הויפט זייט » היימישע נייעס » נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

45 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2428436
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
5/7/2008 00:55#1
די הויז אינטער די בארג, (מען קען זעין די לאנגע DRIVEWAY
[בילד – נישט אפגעהיט]
5/7/2008 00:56#2
די געדרייטע אין בערגיגע DRIVEWAY צי איינע פין די הייזר
[בילד – נישט אפגעהיט]
5/7/2008 00:58#3
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
[בילד – נישט אפגעהיט]
5/7/2008 00:59#4
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
[בילד – נישט אפגעהיט]
6/7/2008 20:01#5
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
 

שסופוסקים איך גיי נישט זאגען אויב עס איז א גיטע זאך אדער נישט, דאס זאל יעדער פאר זיך מחליט זיין, אבער איך האלט אז מען דארף ארויס געבען אלע נוטיגע דעטאלען אז איינער וואס טראכט אהינציגיין צי נישט זאל קענען  נעמען דעם ריכטיגען באשליס.

איך וועל  אנרירן אפאר נקידות וואס די האסט ארויפגעברענגט אדער געפרעגט מיטן ציל אוועקצישטעלען דברים כהויתן (וויפיל איך ווייס נאר, אין מען דארף פארשטיין אז איך ווייס נישט אלעס אין איך גלייב אז די וועד הדירות ווייסט בעסער פין מיר, אין איך האלט אז ווער עס איז אינטרעסירט דארף זיי פרעגען, אין נישט פסלן די זאך בלויז פין ליינען דא)

2/7/2008 17:32 האט שסופוסקים געשריבן.

אין וואס איז מיט פרייזן? זיי בעטן צוויי הינדערט אין צוואנציג טויזענט דאלאר פאר זעכצן הינדערט סקווער פיס, ווי אין דער וועלט טרעפט מען היינט צוטאגס אזעלכע פרייזן אין היימישע געגענטער?

א מציאה?  אין די קונטרי קען מען באקימען נייע וינטערייזד הייזער פין 1500 -1600 ס.פ.  פאר ווייניגער פין די פרייז.

אין דער עיקר, נאך וואס א גרויסע עולם וועט ארויס מאפן אהין, וועט מען דאך מאכען א ווילידז, וועט דאך אוודאי נישט זיין קיין פראבלעימען.

די היסטורי ווייזט אז א ווילידז נעמט צייט מיט פראבלעמען, אין מען דארף זיך רעכענען מיט דעם, לויט ווי איך האב געהערט, איז די שאלה נישט אויב מען קען מאכען א ווילידז, נאר וי לאנג וועט דאס נעמען? (,2,3 יאהר אדער מער?)

די גאנצע העצעריי וואס די חברה מקטריגים אויף כלל ישראל ווילן דא אונזייען איז פוסטע לופט, א מקטרג וואס איז פארקערט ווי דער הייליגער בארדיטשעוור פלעגט זיין, וועט אייביג טרעפן טענות אויף אלעם, אין ווי איך האב אויבן געשריבן, יישר כוח עבד עברי פאר העלפען אינטערברענגן א פרישע זאך ביי כלל ישראל, ברענג אלעס אינטער, יעדער איז קראפטעט, די רבנים, די דיינים, די מנהלים, די בחורים, די יונגעלייט, די מיידלעך, די פרויען, די קינדער, די עסקנים, יא אלעס איז קאראפטעט, נאר די האטליינס זענען גיט..

איך פרעג דיר א שאלה, אויב די וועסט הערען אז איינער וויל אריין נארן דיינס א באקאנטע אין א געוויסע זאך, וואלסט די דיך געפירט ווי דער הייליגער בארדיטשוור, אין געלאזט יענעם אריין פאלען וויבאלד די וילסט נישט זיי קיין מקטרג?

 ב-4/7/2008 17:31 האט שסופוסקים געשריבן

אין מידלטאון איז זייער געשמאק פאר מענטשן וואס זוכן פריוואטקייט, אפילו עס וועט נישט געלונגען צו מאכן א ווילידש, 
מען דארף דא קלאר מאכען אז מען רעדט דא נישט פין מידלטאון, נאר 20 מיניט ווייטער פין מידלטאון.

2) אויב ביז צוויי יאר גלונגט זיי ארויסצוברענגען 2000 מענטשן וואס זוכן א פריוואטן הויז הויז אויף א פריוואטן לאט, פאר אזא שטוינענדן ביליגן פרייז, וועלען די פרייזן אין אלע יודישע געגענטער אין נוי יארק, נוי דשערסי, דראסטיש פאלען, ווי מער מענטשן וועלען אהין גיין אלץ מער וועט די פרייזן פאלען.

לויט וי איך הער קען מען נישט דארט בויען פאר א שיינע פאהר יאהר  מער וי די ערשטע 172 הייזר (אפשר אביסל מער) איז איך פארשטיי נישט ווי אזוי די קימסט אן אזוי שנעל צי 2000, אויך פארשטיי איך נישט וי אזוי 172 הייזר וועלען מאכען די פרייזען פאלען אין די נאנטע ציקופנט.

3)  אין יענע טאון איז דא זייער ווייניג אייוואונער, ממילא איז פארשטענדליך אז איינמאהל מען האט דארט אפאר הינדער יודן, וועלן די פאלאטישנס מיזן זיך צושטעלן, אין אז מען וועט פארלאנגען צו טוישן די זוינינג וועט עס נישט זיין אזוי שווער צו טון אפילו אן א אייגענע ווילידש!!! ווייל אויב זיי וועלען זיך נישט צושטעלען וועט מען זיי גרינג ארויס וואויטען.

מיט 172 הייזער?


 

 

 


 

 



תוקן על ידי Main_St ב- 06/07/2008 20:03:57

 



תוקן על ידי Main_St ב- 06/07/2008 20:05:45

 



תוקן על ידי Main_St ב- 06/07/2008 20:08:17

6/7/2008 20:11#6
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

ישר כוח פאר די בילדער, אויב עס איז טאקע אזוי ווער וועט ווילען וואוינען אזוי.
מיין שאלה איז ווען איינער לייגט אראפ א דיפאזט פון 5,000$ , ווייסט מען אים די בילדער?
אדער עס איז ווי א דוגמה פון נעשה ונשמה, מען טוט און נאכדעם זעהט מען.

7/7/2008 00:26#7
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

א ישר כח מר. מעין סט. פאר די שיינע פיקטשערס אפשר קען מען וויסן וויפיל עס קאסט אזא הויז ווי די סעמפל הייזער, איך וואלט אויך געוואלט אויפמערקזאם מאכן פאר פרעסטראק אז די פינף טויזנט דאללער איז ריפאנדעבל, און יעדער איינער טראסט דעם ר' דוד שט"ב מיט 5 אלפים די שאלה איז אפען קאנטראקט וואס מען בעט שוין צווישן צען און צוואנציג פראצענט און דאס איז שוין נישט ריפאנדעבל אן קיין שום תנאי, ממילא מוז מען זייער זייער אכטונג געבן וואס מ'טוט.

7/7/2008 20:03#8
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
איך קלער אז סאיז וויכטיג אז ביידע פלעצער זאל זיך אויסארבייטן, אזוי וועט יעדער באשליסען ווי ער וויל גיין, דאס איז קלאר אז מ'דארף זיך פון די שטאט אפציען, ווייל סאיז א דיזעסטער
7/7/2008 22:07#9
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

איך קען איינס פין די שותפים פין די וועד, אין איך עצה א יעדן וואס וויל סיינען א קאנטראקט זאל נעמען א גיטן לויער, אין נישט זיך פארלאזען אויף א אידישע צעטל, איך זאג נישט אז ער איז א שווינדלער אבער א שווערע בחור איז ער.

ד.ש. איז איז א באגלייבטער איד, אבער דא האט ער א פיינענשעל אינטערעס, איז מעג מען זיך נישט נאר פארלאזען אויף אים.

אזוי אויך דארף מען זיכער מאכען אז די אלע ציזאגען וואס זיי זאגען צי ווי צבש. טראנספורטעשאן אין מוסדות, בתי מדרשים, אין נאך, זאלען זיין געשריבן אין  קאנטראקט ווייל אויב נישט וואס וועט זיי מחייב זיין צי האלטען זייער ציזאג?

7/7/2008 23:12#10
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
ווי מיר קוקט אויס האט די וועד פון סוואן לעיק געטון זייער א קלוגע שריט מיט מאכען א עקסטערע וועד פאר די מוסדות ווי זיי זאגען האבן זיי עסקנים פון אפאר קהילות צוזאמען, וואס זיי דארפען נאר זיך אפגעבען מיט אהערשטעלן מוסדות התורה, די זעלבע מיט ארבעט פלעצער, די זעלבע וועד ארבעט אויף אפקויפן בנינים פאר אפיס און ביזנעס צענטערס, און די דעוועלאופערס ארבעטן מיט זיי האנט ביי האנט אז זיי זאלן האבן גענוג סופארט און קענען אויספירן וואס זיי ווילן

אויך האט די סוואן לעיק חברה א מעלה איבער אנדערע, אז אידן פארמאגן שוין אין די געגנד טויזנטער עיקערס, און הונדערטער הייזער און בנינים וואס זענען גרייט היינט צו באנוצט ווערן, איז זייער פשוט, אין די רגע וואס ס'ווערט א שטעטל און אידן באזעצן זיך, וועט זיך עס שפרייטן זייער שנעל

ווי איך הער גייען אפאר דעוועלאפערס בשותפות יעצט בויען קרוב צו טויזנט דירות אין סוואן לעיק במשך פון א יאר, און די שותפים זענען "סאליד" מענטשן מיט געלט און מיט עקשנות, און זיי זענען שטארק אנטשלאסן דאס צו מאכן געשען

7/7/2008 23:29#11
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
טייערע אידן סיי ווי מען גייט, צו איז עס סוואן לעיק אדער לעבן מידעלטאון זאל עס זיין מיט הצלחה, איך וויל אייך נאר איין זאך בעטן, ביטע גיבט ענק אלץ אכטונג מיט ענקער געלט, ס'איז נישט גענוג אז מען שרייבט אין קאנטראקט וואס מ'וועט אלץ צושטעלן ווייל מ'קען זיך גוט אנפייפן און נישט איינהאלטן וואס שטייט אין קאנטראקט מיט די טענה פון "אין לי" וואס הונדערטער אידן אין וומס האבן זיך שוין צוזאמגעליטן דערפון,
אלזא אויב איר פאקט אייך פעקלעך און איר לאזט איבער אייער סביבה צו גיין וואוינען אויף א נייע פלאץ דארפט איר זיין "גאראנטירט" פון אלע זייטן, עס דורך רעדן מיט א "גוטן" לאיער וואס ארבעט נישט און איז "נישט" רעקאמענדירט דורכן דעוועלאפער, אויך דורך א רב וואס קען גוט חושן משפט און האט עקספיריענס אין די ענינים.
לויט מיין מיינונג דארף שוין ליגן אין אקאונט געלט צו ראנען די אלע זאכן נאך פארן ערשטן קלאויזינג, צו איז דאס סוואן לעיק אדער ערגעץ אנדערש, ס'דארף זיין א פינאנציעלע פלאן אויסגעהאלטן דורך געהעריגע אקאונטענט וויאזוי וועט דער מוסד עקזיסטירן, נישט מיט קיין חלומות אדער הבטחות אויף אייער אויסגעהארעוועטע געלטער.
געדענקט!
לאזט יענעם חלומ'ן מיט יענעמ'ס געלט, און פאר אייער געלט דארף זיין ממשות
8/7/2008 17:18#12
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

איך וויל ענטפערן פאר די אלע אידען דא און אויך פאר די אידען וואס דרייען זיך אויף אנדערע פלעצער אינעם נעץ.

קודם כל: דעיס וואס מ'שרייבט אז "ס'איז איינגעהילט אין אסאך קשיות!!!" "די ווייסט ניטאמאל ווי ס'איז!!!" "פארוואס זאגט מען נישט קלאר???" "ווער??? וואס??? ווי??? ווען???"
די אלע קשיות איז נאר שווער פאר ווער ס'וויל בלייבען ביי די קשיא.

גראדע ווייסען די אלע אידען וואס גייען אהין, תירוצים אויף כמעט אלע קשיות וואס ווערן דא געפרעגט,

מיין חבר גייט אהין גיין וואוינען אי"ה און יעדע דיטעיל ווייסט ער, ווען איך קאל אים אן פארציילען אז אין די אינטערנעט שטייט אזוי צו אזי, קאלט ער גלייך אריין אין אפיס אין זיי ענטפערען יעדע פראגע.
סאו אז די האסט קשיות, פרעג פון דער וואס ווייסט, נישט דא אויף הייד פארק אדער ערגעץ אנדערש אויפן נעט.


נאך א זאך וואס איך וואלט געוואלט זאגען/שרייבען,
כ'האב געזעהן ווי דער וואס האט ארויפגעלייגט די פיקטשערס האט צוגעשריבען זיינע הגהות אויף רוב פיקטשערס, שרייבט ער דארט אויף 1 פיקטשער "די הויז אינטער די בארג, (מען קען זעין די לאנגע DRIVEWAY" און אויף א אנדערע פיקטשער שטייט "די געדרייטע אין בערגיגע DRIVEWAY צי איינע פין די הייזר"  וואלט איך נאר געוואלט זאגען פאר'ן עולם אז די 2 הייזער וואס מ'זעהט אויף די פיקטשער איז שוין געבויעט געווארען פאר עטליכע יאר צוריק פאר גוים, סאו די גאנצע הויז איז אויסגעשטעלט גוי'איש אינקלאדינג דעיס אז ס'האט א לאנגע געדרייטע בערגיגע דרייוו-וועי וואס דעיס איז א חלק פונעם גוי'ס עולם הזה אז ער וויל וואוינען ווי ווייטער פונעם ראוד,

משא"כ די דירות וואס מ'גייט בויען, גייט זיין 100% אידישליך געבויעט און איך גלייב (כ'האב נישט געפרעגט אין אפיס דערווייל) אז אויב איינער וועט וועלן האבען זיין הויז נענטער צו די ראוד מיט א קליינע גראדע פלאכע דרייוו-וועי וועט מען עס אזוי בויען (עס לאנג איט מיטס די לאקאל בילדינג קאודס)

אזוי גייען אלע מעשיות... מ'הערט א האלבע ווארט, מ'זעהט א האלבע זאך, לייגט מען שוין צו גאנצעטע מעשיות מיט לגיונות מ'לייגט נאך צו א פיקטשער אין די זייט, און פארטיג!!! גיי פרעג אים אפ!!!!

8/7/2008 17:40#14
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
לויט די פידבעק פונעם ציבור, איז דער עולם אנטשלאסען ארויסצוגיין וואוינען אויף די פרישע לופט, אן די גערודער פון פייערלעשער און הצלה אגאנצען טאג, און אן אריינצואטעמען די שטיקעדיגע רויעך און פאלושען פון די קארס און טראקס, און דער עולם איז שוין מיד פון צאלן א האלבען מעלאנע פאר א זעקסטע שטאק דירה מיט דריי קליינע בעדרומס

אויסערען שטאט, (צו מידלטאן צו סוואן לעיק) איז דא שיינע שטחים, גרויסע רחבותדיגע פלעי גראונדס, דאס גייט זיך אי"ה זיכער אויסארבעטען, מ'דארף נאר האבען שכל און לויפען!

8/7/2008 17:41#15
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
פראקטיש די רעדסט היבש פראקטיש הלוואי זאל עס דער ציבור איינזעהן
8/7/2008 20:02#16
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
פראקטיש, האסט געשריבן א אייזן ארטיקל קיפ איט אפ
9/7/2008 04:26#17
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

צדקתך די שרייבסט.  ווי א נארמאלע ארוינ. לויט ווי איך ווייס גיי זיי נישט אריינמישן קיין פאליטיק. און נאכדעם פאר די אלע וואס זענען באזארגט וועגן די מוסדות לויט ווי איך האב געהערט גייט די סיסטעם זיין אזוי. אויב גייען זיך איינשרייבן און די וועד למשל 100 משפחות פאפאנע גייען זיי עפענען פאפא מוסדות אויב וועלן זיך איינשרייבן 100 סאטמאר וועט  מען אי"ה אויך עפענען סאטמאר און די זעלבע מיט אלע מוסדות וויפיל עס וועלן זיך איינשרייבן אזוי וועט מען אויסשטעלן די מוסדות 

 

9/7/2008 19:19#18
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
וואס איז שייך לויט ווי כ'האב געהערט, רוף אין אפיס און פרעג
9/7/2008 20:59#19
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

ארילייב ביסט גערעכט איך האב גערעדט צו איינע פון די עסקנים און ער האט מיר געזאגט אז דאס איז די פלאן

9/7/2008 23:02#20
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
אנטשולדיג מיר ווי קומט דא אריין ווער ס'איז אן ארוני,
צום ענין, יעדע אפליקעישאן קומט מיט 100 מענטשן ?
10/7/2008 00:20#21
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
  MEADOWVIEW

 קודם האב איך געזען אז די האסט שוין מפרסם געווען אין פורום כל העולם כולו, ווי די פלאץ איז (כלשונך "מידעלטאון - מיניסינג") אזאך וואס איך האב מיך ציריק געהאלטן פין טיען.

אז מען רעדט שוין ווי די פלאץ איז, קען איך פרעגען פארוואס האט מען געשריבן מידעלטאון?

אין נישט למשל פארט ג'רוויס, וואס איז די זעלבע ווייט פין מינסינג ווי מידלטאון?

 ווי ווייט איך האב געהערט איז די סיבה פארוואס אסאך פין די הייזער וועלען זיין געבויט מיט לאנגע געדרייטע דרייוו וועיס איז וויבאלד ביי אסאך הייזער איז פארענט זייער בערגיג, אין מען קען נישט בויען די הויז נאר אין די בעק ווי די ערד איז מער גלייך.

 
אויב די ביסט אזוי גיט באקאנט אין די קענסט באקימען ענטפערס אויף אלע פראגען, איז פליז ברענג די ענטפערס אויך אויף די אלע אנדערע שאלות ווי למשל.

 וועט דארט זיין סיידוואקס אויף די גאסען?

לייטס אויף די גאסען?

פארוואס בויט מען אזעלכע שמאלע ראדס? (נאכדערצי ווען עס איז נישט דא קיין סיידוואקס אין די מענטשען אין קינדער וועלען גיין אויף די ראודס, אין ביינאכט אן לייטס)

איז עס אמת אז מען גייט וואוינען זייער צישפרייט, 172 הייזער צישפרייט אויף לאנד וואס איז אסאך גרעסער ווי ק"י?

איז דאס אמת אז די סטארס וועלען זיין זייער ווייט פין די הייזער?

ווי וועלען די ת"ת אין מיידל שולע זיין, נאנט אדער 10-15 מיניט צי פארען (דאס מיינט אז אויב פארשפעטיגט מען דאס באס, וועט מען דארפן נעמען א קאר סערוויס?)

קענסטי אפשר באקימען פין די וועד א מאפע וואס ווייזט ווי ווייט די הייזער זענען אפגעריקט איינס פין צווייטען אין  ווי אויך די ת"ת, מיידעל שולע, אין סטארס וועלען זיין, אין עס ארויף לייגען דא?  

 איז עס אמת אז אין די נאנטע פאהר יאהרן וועט מען נישט קענען בויען מער הייזער (אפשר איינצעלע, אבער נישט מער).

אזוי ווי די האסט געשריבען: "גראדע ווייסען די אלע אידען וואס גייען אהין, תירוצים אויף כמעט אלע קשיות וואס ווערן דא געפרעגט", בעט איך דיר אדרבה אז די ווייסט יא די תירוצים איז לאז די עולם דא הערן.

 

 

  

10/7/2008 03:10#22
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

פאר איר ליינט וואס כ'שרייב ווילעך אז איר זאלט וויסן איך בין א ליינער דא אויף היידפארק, כ'בין נישט קיין שרייבער, כ'האב נאר געליינט די לעצטע שטיק צייט וואס מ'שרייבט דא וועגן די נייע שטעטל, האבעך געבעטן מיינס א ידיד זאל שרייבן די דאזיגע שירות, האטער מיר געזאגט אז כ'זאלעס אליין שרייבן, מיט זיין ניק, אבער כ'זאל ארויסשרייבן אז איך בין נישט האקאבי. 

ס'קען זיין אז דאס וואס איך שרייב יעצט האבן שוין אנדערע געשריבן, אבער וויבאלד ס'הערשט א שטיקל צומישעניש, וועלעך פראבירן אביסל קלארשטעלן דעם ענין.

די וועד הדירות באשטייט פון א גרופע וואלאנטירען, וואס האבן באשלאסן צו מאכן א סוף צו די יעצטיגע מצב פון דירות אין נוי יארק, די אנפירער פון די וועד איז ר' דוד שטיינבערג, זייערע עקספענסעס ווערט באצאלט דערעך די אינוועסטערס.

די פלאץ פון וואס מ'רעדט, איז נישט מידעלטאון, נאר נעבן מידעלטאון, אבער נישט ווייטער פון מידעלטאון, נאר פאר מידעלטאון, ס'הייסט אז ווען מ'פארט דערעך עקזיט 121 פארט מען אויף צוריק פאר בערך 12 מינוט, די וועג ביז עקזיט 121 ווענצעך יעדער איינער וויזוי ער דרייווט, איך האב די פארגאנגענע וואך אהין געדרייווט און ס'האט מיר גענומען א שעה מיט צוואנציג מינוט ביז עקזיט 121, (דעיס וואס מעין סט. שרייבט אז די וועג קיין מאנסי דויערט 1:01, און קיין ק"י 0:39, און צו די קאנטרי 0:57, רעדט ער נישט ביז עקזיט 121, נאר ער רעדט ביז די נייע שטעטל, אבער דאס אז פון וויליאמסבורג האט עם געדויערט אריבער צוויי שעה, איז טאקע נאר אזוי ווי ער שרייבט אז ס'איז געווען טרעפיק, און נישט זיך אנכאפן אויף דעם אז ס'איז צוויי שעה פון די סיטי)

יעצט ווייטער, די ערשטע פאזע וועט באשטיין פון 180 דירות, איינגעטיילט און צוויי (מ'קענעס אנריפן פיר, אויב מ'וויל קריטיקירן, און זאגן אז פיר איז א פראבלעים,) סעקשאן'ס, און ס'גייט ווערן געבויט א הויז פער עיקער, (אויב/ווען ס'וועט ווערן א ווילידזש, גייט מען בלייבן נאר מיט א דרייפערטל עיקער) און ווער ס'קען מאכן די קאלקעלעישען'ס וועט זעהן אז ס'קומט אויס אפגעריקט איין הויז פונעם צווייטען בערך פיר/פינעף וויליאמסבורגע הייזער.

די פרייזן זענען 'גאנץ' ביליג, און אויב מ'רעכנט אריין די לאט ארום וואס מ'באקומט, און די בעיסמענט, איז עס 'זייער' ביליג.

די פלאץ ווי ס'גייט אי"ה זיין די ערשטע פאזע, איז נישט בערגיג.

די ברייטקייט פון די גאסן גייט זייט אזוי ברייט ווי אלע לאקאל ראוד'ס און נ.י. סטעיט. (זיי ווילען נישט מאכן צו ברייטע ראודס, פאר סעיפטי ריזען'ס).

ס'איז בערך 12/13 מינוט פון די נ.י. 17, ס'דא אנדערע נענטערע ראוד'ס.

די נענטסטע קאמערציאלע פלאץ פאר סטאר'ס איז טאקע כמעט 45 מינוט צו וואקן, אבער די ערשטע טאג פון די נייע שטעטל גייטזיין לאקאל גראסעריס מיט אלע נויטיגע סטארס ווי למשל דראג סטארס וכדו' (ס'קוקט נאר אויס שרעקעדיג ווען מ'שרייבט אז ס'דויערט כמעט א שעה, )

כ'קען גיין ווייטער און אפענטפערן אלעס וואס מעין סט. שרייבט, ווייל ס'גייט יא זיין לעקטערס, און אזוי ווייטער, אבער איין זאך וואס כ'האב באמערקט און די לעצטע פאר טעיג, זייט מ'האט געמאלדן די נייעס אז ס'דא דירות עוועיליבעל אין סוואן לעיק, האצעך אנגעהויבן א געפערליכע קריטיק קעגן די וועד הדירות, און לויט ווי ס'קוקט אויס, קומטעס פון מענטשען מיט נגיעות, ממילה ווילעך קלאר שטעלן איין פאונט.

די וועד הדירות האט א אפיס ווי יעדע קשי' ווערט פארענטפערט, און ווער ס'וויל וויסן, קען גיין פרעגן, און ווער ס'וויל קריטיקירן, און כאפן פיקטשער'ס נאר פון די זייט אדער בעק פון די הויז און דערעכדעים 'פראווען' אז די וועד הדירות איז א דערעכפאל, זאל וויסן, אז א שטעטל קען נישט האבן קיין הצלחה מיט דעים וואס מ'שטערט אנדערע, און מיט קריטיקרן די וועד הדירות גייט זיך סוואן לעיק נישט בויען, דער עולם האט שוין עניוועי עפליי'ט, און ס'וועט אי"ה זיין א שטעטל, און די שטעטל האט גענוג בעקונג פון רבנים וואס האבן א שטארקע איינפליס, די וועד הדירות ספענט גענוג געלט און האלט נישט ביים באצאלן פאר נאך פּי אר, און די קענסט ווייטער שרייבן וואס די ווילסט, און אויב איינער וועט האבן געדולד וועטער זיך מיט דיר טענה'ן

און נאכאמאל אויב איינער וויל עפעס וויסן, קען מען אריינקאלן צו די וועד הדירות אפיס, כ'האב נישט זייער נאמבער, אבער זייער אדרעסס איז אויף ראטלידזש, העכער עמעיזינג סעווינגס,

און דא האט איר א לינק פאר מער דיטעלס,

http://www.heimishekretchme.com/viewtopic.php?p=135276#135276


תוקן על ידי האקאבו ב- 10/07/2008 3:11:48

10/7/2008 03:43#23
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
10/7/2008 03:49#24
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
פארוואס קען נישט די וועד הדירות מודיע זיין אלע פרטים בנוגע די נייע שטעטל, פארוואס דארפען מען אנרופען פאר יעדע שאלה?

איך זעה נישט אז די וואס ווילען בויען דירות און סוואן לעיק זאלען עפעס באהאלטען פון די עולם, אלעס זענען זיי מודיע.
10/7/2008 06:55#26
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

איך האלט אז שלום קויפמאן האט אלע רעכטן צו באשמוצן ד.ש. און זיין שטעטל.

נאך אלעם שפירט שלום קויפמאן אז די מידלטאון שטעטל שטערט זיין סוואן לעיק שטעטל, איז ער נישט ענטייטעלט צו קויפן אפאר שרייבער'ס דא אויפן היידפארק צו באשמוצן אביסל די מידלטאון שטעטל.


מעין סטריט, אולטרעיוד, אריליב, דזשעיגודס...
רייסט אריין שטיקער פון דוד שטיינבערג... אזוי וועט זיך שלום קויפמאן פעסט בויען זיין סוואן לעיק שטעטל.

10/7/2008 07:00#27
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

איך האב איין פארשלאג פאר שלום קויפמאן.

געב אזעלכע "הייזער" ווי די מידלטאון שטעטל, נישט קיין אפארטמענטס, וועסטו נישט דארפן שרייבן אויף היידפארק.

אדרבה. צייג אז דו קענסט אויך צושטעלן אזעלכע מעכטיגע הייזער, מיט אזא פרייוועסי וואס דוד שטיינבערג שטעלט אהער - דאס וואס שלום קויפמאן האט צו פארקויפן איז קרית יואל'ער יוניטס, נאר 1 שעה אוועק.

מעין סטריט, אולטרעיוד, ארילייב, דזשעיגודס:
ביטע ענטפערן צו דער זאך.

10/7/2008 17:22#28
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
ר יונה די טעהט'ס אז מען באקומט באצאלט, די באקומסט נישט באצאלט?... גראדע די נייע שטעטל און סוואן לעיק ווערט געבויט דורך אפאר דעפאלאבער'ס איינע פון זיי איז לעבאוויטש פון מאנסי.
10/7/2008 17:58#29
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
רבי יונה (אייגענטליך עס איז איראניש אז די געסט דיך אליינס א "ר'" צו דיין נאמען) די ביסט שוין פון לאנג א שווארץ קוקער און א גרויסער בעקער, קיינער בויט נישט קיין אפארטמענט בילדינגס אין סוואן לעיק, און קיינער (חוץ אויף הייד פארק) האט נישט קיין פייט איינער מיטן צווייטן
פאר א דוגמא פון ר' יונה'ס געבעקס ברענג איך אראפ וואס ער האט געשריבן אויף כל העולם כולו
 משה פראדלזאהן צו הרגט מיט זאליס

משה פריעדמאן בן פראדל האט זיך לעצטענס שווער צוהרגט מיט די זאליס איבערהויפט מיט ליפא קרויס און שמואל קאמפאט, מי בראש.

איצט ביי די חתונה האט די פייט ביטער אויסגעבראכן, ווען ליפא קרויס מיט קאמפאט האבן פאר רז"ל איז אריינגעקומען אנגעפילט די אויבען אן מיט זייערע מענטשן, ווי אברהמי ברוין, מענדלאויטש, מרדכי רובינשטיין, וכו' און זיי האבן אראפ געפושט פון דארט שמשון יענקל מיט משה הערש רייזמאן און אליזער קעסטענבוים, ווען משה פראדל איז אריינגעקומען מיט רז"ל צו די חתונה, האט ער אנגעהויבען צו שרייען פאר ליפא קרויס חברה אז זיי זאלן אראפ גיין פונעם אויבן אן, זיי האבן אים געלאכט אין פנים, ער האט אנגעהויבען צו שלאגען און ער האט א כאפ געטאן די מייק, און געשריגען אברהמי ברוין מרדכי רובינשטיין גייטס אראפ פון דא! איך טייל פעטש, אראפ פון דא!

ברויך איז געווארן כעס'יג און ער האט אים צוריק געשריגען גיי דיר פון דא קיינער דארף דיך נישט דא, משה האט אנגעהויבען צו שרייען העכער, ברוין אראפ פון דא! ליפא קרויס האט שנעל געהייסן פאר סאנדל אויסלעשן משה מייק, אזוי איז משה געבליבן מיט א טויטן מייק, דעמאלס האבן זיך ברוין און רובישטיין גענומען צו משה ביינער, און אים געזאגט דיין צייט איז היסטאריא, און נאך איין ווארט די שרייסט אדער די הייבסט הענט, רייסט מען דיך ארויס דייין בארד, זיי האבן אים אוועק געשטיפט פון דארט, און שה האט זיך דערזעהן אז ער איז א טויטער קיינער נעמט זיך נישט אהן פאר אים, האט ער זיך אראפ געזעצט און דער זייט און געבלאזען ווי א נפטר.

ביי מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען משה גבאי זון יושע הערש און געזאגט פאר ברוין די שייגץ טמא וואס די ביסט פאר אפאר יאר צוריק ביסטו געווען א גוי, און די האסט נישט קיין בארד בכלל נישט געהאט, ווי שעמסטו דיך נישט צו עפענען דיין מויל, זיי האבן זיך געאמפערט ביז מען האט זיי געמוזט אפטיילן מיט געוואלד.

אוזי רייסן זיך זיי ארום ביי די קעץ און גאנץ שבת האט מען זיך געריסען ביי די קעפ.


 
עס איז דא טויזענטער עדות וואס ווייסן נישט פון אזא מעשה צו זאגן די זעלבע זאך איז דא מיט די דירות די בויסט דיך אויף אייגענע דמיונות און נאכדעים דארף מען עס גיין אפפרעגן, פארדריי א קאפ פאר דיר אליינס נישט פאר א צווייטן



תוקן על ידי צדקתך ב- 10/07/2008 18:01:42

10/7/2008 18:29#30
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
מעין סטריט און רבי יונה, איך גיי בכלל נישט אריינגיין אין ענקערע דעבאטעס, אבער איך וויל אייך אראפלייגן אין קורצן אביסל געשיכטע:

שוין יארן לאנג וואס אידישע משפחות מוטשענען זיך אין די מושג פון דירות בכלל, בפרט אין די שטאט ניו יארק הבירה, צו וויליאמסבורג צו בארא פארק צו פלעטבוש, שוין איבער צוואנציג יאר וואס ס'הערשט א ביטערע מאנגל אין דירות, פון צייט צו צייט איז געווארן א שטיקל הרווחה ווען דא דארטן איז ארויפגעקומען נייע דעוועלאפערס און אויפגעשטעלט הונדערטער און טויזנטער נייע דירות, בפרט אין וויליאמסבורג ווען די א.ג. "ניי-וויליאמסבורג" האט כמעט געדאפעלט די סייז פון די שטאט, אבער דאס איז געווען גוט פאר א צייטווייליגער לעזונג, דער עולם פון בלויז אפאר טויזנט אידן וואס זענען אראפגעקומען מיט זעכציג יאר צוריק פון שיף, איז זיך היינט צעוואקסן צו הונדערטער טויזענטער קע"ה וכן ירבו, דער וואוקס ווערט מער פון יאר צו יאר, אזוי אז היינט צוטאג צווישן וויליאמסבורג אין בארא פארק און די גלילות, האבן חתונה יערליך נאנט צו פופצן הונדערט קאפעלס א יאר! און דער נומער ווערט פון יאר צו יאר מער און מער, בדרך הטבע איז נישטא קיין ברירה, נאר זיך צו שפרייטן אין אלע זייטן.

תשס"ח: דער רבוש"ע האט צו געפירט אז א גרופע עסקנים מיט דעוועלאופערס האבן באוויזן צו לייגן די הענט אויף א ריזיגן באדן אין אראנדזש קאונטי נישט אזוי ווייט פון קרית יואל, און ממש נאנט צו מידלטאון, און זיי זענען גרייט צו בויען הונדערטער און עווענטועל טויזנטער דירות צו לעזן דעם פראבלעם פון דעם חרד'ישן אידנטום אין ניו יארק.

אויך: איז יעצט זומער אפיר געקומען דעוועלאופערס מיט עסקנים וואס גייען בויען הונדערטער און עווענטועל טויזנטער דירות אין די מאונטענס, וואס גייט ווייטער לינדערן דעם שווערן פראבלעם פון דירות מיט וואס כלל ישראל מוטשעט זיך.

קומען אפאר שרייבערס וואס האבן אביסל איבעריג צייט אין זייערע הענט, און וועלן פרובירן טרעפן חסרונות אין יעדע זאך, מיט די קירטיק ווייסן זיי אז זיי וועלן גארנישט אויפטוהן, ווייל דער מצב הדירות איז אזוי הימל שרייענד, אז דער עולם גייט זיך אויפהייבן און מופן ארויף אויף אפסטעיט, ממילא בעט איך פון די קריטיקירערס, זייט מוחל טרעטס נישט אויף די הינער אויגן פון די צודריקטע אידן וואס דארפן א דאך איבערן קאפ, און אויב האט איר עפעס "קאנסטראקטיוו" קריטיק, ווענדט דאס גראד צו די אפיסעס פון די דעוועלאופערס און עסקנים, וואס זיי וועלן זיכער נעמען אין באטראכט די ווערטער, און אויב איז די קריטיק  נאר צו צוברעכן און קאלט מאכן, קלערט אייך איבער וואס פארא אחריות דאס איז, און ויפיל טויזנטער אידן מ'קען חלילה בא'עולה'ן פון יעצט ביז משיח'ס טאג.



10/7/2008 18:35#31
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
צדקתך, ביטע נישט אריינמישן פאליטיק, א כלליות'דיגע בקשה, ביטע נישט קריטיקירן, ווייל מ'טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט דעם, אויב האט איינער פריוואטע חשבונות מיט איינעם, זאל ער זיך מיט יענעם פריוואט אפרעכענען, נישט גיין קאליע מאכן פאר א ציבור.

א דאנק!

10/7/2008 20:54#32
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
פראקטיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מעין סטריט און רבי יונה, איך גיי בכלל נישט אריינגיין אין ענקערע דעבאטעס, אבער איך וויל אייך אראפלייגן אין קורצן אביסל געשיכטע:

תשס"ח: דער רבוש"ע האט צו געפירט אז א גרופע עסקנים מיט דעוועלאופערס האבן באוויזן צו לייגן די הענט אויף א ריזיגן באדן אין אראנדזש קאונטי נישט אזוי ווייט פון קרית יואל, און ממש נאנט צו מידלטאון, און זיי זענען גרייט צו בויען הונדערטער און עווענטועל טויזנטער דירות צו לעזן דעם פראבלעם פון דעם חרד'ישן אידנטום אין ניו יארק. [/quote]

עס האנדלט זיך בכלל נישט פין עסקנים, עס האנדלט זיך פין אפאר היימישע אידן וואס האבן גקויפט מיט אפאר יאר ציריק די פראפערטי מיטן ציל צי בויען פאר גוים, אין אזוי ווי די ריעל עסטעיט מארקעט איז אין דער ערד, פראבירן זיי עס ציפארקויפען פארן חרדישען ציבור, זיי האבן פראבירט צי האנדלען מיט "איחוד הקהילות" אין מיט אנדערע עסקנים אין עס האט זיך נישט אויס געארבעט, האבען זיי גענימען ר' ד. שט"ב וואס האט א ביזנעס רילעשען מיט זיי אין האט געארבעט פאר זיי אויך אויף אנדערע זאכען, אין ר' ד. שט"ב וואס איז טאקע א חשובער אינגערמאן פירט אן די אזוי געריפענע עסקנות פאר זייער זייער אסאך געלט.


[quote] אויך: איז יעצט זומער אפיר געקומען דעוועלאופערס מיט עסקנים וואס גייען בויען הונדערטער און עווענטועל טויזנטער דירות אין די מאונטענס, וואס גייט ווייטער לינדערן דעם שווערן פראבלעם פון דירות מיט וואס כלל ישראל מוטשעט זיך
 [/quote]
די זעלבע דא רעדט זיך פין א היימישע איד וואס האט געפלאנט צי בויען סאממער האומס, אין אזוי ווי די מארקעט פאר דעם איז סלאו, פראבירט ער דאס צי פארקויפען פאר א נייע שטעטעל.

[quote] קומען אפאר שרייבערס וואס האבן אביסל איבעריג צייט אין זייערע הענט, און וועלן פרובירן טרעפן חסרונות אין יעדע זאך, מיט די קירטיק ווייסן זיי אז זיי וועלן גארנישט אויפטוהן, ווייל דער מצב הדירות איז אזוי הימל שרייענד, אז דער עולם גייט זיך אויפהייבן און מופן ארויף אויף אפסטעיט, ממילא בעט איך פון די קריטיקירערס, זייט מוחל טרעטס נישט אויף די הינער אויגן פון די צודריקטע אידן וואס דארפן א דאך איבערן קאפ, און אויב האט איר עפעס "קאנסטראקטיוו" קריטיק, ווענדט דאס גראד צו די אפיסעס פון די דעוועלאופערס און עסקנים, וואס זיי וועלן זיכער נעמען אין באטראכט די ווערטער, און אויב איז די קריטיק  נאר צו צוברעכן און קאלט מאכן, קלערט אייך איבער וואס פארא אחריות דאס איז, און ויפיל טויזנטער אידן מ'קען חלילה בא'עולה'ן פון יעצט ביז משיח'ס טאג.

עס שטערט מיר נישט אין איך גלייב אז עס שטערט קיינעם נישט אז די אידן פין ביידע שטעטלעך וועלען פארדינען געלט, אבער עס איז דא אסאך פראגעס וואס מענטשען האבן, אין עס איז געזינט אז מען פרעגט, אין ווי עס האט מיר אויסגעזען האט די וועד הדירות, סיי אין די באשרייבונגען ווי אויך אין די ארטיקלען, איטערוויאס, קול מבשר, וכו, פראבירט צי באהאלטען פארשידענע פאקטן, ווי אויך צי מיסלידען דער עולם מיט פארשידענע אינפורמעשאן, ווי לדוגמא אז די פלאץ איז ווייניגער ווי א שעה א האלב פין שטאט, מען רעדט פין מוסדות התורה אין דאסגלייכן, אבער ווער גאראנטירט דאס?

נישט יעדער האט די צייט צי גיין צים אפיס פאר יעדע קליינע שאלה, אין ווען מען ריפט פרעגען אויפען טלפון זאגען זיי אז זיי קענען מאכען אן אפונטמענט מיט מיר אין זיי וועלען ענטפערען אלע פראגעס, נא פרעג איך דיר? קען מען אראפגיין אין אפיס פאר יעדע קלייניקייט? האבען זיי שוין יא געמאכט אן אינטערוויא אויף קול מבשר, האט דאס אויס געזען ווי א ציגעגרייטע זאך, די פראגעס זענען נישט געווען די פראגעס וואס קוועטשט דעם עולם, אין דאס האט מען שוין אויך אראפ גענימען מיט א ציזאג פין שוין מער פין א חודש אז עס קימט א נייע, אין זיי האלטען נישט קיין ווארט



תוקן על ידי Shlishka ב- 10/07/2008 21:08:20

10/7/2008 22:49#33
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
רבי_יונה ביסט א גרויסער שוטה 1) איך האלט יא פון ד.ש. און פון די מידדעלטאון דירות
2) עס איז נישטא קיין שום פייט צווישן שלום קויפמאן און ד.ש.
3) לייען אביסל בעסער נעקסטיים פאר די שרייבסט עפעס
4) לויט ווי איך פארשטיי ביסטו דע וואס וויל מאכן א מחלוקת צווישן די צוויי זאכן
5) ביידע זענען גוט יעדער קען גיין ווי עס שמעקט אים ביידע זענען זייער גוטע פלענער
6)די בעטס מען זאל דיר ענטפערן סאיז נישטא אויף וואס צו ענטפערן די פרעגסט נישט גארנישט ווייל קיינער פאר דיר האט נאכנישט גערעדט פון סוואן לעיק און דאס וואס די בעטס מען זאל דיר ענטעפרן ווייזט אז די ביסט דער וואס וויל מאכן מחלוקת
11/7/2008 02:35#34
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון

אז מען רעדט שוין ווי די פלאץ איז, קען איך פרעגען פארוואס האט מען געשריבן מידעלטאון?

ווייל מענטשען ווייסען נישט וואס דאס ווארט מיניסינג מיינט, צו דאס איז א עסן אדער א סדרה, משא"כ מידעלטאון ווייסט יעדער וואס דאס איז און ווי דאס איז.

אין נישט למשל פארט ג'רוויס, וואס איז די זעלבע ווייט פין מינסינג ווי מידלטאון?

מידעלטאון איז מער אויפגעכאפט ווי פאר ג'ערוויטץ, 

 
ווי ווייט איך האב געהערט איז די סיבה פארוואס אסאך פין די הייזער וועלען זיין געבויט מיט לאנגע געדרייטע דרייוו וועיס איז וויבאלד ביי אסאך הייזער איז פארענט זייער בערגיג, אין מען קען נישט בויען די הויז נאר אין די בעק ווי די ערד איז מער גלייך.

יעדע הויז וועט זיין געבויעט אזוי טיף ווי דער קונה וועט וועלן (פארשטייט זיך אז ס'דארף מיטען די לאקאל בילדינג קאוד)

 
אויב די ביסט אזוי גיט באקאנט אין די קענסט באקימען ענטפערס אויף אלע פראגען, איז פליז ברענג די ענטפערס אויך אויף די אלע אנדערע שאלות ווי למשל.

 וועט דארט זיין סיידוואקס אויף די גאסען? איך ווייס נישט כ'וועל זיי פרעגען מאנטאג ווען די אפיס וועט זיין אפען.

לייטס אויף די גאסען?  איך ווייס נישט כ'וועל זיי פרעגען מאנטאג ווען די אפיס וועט זיין אפען.

פארוואס בויט מען אזעלכע שמאלע ראדס? (נאכדערצי ווען עס איז נישט דא קיין סיידוואקס אין די מענטשען אין קינדער וועלען גיין אויף די ראודס, אין ביינאכט אן לייטס)

יעדע דירה וועט האבען א דרייוו-וועי צו די הויז מ'וועט נישט דארפן פארקען אויף די ראוד.

איז עס אמת אז מען גייט וואוינען זייער צישפרייט, 172 הייזער צישפרייט אויף לאנד וואס איז אסאך גרעסער ווי ק"י?

ניין, ס'איז נישט אמת,  די אינוועסטארס אוינען א שטח וואס איז סאך גרעסער ווי ק"י, אבער די יעצטיגע דירות גייט מען נאר בויען אויף א קליינעם שטח.

איז דאס אמת אז די סטארס וועלען זיין זייער ווייט פין די הייזער?

ניין, ס'איז נישט אמת,

ווי וועלען די ת"ת אין מיידל שולע זיין, נאנט אדער 10-15 מיניט צי פארען (דאס מיינט אז אויב פארשפעטיגט מען דאס באס, וועט מען דארפן נעמען א קאר סערוויס?)

איך ווייס נישט, אדער לכאורה וועט עס זיין 10-15 מינוט אוועק פון די ישוב (פונקט אזוי ווייט ווי פון מיין הויז ביז די סקול) און אז מ'וועט שפעטיגען וועט מען דארפען נעמען א קאר, (פונקט אזוי ווי אין ק"י און אין מאנסי)

קענסטי אפשר באקימען פין די וועד א מאפע וואס ווייזט ווי ווייט די הייזער זענען אפגעריקט איינס פין צווייטען אין  ווי אויך די ת"ת, מיידעל שולע, אין סטארס וועלען זיין, אין עס ארויף לייגען דא?  

איך וועל טרייען.

 
איז עס אמת אז אין די נאנטע פאהר יאהרן וועט מען נישט קענען בויען מער הייזער (אפשר איינצעלע, אבער נישט מער).

ניין! ס'איז נישט אמת.

16/7/2008 19:35#35
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
רבי יונה, כ'בין יעצט דורך געפארן סוואן לעיק, הלואי קען מען האבן א פיפטל דערפון אין קרית יואל אפשר גייסטו אריין אין די פראפערטי ?
16/7/2008 20:28#36
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
איך בין אין א אנדערע געגענט, איך האב אריינגערופן דעם נאמבער פון די עד, און זיי האבן מיר געענטפערט אלע מיינע קשיות, איך וועל מיר מוזן נעמען איין טאג און אראפפארן קיין מידלטאון און קיין סוואן לעיק זען מיט די אויגן
17/7/2008 00:01#37
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
וואס זאגט רבי יונה דערצו, אפשר קריטיקירט ער יעצט נאכן זען אויך
22/7/2008 23:30#38
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
יעצט גערעדט מיט א בראקער פאר סוואן לעיק, ער זאגט מיר אז די נאכפראגע איז זייער גרויס, איך גלייב אז די זעלבע זאך איז אין מידעלטאון, אויב איינער ווייסט נייעס ביטע לאזן וויסן דעם ציבור וואס טוט זיך, ב"ה אז מענטשן הייבן אן צו פארשטיין אז מ'קען נישט בלייבן אין וויליאמסבורג.
30/7/2008 22:59#40
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
פון דא און ווייטער גענומען פון די ארוינישע פארום, אפשר ווייסט איינער מער פרטים.

...האבען זיי מיר געזאגט אז אזוי ווי דער עולם האט אנגעהויבען קומען סיינען קאנטראקט האט דער עולם געפרעגט אסאך קשיות און פון די אנדערע זייט האבען זיי געזעהן וואס דער עולם וויל דאס מערסטע,
האבען זיי געסטאפט רופען ווייטער דעם עולם, און ביז דערווייל טוישען זיי ארום געוויסע זאכען פאר די באקוועמליכקייט פונעם קאסטאמער,

אזוי ווי ס'איז זומער און דער עולם איז אויף וואקאציע דויערט אלעס סאך לענגער ווי געראכטען,

האפענטליך וועט סוף זומער אלעס זיין מסודר עצהיו"ט און נאך די קאנטרי (ס'איז דא 4 וואכען ביז ר"ה) וועט מען ווייטער רופען די אפליקאנטען צו סיינען קאנטראקט.

13/8/2008 21:16#41
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
דעם זונטאג !! איר וועט הנאה האבן

יעצט געזען אין די צייטונג, דעם זונטאג וועט זיין די "אפען הויז" פון סוואן לעיק, קומט און ברענגט אייערע פריינט, ווייבער און קינדער איר וועט הנאה האבן, איך זאג אייך איר האט נאך אזאנס נישט געזען


15/9/2008 04:34#42
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
Public hears plans for new Deerpark subdivision
Basher Kill project calls for 354 home


DEERPARK — It was standing room only at Town Hall on Wednesday night for a public hearing on the proposed Basher Kill subdivision, which, if approved, would be the largest residential development in the town.

But from the feedback provided by more than 60 skeptical people who attended the hearing, it looks as if the project's developer, Orange County Holdings LLC, has an uphill battle on its hands.

The proposal calls for 354 single-family homes to be built on a 600-acre parcel on County Road 61 and Route 211.

This would consist of 161 town houses and 193 detached houses with lot sizes ranging from a quarter of an acre to an acre.

The proposal also includes two retail developments, recreational facilities and a network of roads. The development would have its own water and sewer system.

At issue Wednesday night was a draft of an environmental impact statement that the developers were submitting for approval to the Deerpark Planning Board. The impact statement was prepared by New Jersey-based CMX Engineers and Consultants, which promises to make the complete report available on a Web site.

The Planning Board will not take a vote until much later. The Town Board has the final say on the project.

There have been rumors about the project since the developers put in an application with the Planning Board in April 2005. A persistent one has been that the development would be for a Hasidic community similar to Kiryas Joel. The developer stated in a Sept. 8 letter to Supervisor Gar Flieger that the subdivision has always been intended to be open to everybody.

Paula Medly, president of the Basha Kill Area Association, said her organization had spent thousands of dollars on consultants who say the environmental impact statement is poorly done and incomplete.

Cuddlebackville fire officials told the Planning Board the subdivision would double the population and the EMS calls in the district.

Town officials say that the public comment period is likely to be extended beyond the current Oct. 31 deadline. Comments can be sent to Deerpark Planning Board, P.O. Box 621, Huguenot, NY 1274

15/9/2008 23:09#43
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
Shlishka כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

עס שטערט מיר נישט אין איך גלייב אז עס שטערט קיינעם נישט אז די אידן פין ביידע שטעטלעך וועלען פארדינען געלט, אבער עס איז דא אסאך פראגעס וואס מענטשען האבן, אין עס איז געזינט אז מען פרעגט, אין ווי עס האט מיר אויסגעזען האט די וועד הדירות, סיי אין די באשרייבונגען ווי אויך אין די ארטיקלען, איטערוויאס, קול מבשר, וכו, פראבירט צי באהאלטען פארשידענע פאקטן, ווי אויך צי מיסלידען דער עולם מיט פארשידענע אינפורמעשאן, ווי לדוגמא אז די פלאץ איז ווייניגער ווי א שעה א האלב פין שטאט, מען רעדט פין מוסדות התורה אין דאסגלייכן, אבער ווער גאראנטירט דאס?

נישט יעדער האט די צייט צי גיין צים אפיס פאר יעדע קליינע שאלה, אין ווען מען ריפט פרעגען אויפען טלפון זאגען זיי אז זיי קענען מאכען אן אפונטמענט מיט מיר אין זיי וועלען ענטפערען אלע פראגעס, נא פרעג איך דיר? קען מען אראפגיין אין אפיס פאר יעדע קלייניקייט? האבען זיי שוין יא געמאכט אן אינטערוויא אויף קול מבשר, האט דאס אויס געזען ווי א ציגעגרייטע זאך, די פראגעס זענען נישט געווען די פראגעס וואס קוועטשט דעם עולם, אין דאס האט מען שוין אויך אראפ גענימען מיט א ציזאג פין שוין מער פין א חודש אז עס קימט א נייע, אין זיי האלטען נישט קיין ווארט

 



לויט ווי מ'זעהט איז די פראגע פון מוסדות שוין פארענטפערט געווארן אין דער בלאט פאר צווי וואכן צוריק.

און וועגן די אינטערוויא פראבלעים, ס'איז דא א נייע שמיעס אויף קול מבשר פון די וועד הדירות.
17/9/2008 22:33#44
איך הוב נואך נישט פארשטיין פארווס דו דאפסט שרייבען די זעך
???
28/10/2008 01:00#45
נייעס פון די נייע שטעטל און מיטלטאון
מיט די רענטעל'ס האבן זיי א גרעסערער אויסזיכט.
בלאט: 1 2