געפריידט אז יעדע ארטיקל איז ריין פון פאליטיק, פון שמוץ, און איז מאראליש אויסגעהאלטן און איז ווערט ארויפצוגיין על שלחן מלכים ביי אונז אין די קרעטשמע!

אבער - לעניית דעתי - ביסטו אין דיין לעצטן בלעטל פונעם טאגבוך אביסל פארקראכן פון דיין אייגענע ליניע. געציילטע ווערטער קענען ארויסגענומען ווערן פון זייער ארגינעלער באגריף און אויסגעטייטשט ווערן אלס א באליידיגונג אדער שטעך ווארט אויף דעם אדער אויף יענעם פארטיי און/אדער זייער פירער.

אלמלא נאטורליך אתה = ווען דער שרייבער וואלט געווען א צווייטער, און נישט דו, אונזער אלעמען באליבטער חבר ר' נאטורליך. וואלט איך אן קיין צווייפל נאך נעכטן נאכט ארויסגעשניטן היבשע פאר ווערטער אדער פאראגראפן פונעם באשרייבונג. אבער אזוי ווי עס האנדלט זיך פון אונזער בעסטער שרייבער, איינער וואס ווייסט געווענליך וואו איין און וואו אויס, איז מסתבר אז ער איז נאך פשוט געווען איבערגענומען פון זיינע התרגשות'דיגע געפילן פונעם געהויבענעם יום טוב העעל"ט, און האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען אנדערש אויסגעטייטשט ווערן אהער אדער אהין.

וועל איך זיך באגעניגן מיט בעטן אן אויפקלערונג פון דיר - נאטורליך.

איך בעט דיר ברחמים: נעם עס נישט אן אלס א באליידיגונג חלילה, פונקט פארקערט! מיר ווילן אייך נישט פארלירן! מיר ווילן פשוט אז אין די עתיד זאלט איר זיך האלטן צו אייער אייגענעם ליניע פון שרייבן אינטערנאציאנאל אן בארירן הייקעלע טעמעס און נקודות.

מיט דאנק און שעצונג פאר אייער ארבעט.

אייער פריינט

קרעמער
30/10/2005 20:38#4
קאמענטארן פאר נאטורליך
ידידי ר' קרעמער. א שיינעם דאנק פאר דיינע דברים היוצאים מן הלב.
ולכל הנלוים אליך, די אלע וואס האבען מיר געשריבען א-מעיל זינט דעם לעצטען שרייבעריי. בין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי.

איך האב באמת נישט געוויסט אז מיט'ן שרייבען פראסט און פשוט וואס מיינע פליישיגע אויגען זעהן וועל איך ארויס ברענגען בייז בליט פון פארשוינען וואס טייטשען אריין דאס און יענס.

מאז החילותי ועד עתה איז פשוט נישט אויסגעקומען צו שרייבען סיי וואס פאר א ענינים וואס טוט איינעם נישט שמעקען, דערפאר ווייל מיין סדר היום איז נישט אויסגעשטעלט צו הערען און מיט האלטען אלע אידישע נייעס און שמיץ, איך לייען נישט קיין שום ארגאנען פון אומאפהענגעדיגע ארגאנעזאציעס. אז איך טוה בייוואונען א סענזאציע שרייב איך וואס ליגט אויפ'ן צינג און כמות שהיה.
כבוד הרבנים מכל הצדדים במקומם מונח, איך האב זיך באצויגען צום חלק ההומאר און נישט צו ח"ו בארירען דעם כבוד פון סיי וואסערען צדיק. זאלען זיי אלע ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש און אז איך וועל זיך באטייליגען ביי א אידישען צוזאםקנופט וועל איך זיך בייסען די ליפען און נישט שרייבען, כדי נישט וויי טוען א אנדערען איד.
ובזה את נפשי הצלתי
30/10/2005 20:44#5
קאמענטארן פאר נאטורליך
זייער שיין געווען גוט געשריבן

איין קאמפלימענט מעגסטו באקומען
30/10/2005 20:55#6
קאמענטארן פאר נאטורליך
יישר כח אונזער ידיד ר' נאטורליך נ"י פאר די ווארימע אויפקלערונג רייד.

לאמיר דיר צואווינטשן הצלחה אויף ווייטער, הן אין די באשרייבונגען און הן אין די ליפען געבייסעכץ (עמך אנכי בצרה... גלייב מיר איך האב שוין אסאך מאל געביסן די ליפן און געבליבן מיט גוטע שטאף אין בויך, אבער עס לוינט זיך אלעס אבי אנצוהאלטן די ניווא פונעם פורום).

ידידך קרעמער
30/10/2005 22:28#7
קאמענטארן פאר נאטורליך
כיהודה ועוד לקרא, וויל איך מיך באדאנקן פאר אונזער חשוב'ן שרייבער הרב נאטורליך קודם נאכאמאהל פאר זיינע שיינא באשרייבונגען און טאגבוך און דערנאך פארן אנטשולדיגן זיך 'מודים דרבנן היינו שבחייהו' דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער נאר מאכן פרייליך ביי אונז אין קרעטשמע.


ידידך בןהרחמן
30/10/2005 23:47#8
קאמענטארן פאר נאטורליך
כ'פענסטער ועוד לקרעטשמע, וויל איך באדאנקען ר' נאטורליך, פארן אויפקלערונג און אנטשולדיגונג.

נאר איין זאך נאטורליך, אויב שוין יא פארלעצן די תקנות פונ'ם קרעטשמע, וואס עפעס מיט פאליטיק, די האסט דאך אמאל געשריבן אז נאך די הייליגע טעג גייסטו שרייבן א X רעיטיד ווערזשאן פונ'ם טאג-בוך, פארלעץ די תקנות מיט עפעס זאכליך....



תוקן על ידי - פענסטער - 30/10/2005 23:58:14
31/10/2005 12:20#9
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך "אין(?) כמוך בעולם "
(קרעמער- ווען דו שרייבסט 'אין דוגמתה' געב אכטינג נישט צופארלאזן דעם 'כ' המדמה, אזויווי מיר זאגן ביים דאווענען אינדערפרי 'אין כאלוקינו אין כאדונינו' אזוי אויך דארפמען שרייבן 'אין כדוגמתה'. ווייל ווי דו האסט געשריבן אין דוגמתה טייטש זיך האס, אין=נישט איז הדוגמה צו די ארטיקלען, כלומר אז די ארטיקלען זענען איין שטיק נישט, וד"ק וד"ל ודפח"ח)

נאטורליך איך האב עפעס צו אייך פרעגן אזאך וואס באדעט מיר.
איך האב שיין דער פראגע געפרעקט איינעם אויך אגוטער שרייבער ווי דיר און ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז איך בין גערכט. עס איז מיר אינטרעסאנט וואס וועט איר זאגן אויף דער פראגע

רציתי לשאול לכותב דנן שאלה פסיכולוגית.
והיא מהו המניע הנותן לך את הכח והאנרגיה לכתוב ולערוך את הסיפור. הלא אף אחד לא נותן לך תשלום עבור זה וגם זה אינו מתפרסם במקום חי מבחינת עידוד ומשוב ממכרים ומכירים
. האם באמת נכון להגיע למסקנה. שאדם מוכן להשקיע כחות אדירים ותעצומות נפש רק בכדי לקבל מילה טובה ווירטואלית.

ואם זה נכון זה מראה על אפסות האדם ! ! !


קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



תוקן על ידי - חי_וקים - 31/10/2005 12:23:45
31/10/2005 15:06#10
קאמענטארן פאר נאטורליך
חי וקים;

איך נעם זיך די רעכט מחולק צו זיין מיט אייך בנוגע "אין דוגמתה". הגם איך בין א קנאפער לשון הקודש קענער, פארשטיי איך אז "אין דוגמתה" טייטשט "עס איז ניטא איר גלייכן", און "אין כדוגמתה" טייטשט "עס איז ניטא ווי איר גלייכן", וואס דער מכוון פון ביידע איז אייניג.

ירא הקהל וישפוט, בין איך גערעכט אדער נישט?


תוקן על ידי - קרעמער - 31/10/2005 15:07:01
31/10/2005 16:15#11
קאמענטארן פאר נאטורליך
חי וקים, פון וואנעט נעמסטו אז איך בין משקיע אזויפיל כוחות? עס איז א פארגעניגען און עס נעמט נישט קיין סאך צייט.
אויב ווילסטו מיר באצאלען, שיק דעם קרעדיט קארד נומער. איך נעם אן אלעס אפילו דיסקאווער קארד.
1/11/2005 03:35#12
קאמענטארן פאר נאטורליך
חי וקים;

דעם וועם די האסט געפרעגט דיין פסיכאלאגישע (?) שאלה די ערשטע מאל, זיצט און פאנטאזירט א מעשה שלא היה ולא נברא, במילא פארשטיי איך וואס די פרעגסט. משא"כ נאטורליך לייגט סתם אראפ זיין הלוך ילך אינם טאג טעגליכן לעבן, במילא אין כאן מקום לשאלתך.
3/11/2005 03:38#13
קאמענטארן פאר נאטורליך
נא דיר
איך האלט מיך ביי די זייטן יעדע מאל, איך קען שוין קוים ווארטן אויף דיין חנוכה סטארי,
עס איז געווען אזוי גיט דא האסטו נאך
אז די דארפסט נאך פליז בעט, שעם דיך נישט
3/11/2005 07:20#14
קאמענטארן פאר נאטורליך
natirlich;

you keep on surprising us... just when we think that you wrote already everything there is to write... you still manage to come up with a different story from a different angle...and we keep rolling on the floor of the bar and could not contain and refrain or retain from bursting out in hillarious laughter after reading each and every of your posts from you diary... you are simply the best! keep it up, and don't let us down!!!

yours truly,
KRAMER


תוקן על ידי - קרעמער - 03/11/2005 7:20:10
3/11/2005 19:53#15
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך, איך מוז דיר גיבן 20 מיט ביידע הענט, איך וועל דאס באלד בראוזען, יאַך וויל דיר נאר פרעגן צו דו שרייבסט דאס אין איין אטעם אדער אטעמסט דו אינצווישן? ווייל ליינען לייען איך עס אין איין אטעם.
3/11/2005 19:55#16
קאמענטארן פאר נאטורליך
נא יאך האב פארגעסן דעם עיקר די צוויי הענט, איין מינוט (דא קומט אזא מענטשעלע מיט ארויסגעשטעקט אצבע איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין)

תוקן על ידי - התאחדות - 03/11/2005 19:55:07
[בילד – נישט אפגעהיט]
4/11/2005 09:10#17
קאמענטארן פאר נאטורליך
לכבוד דיר נאטורליך האב איך צוזאמענ-געשמאלצן צען גרינע פון ביידע זייטן.

נאדיר....
[בילד – נישט אפגעהיט]
4/11/2005 17:27#18
קאמענטארן פאר נאטורליך
ישר כח אלע פאר די שיינע לויב ווערטער און בפרט פאר ידידינו בן הרחמן וואס האט מיט גרויס מיה און פלאג צוזאם געשמאלצען די גרינע מענטשעלעך.
אפשר וואלט איך עס געדארפט ארויס פרינטען און אויפהענגען אויף די וואנט דא אין אפיס. וואס זאגט בן הרחמן אליין?
4/11/2005 17:41#19
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך וואסעפעס אין אפיס, הענג דאס אויף דא אין קרעטשמע
4/11/2005 17:45#20
קאמענטארן פאר נאטורליך
און קרעטשמע הענגט דאס שוין, זעהסט נישט? גיי לעבען דע קאווע שטיבעל אויף די וואנט.
4/11/2005 18:02#21
קאמענטארן פאר נאטורליך
אוי ווי נאטורליך אנטשולדיגט איך לייען געווענדליך נישט קיין מודעות סיז מיר בעסער ווען איך ווייס נישט פון קיין מודעות און פון קיין סימכעס, גלייב מיר אז די שלום זכור פון נתן ווייס איך נאך אויך נישט וואו דאס וועט זיין איך ווארט אז ער זאל מיר רופן נאטורליך אין אישית.
4/11/2005 18:05#22
קאמענטארן פאר נאטורליך
התאחדות;

אפילו אויב דו לאזט זיך יעצט ארויס אין וועג, וועסטו שוין נישט אנקומען צום שלום זכר איידער עס פייפט דער שבת קודש.
4/11/2005 18:11#23
קאמענטארן פאר נאטורליך
מ.ב. קרעמער
פארוואס זאלסטו אזוי זאגן?
איך וואוין שוין היינט נישט אין טאהש, איך זוך מיר נאך אן אויטא, מיין אויטא איז ביים מעקעניק שוין באלד א וואך, איך וועל זיין אין די געגענט, אויב סיז דא אן עירוב אין וומ"ס וועל איך קענען צוקומען צום שלום זכור, אז מ'רעדט שוין פון א שלו' זכור איך האב זיך דערמאנט א מעשה וואס יאך ווייס נישט צו על פי תקנת הקרעשטמער דער פענסטער קען איך דאס שרייבן דא קענסט מיר אנפרעגן אין גוגל, אויב דו האלטסט אז סיז גוט קענסטו דאס פארציילן אין קרעטשמע.
4/11/2005 18:16#24
קאמענטארן פאר נאטורליך
פארוואס ברויכסטו אן עירוב צו קענען גיין צו א שלום זכר? וויפיל פונט שלעפסטו מיט דיר ווען דו גייסט?
4/11/2005 18:18#25
קאמענטארן פאר נאטורליך
איך ווייס נישט, אין חדר האט מען געלערנט אז אהן עירוב דארף מען רעכענען 2000 איילן, איך ווייס נישט אין וואסאר כיידער דו האסט געלערנט

תוקן על ידי - התאחדות - 04/11/2005 18:17:48
4/11/2005 18:23#26
קאמענטארן פאר נאטורליך
סי דא א עירוב, די מיזט נאר נישט טראגען.

זאג נאר, איך וואלט זייער געוואלט זעהן טאהש, האסט פלאץ פאר מיר און די משפחה? עס קען זיין ווען דער רבי איז נישט דארט. איך וויל פשוט זעהן דאס שטעטעל.
4/11/2005 18:25#27
קאמענטארן פאר נאטורליך
די כאשעבע דייען ווייסט נישט קיין כילוק פון עירובי חצירות ביז עירובי תחומין?!
4/11/2005 18:26#28
קאמענטארן פאר נאטורליך
איך וואלט געזאגט דער חילוק אבער איך האב מורא אז די מנהלים וועלען זיין ברוגז.
4/11/2005 18:33#29
קאמענטארן פאר נאטורליך
דאמאלטס זאג מיר עס אין אישי.

ווען איך בין געוועהן א קינד פלעג איך זאגן "איך קען דיך גוט טשעפנען, נאר איך וויל נישט אז די זאלסט דיך פארשעמען" וד"ל

תוקן על ידי - שנאפס - 04/11/2005 18:34:14
4/11/2005 18:34#30
קאמענטארן פאר נאטורליך
אוקיי איך דארף שוין ארויספארן זייט מיר אלע געזונט און א גוט שבת
4/11/2005 20:59#31
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך;

טאהש איז באקאנט מיט איר הכנסת אורחים, פאר אהין מיט דיין משפחה (פאר דירעקציע'ס מיט א קאר, זוך אויף ביי "מעפ-קוועסט", אדער איז דא באסעס יעדן דאנערשטאג נאכט פון וויליאמסבורג) און וועסט נישט בלייבן שלאפן אויפן גאס. אויך וועסטו אהיימקומען זאטער ווי אימער.

בדוק ומנוסה.
4/11/2005 21:14#32
קאמענטארן פאר נאטורליך
גערעכט ר' קרעמער, איך האב שוין לאנג געהערט שיינע זאכען אויף זייער הכנסת אורחים. אבער וואס איז מיט אש"ל? האבען זיי א האטעל? און וועלען זיי זיין ברוגז אז איך וועל דערנאך באשרייבען דעם שבת לארכה ולרחבה? וואס קען מען טוען ארום טאהש? ווייסט איינער?
איך קען די וועג ביז'ן גרעניץ, דערנאך ווער איך כסדר פארמישט אפילו מיט מעפקוועסט.
4/11/2005 21:27#33
קאמענטארן פאר נאטורליך
איך בין לעצטנס אין טאהש. זיי זענען אויסנאם העפליך, און וועלן דיר מסדר זיין על צד היותר טוב, און זיי וועלן קיינמאל נישט געוואויר ווערן אז דו האסט זיי שיין באשריבן, ווייל זיי האבן נישט קיין צוטריט צום 'קרעטשמע'...

איידער איך האב זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, האב איך ארויסגעפרינט די מאפע פון מעפ-קוועסט און אנגעקומען בשעה טובה ומוצלחת, אן קיין שום געבלאנדזשאכץ.

ווייסטו פארוואס?










































ווייל איך האב געבליקט די מאפע זיצנדיג באקוועם אויף מיין זיץ אויפן באס...
4/11/2005 21:30#34
קאמענטארן פאר נאטורליך
אגב, אל תמנע טוב מבעליו. יעצט האט איינער געשריבן א גינסטיגע תגובה אויף דיר - מיין פריינט נאטורליך!

זעה דא (גיי צו די צווייטע בלעטל פון דעם אשכול, און זוך אויף די קאמענט פון "וואורלד-וואר":

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1654130
4/11/2005 21:38#35
קאמענטארן פאר נאטורליך
דערמאנסט מיך פון יאנקעל מיללער, אנקומענדיג צו א חתונה, זאגט ער.
איך קום יעצט פון מאנטריאל מיט די קאר, איך מיז זיך מודה זיין אינמיטען וועג האב איך אפאר מאל א דרימעל געטון אויף 2-3 מינוט. יא איר הערט גיט געדרימעלט.

איך בין אבער נישט געווען דער דרייווער.
4/11/2005 21:49#36
קאמענטארן פאר נאטורליך
דערמאנסט מיר א מעשה שהיה:

אויפן וועג צוריק פון טאהש האט דער דרייווער געמאכט דעם וועג אויסטערליש שנעל. פון דעם גרעניץ ביז קרית יואל האט גענומען בערך פיר שעה!

ווען איך האב אים גראטולירט אויף די פלינקע רייזע, זאגט ער מיר אין אויער: און דאס איז שוין געווען מיטן איינשלאפן צוויי מאל אינמיטן!
6/11/2005 11:37#37
קאמענטארן פאר נאטורליך
קרעמר "אין דוגמתך" צוזאך פאר'עקשן'נען אויף הטעות.

נאטורליך

הא....עס רינד דיר אזוי פון ארבל ארויס?!
דיינע באבע מעשעס זאלסטו דערצייל פאר פענטסטער!

פענטסטער
איך האב נישט גערעט צו דיר! ביסטו דען נאטורליך?
(איך האב טאקע שוין ליינג חושד געווען אז דו ביסט נאטורליך...)

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
6/11/2005 19:48#38
קאמענטארן פאר נאטורליך
דרייט זיך אזוי 'חיים חייקל דער איינפאכער וואסער טרעגער' צווישן די אלטע אפגעריבענע טישלעך אין די קרעטשמע, און פלוצים מיטאמאל מערקט עפעס א פריש נייע גלאנצענדיג טישל...
דער נייגער וואקסט ביי חיים חייקלען, און ער פרעגט זיך אזוי אה... וואס איז דאס? וואס רעדט מען דארט? וואס פארציילט מען דארט?
מיט גרויסע טריט שפאנט חיים חייקל צום נייעם טישל, מאכט זיך באקוועם, זעצט זיך אנידער, און הייבט אן מיטצוהאלטן דעם 'נאטורליכן' שמועס.

זיצט זיך דארט אזוי חיים חייקל פארטיפט אין די 'נאטורליכע' ערצעהלונגען, קענטיג מיט א אומגעהויער גרויס פארגעניגן, ווען דערביי פארטרונקט ער איין גלעזל נאכן צווייטן.
פארפארטיגנדיג די ערצעהלונגען, שטעלט זיך חיים חייקל אויף און מיט שנעלע טריט לויפט ער צו דעם פארפאסער, שטרעקט אים אויס זיין האנט, דאנקענדיג פאר זיין גרויס פארגעניגן וואס ער האט נארוואס פארשאפן פאר חיים חייקלען.

דאנק אייך שיין! – זאגט אים חיים חייקל – ביטע שיין, חיים חייקל איז פון די אפטע פארבייגייערס פון די קרעטשמע וועלכע זיכט כסדר זיך צו דערקוויקן דאס הארץ מיט אזעלעכע מאטריאלן, זייט אונז מזכה און טריקענט נישט אויס...

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 06/11/2005 20:02:30
6/11/2005 20:08#39
קאמענטארן פאר נאטורליך
חיים חיקל, מיר האבען שטארק הנאה פון דיין שמייכעל'דיג פנים. נישט אפט קומט אריין צו אונז אין קרעטשמע א וואסער טרעגער מיט אזא שיינער הדרת פנים. קענטיג אז חיים חיקל האט שטארק פארגעניגען צו מחי' זיין זיינע ארימע וואסער קליענטען. און "ווייס ווערסע"

מערסטענס פארבייגייער קומען אריין צו אונזער קרעטשמע נאך א טאג פון עבודת הפרך, לייגען אראפ דעם פעקעל ביינער אינטער דעם אויבען אויף אפאר מינוט, ווען די פינגער זענען שוין מער נישט פארפרוירען גייען זיי צוריק ארויס אן פיטערען די הינגעריגע פערד, פאריכטען זיך אן א שול מיט משקה. כאפען א מנחה מיט א שטיקעל נייעס און גייען אהיים.

מיין טישעל זעהט אויס ניי והאמת אגיד עס איז גאר אלט, די ארבעל צורייסען זיך היבש פון די העלצעלעך אבער די געשמאקע מעיפעל גערוך לאזט מיך נישט איר איינטוישען.

אלזא פריידט דאס הארץ צו פארברענגען מיט אינטעליגענטע פארציילער ווי מע"כ. און ווער רעדט אז עס מאכט זיך א ליל שישי אינמיטען דער וואך און מען טרעפט זיך מיט'ן רב הקרעטשמער און התאחדות, אב הרחמן מיט די שויבען (פענסטער) יענטאשש און די אנדערע פארהארעוועטע איז ממש א פלעזעשר.
7/11/2005 02:53#40
קאמענטארן פאר נאטורליך
א גריס פון אן אינטערסאנט פלאץ, פאר דיר אונזער חשוב'ער שרייבער נאטורליך!

איך האלט אז דו וועסט זיך פרייען צו הערן אז דו האסט די זכיה משמח צו זיין אידן וואס זיצן און שמאכטן נעבעך אין די תפיסות!

איך האב היינט געהערט פון א איד וואס איז לעצטנס געווען באזוכן די אידן אין תפיסה, אז ווען ער האט זיך אנגעטראגן צו ברענגן פאר זיי דיינע געשמאקע "טאגביכער", האבן זיי זיך באדאנקט און אים געזאגט: מיר האבן זיך שוין מחיה געווען דערמיט! מיר האבן שוין געליינט ביז נאך ראש השנה! אויב דו ווילסט, קענסטו אונז פארשאפן די באשרייבונגען פון ראש השנה און ווייטער.

איבריג צו זאגען אז דו האסט א געוואלדיגע זכיה, ממש א בארגען וואס דו מסתמא נישט גע'דמיון'ט דערפון בשעת'ן שרייבן.

קרעמער
7/11/2005 03:13#41
קאמענטארן פאר נאטורליך
די מעשה איז גראדע אינטערסאנט, דאס פלאץ וואלט איך אפילו נישט געוואלט באזיכען.
זאל דער אייבערשטער אויסלייזען אלע אידישע ברידער מכל צרה ופגע רע.
10/11/2005 05:15#42
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך;

איך דארף אהיים גיין צו די קימפעטארין, במילא בין איך מקצר.
10/11/2005 05:19#43
קאמענטארן פאר נאטורליך
מעג איך פרעגען פון ווי שרייבסטו? אז די דארפסט אהיים גיין.
10/11/2005 05:34#44
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

עי-וואן!

איין מינוט דא האסטו....... אך ווי איז מיין מענטשעלע?..... נו!..... אה דא!

סיי פאר דיין פארזעצונג וואס איך האלט נאך אינמיטן ליינען, און בעיקר א שכויעך פארן אונז פארטיידיגן היינט אזוי גוט, ממש ווי א לויער.

לעבן זאל נאטורליך, און לעבן זאל די קרעטשמע!
10/11/2005 07:53#45
קאמענטארן פאר נאטורליך
נאטורליך A1A1A1A1A1A1A1A1A1
כל הכבוד, דו ביסט דאך ריזיג, הלוואי ווען דו שרייבסט אין די אלע חודשליכע אויסגאבעס, נא קומט זיך דיר אפשר יא דיין טשעקל, וועל מיר רעדן מיט די באהערדע.

סדערמאנט זיך מיר א מעשה, אין די קריג יארן, איז אין א שיינעם דינסטאג אנגעקומען אין שטאט די רשעות'דיגע באהערדע די ווערמאכט, און פארשטייט זיך אליין אז יעדערער איז אנטלאפן וואו די אויגן האבן איהם געטראגן, נו איז פונקט געווען א פליט פון א געוויסן לאנד, אהן א פאפירן און שריפטן, לאמיר איהם רופן נחמן נטע, ער טראכט נישט קיין צוויי ער זעהט א בית הכבוד ער יאגט אהין אריין, סיגייט נישט דורך קיין צוואנציג מינוט, אין מ'קלאפט איהם אריין, און זיי רופן אויס "ווער מאכט" ענפערט נחמן נטע: איך, שרייען זיי "פאפירן" ענפערט נחמן נטע: איך האב גענוג.
10/11/2005 07:58#46
קאמענטארן פאר נאטורליך
התאחדות;

עס איז פינף מינוט צו איינס ביינאכט! וואס זוכסטו דא יעצט?

==

איך קען נישט צו זיך קומען פון דיין ווערטל...

==

נאטורליך;

יו נעווער לעט אס דאון ח"ו.

גראדע מיין אז איך בין געווען ביי די קידוש... איך האב נאר נישט ליב קיין גאלע...
10/11/2005 17:50#47
קאמענטארן פאר נאטורליך
קרעמער דו קענסט דאך נאטורליך פון תשליך, נישט אזוי?
אויב אזוי פארוואס זאגסטו אז דו מיינסט דו אז דו ביסט געווען ביים קידוש



תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 18:46:35
17/11/2005 18:16#48
קאמענטארן פאר נאטורליך
מיין טייערער נאטורליך אוי איז דא גוט, איך האב נישט געקענט צוזיך קומען פון דיין היינטיגע תגובה, נאדיר אזאנס

































אבער א שאד אז דו האסט גארנישט געשריבן
17/11/2005 20:11#49
קאמענטארן פאר נאטורליך
פרוביר צו לייענען איינמאל צווישען די שורות.
מיר'ן זיך זעהן בקרוב מעצאשעם
17/11/2005 20:37#50
קאמענטארן פאר נאטורליך
שוין באלד צוויי שעה וואס איך פרוביר צו ליינען צווישן די צוויי שורות, און גארנישט, אפשר ווילסטו מיר ביטע מסביר זיין?
בלאט: 1 2 3 4 5