ויצא רוצח מגזע טווערסקי

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
26 מאי 2011, 22:11#1
ויצא רוצח מגזע טווערסקי

וואָס האָט פּאַסירט אין סקווער איז אַ מכּה וואָס נעמט איין חרדישע יידן בכלל און חסידים בפרט בכל מקומות מושבותיהם. סקווער איז סך הכּל אַן עקסטרעמער מוסטער. צי אין באָבאָוו צי אין בעלז צי אין וויזניץ צי אין גער זענען מכּות די מנהג המקום און געוואַלד פון די מצוות אנשים מלומדה. ווער רעדט נאָך פון סאַטמאַר וווּ זיי האָבן דערויף אַ חלק שולחן ערוך. און איידער די ליטווישע פּאַטשן זיך די בייכלעך לאָמיר זען וואָס גייט פאָר אין פּאָנאָוויטש.

מיר האָבן צוויי מכּות אשר לא כּתובים וואָס זענען שטאַרק פאַרבינדן: איינס אַז יעדער משוגעת ווערט באַלד אַ יהרג ואל יעבור און אַ דריטער חורבן בית המקדש. איבער אַפּאָר נאַרקאָטיק שמוגלער געט מען אויס מיליאָנען כּאילו כּלל ישראל וועט אונטערגיין אָן זיי בשעת ווען קינדער לערנען אין האַלב צאַמגעוואָפענע געביידעס און עלטערן ווייסן נישט וווּ זיך אַהינצוטון מיט אַזויפיל קינדער. און צווייטנס האָבן מיר זיך ערגעץ איינגעבאַקן אַז לית דין ולית דיין און אונז מיינט מען נישט. פון צופיל געוויכט אויף אַ פליגער ביז גנבנען פון ציבורישע קאַסעס ביז פאַרברענען מענטשן, אין אַלעס זענען מיר אַן אויסנאַם. אַ הלכה בפני עצמם, אַ לאָ אָנטו אָוירסעלווס. מיר וועלן דן זיין עד כּלות הנפש צי אויפמאַכן אַ פּעקל צוקער אויף שבת הייסט מאַכן אַ כּלי און צי אַ כּזית איז דער גרייס פון אַ מילגראָם אָדער אַ מעלאָן אָבער אַז מען דאַרף זיך צוגאַרטלען ווען מען זעצט זיך אַריין אין אַ קאַר איז צו שווער אַריינצוגיין אין אונזערע קאַרפּן קעפּ.

דאָס איז נאָר ביי פּשוטי עם. ווען עס קומט צו רביס איז אַ גאַנץ באַזונדערע מסכת. לפני מלכים יתיצב. מאן מלכי רבנן. מלך פורץ גדר. וויבאַלד זיי וואַרטן נישט אין אַ רייע ביי די פּאַספּאָרטן, גייען נישט אין מקוה מיטן עולם און קענען זיך אָנרוקן צי אַ דינער מיט אַ מנין הינטער זייערע בענקל שכן דרך בני מלכים לעמוד איז אַריין אַ דמיון אין קאָפּ אַז זיי זענען אָנטאָטשעבעלס. אפילו פון די חוקים פון גראַוויטי זענען זיי פטור ווייל די בייכלעך זייערע האָבן זיי אויך געירשנט. די שיסטערס און שניידערס פאַר זיי איז געמאַכט אַ דין תורה אָבער די צדיקים זייערע כּוח איז ביד חזקה ובזרוע נטויה.

מיר זענען רעלאַטיוו ווייניק און על פי רוב איז דער וועלט נישט צופיל אינטערסירט ממילא רעדן מיר זיך איין אַז אונזער גמרא קאָפּ איז דער והיא שעמדה. ווי דער גולם וואָס איז אַרומגעלאָפן אין שטאָט מיט אַ במדבר חומש און געזאָגט עס איז בראשית און זיך געפרייט אַז ער האָט אויסגענאַרט דער גאַנצער שטאָט. קומט אָבער פאָר עפּעס אַ מעשה צי מען פּראָטעסטירט פאַר געוואַלדיקערס, צי מען מאַכט זיך משוגע איבער אַ בילד פון אַ פרוי, צי מען וויל פאַרברענען אַ גאַנצע משפּחה און עס שטעלט זיך אויס ואת ערום ועריה. נישט נאָר מיר האָבן נישט וואָס צו פאַרקויפן נאָר מיר קענען זיך קוים אויפעפענען דאָס מויל אָן צו זיין ללעג ולקלס. און אַלץ ווייל דער וועלט וויל אונז נישט פאַרשטיין. נאָר וואָס דען, זאָל דער וועלט מוחל זיין אַראָפּקומען קיין ברוקלין אָדער ניו סקווער און צוקוקן ביים מלמד דרדקי ווי ער לערנט שנים אוחזין בטלית וועלן זיי שוין אַלע איינזען אַז מי כּעמך ישראל.

נאָך איין נקודה און איבער דעם זאָלן זיי מיר באַשטיינערן: עס איז נישט אַ גרויסע חילוק צווישן דער טיפוש וואָס האָט זיך געשטעלט פאַר די פאָטאָגראַפירער און אויסגערופן אַז ער וווינט נישט אין אַמעריקע נאָר אין דזולאַנד און צווישן דער אַנדערע תנא קמא וואָס האָט זיך אויפגעשטעלט פאַר דער וועלט אַז אונזערע היסטאָריע פון פיר טויזענט יאָר געבט אונז רעכטן איבער אַנדערע און ווייל אברהם האָט שרהן באַהאַלטן אין אַ קאַסטן קענען מיר ווייזן אַ פייג פאַרן וועלט. היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגלה. די נפקא מינה איז גאַנץ קליין צווישן דער מבין אויפן אַראַבער אַז מיט זיי העלפט נאָר כּוח און מיין מלמד וואָס האָט געזאָגט אויף די שוואַכערע קינדער אַז נאָר צו אַ שטעקן פאַרשטיין זיי. און דער וואָס וויל מיר באַשולדיקן מיט זעלבסט האַס זאָל מיר מוחל זיין ווייזן אין די צייטונגן וואָס פליסן איבער מיט אהבת ישראל אויף וועלכן זייט נומער ווערט באַריכטעט דער פּריוו אומצוברענגן אַ גאַנצע משפּחה פון היימישע יידן.

מיר זענען נעבעך די גרעסטע קרבנות פון אונזערע אייגענע היסטאָריע. דער גוי איז אַ פערד און מיר זענען די חכמים מחוכמים. בשעת ווען זייערע זיידעס האָבן זיך געוואַרעמט אַרום אַ פייער אין אַ הייל זענען שוין אונזערע עלטע באַבעס געגאַנגן רבינו תם תפילין. נאָר מיר ווייסן פון יושר און ב29ז אונזערע געזעצן זענען ומשפטים בל ידעום מה שאין כּן טעות עכּו”ם מותר. דער וועלט האָט אונז פיינט און אַז שוין דען שוין. אונז טאָר מען נישט אָנרירן כּמלא נימה אָבער פאַר אַנדערע איז לנכרי תשיך. מיר האָבן אַ מדינה ומי יאמר לו מה יעשה. ובכן מיר האָבן אויך אַ שטעטל און אַז דו ווילסט מאַכן אַ מנין ביסטו חייב מיתה ווייל אַז עס געפעלט דיר נישט פּאַק דיר די געפּעק און ווער נעלם.

אַ דאַנק אַזאַ סאָרט גערעדעריי וווינען מיר מער נישט אין דער שאָטן פון די קאַרפּאַטישע בערג נאָר אין מערב לענדער וווּ מען לאָזט אונז זיין נאָך מער יידיש ווי עס האָט זיך אפילו געחלומט אויף באַרג סיני. דער אָ עודף איז אָבער אונזער גרעסטער דעפיציט. נחזיק 24 להפעדס אַז עס איז נאָך דאָ עמעצער פון וועם די כוליגאַנעס האָבן מורא. אין דער זעלבסטשטענדיקער ישראל איז דאָס נעבעך אויך נישט דאָ און טאַקע פאַרדעם איז זייערע עקסיסטענציעלע פּראָבלעם נישט די אַראַבער און פּאַליסטינענדער נאָר דבר ה’ ותורתו.

לאָמיר מסיים זיין מיט אַ חז”ל. על מה אבדה הארץ? על שלא ברכו בתורה תחלה וסוף. ווייל אַז מען ווייסט נישט וווּ די תורה הייבט זיך אָן און ווען זי ענדיקט זיך קען דער לאַנד נישט האָבן אַ קיום.