איך וויל נישט אריינגיין אין דעם נושא, צו די דירות זענען גיט צו נישט, איין זאך איז זיכער, קיינער האט אין די לעצטע צען יאר נישט פארשאפט קיין דירות פאר די פרייזן וואס זיי געבען, עס קען זיין אז עס האט טאקע חסרונות, אבער אז איינער טוט שוין ב"ה אין דעם עינין דארף אים יעדער יודיש קינד מחזק זיין, צו קומען אויף א אינטערנעט סייט אין שרייבן אפאר מעשיות אין שרייען אז סאיז קלאר אמת ווייל זיי האבען זיך נישט גענומען די מי צו קומען אהער ענטפערן, איז א אוון פלילי.
למעשה, אפילו אויב זאל זיין אמת אלע חסרונות וואס ער זאגט, איז נאך אלץ כדי עס זאל געשעהן, קודם כל, א גרוסער עולם גלייכט זייער שטארק פריוואט, אז יעדער וועט האבען א פריוואטער הויז אפגעטיילט איינס פון אנדערן איז א גרויסע מעלה פאר אסאך מענטשן, אין במציאות אויב וועלן אסאך מענטשן מאפן אהין וועט עס אטוימאטיש אראפברענגען פרייזן איבעראל, די פאקט איז אז אסאך דיוועלעפמענטס אין מאנסי האבן דראסטיש געדראפט מיט די פרייזן זייט די שטעטל איז אין פראסעס.
אין וואס איז מיט פרייזן? זיי בעטן צוויי הינדערט אין צוואנציג טויזענט דאלאר פאר זעכצן הינדערט סקווער פיס, ווי אין דער וועלט טרעפט מען היינט צוטאגס אזעלכע פרייזן אין היימישע געגענטער?
אין דער עיקר, נאך וואס א גרויסע עולם וועט ארויס מאפן אהין, וועט מען דאך מאכען א ווילידז, וועט דאך אוודאי נישט זיין קיין פראבלעימען.
די גאנצע העצעריי וואס די חברה מקטריגים אויף כלל ישראל ווילן דא אונזייען איז פוסטע לופט, א מקטרג וואס איז פארקערט ווי דער הייליגער בארדיטשעוור פלעגט זיין, וועט אייביג טרעפן טענות אויף אלעם, אין ווי איך האב אויבן געשריבן, יישר כוח עבד עברי פאר העלפען אינטערברענגן א פרישע זאך ביי כלל ישראל, ברענג אלעס אינטער, יעדער איז קראפטעט, די רבנים, די דיינים, די מנהלים, די בחורים, די יונגעלייט, די מיידלעך, די פרויען, די קינדער, די עסקנים, יא אלעס איז קאראפטעט, נאר די האטליינס זענען גיט..
תוקן על ידי שסופסקים ב- 02/07/2008 17:34:23