יידישע קינדער וועלן זיך זעצן צו די שבת סעודות נאָך שלום עליכם און אתקינו סעודתא און מען וועט שמועסן. קיינע שיינע מעשות אויף במדבר זענען נישט דאָ אויסער אַז מחמת חבתם מנאם און אַז משה האָט זיך געשטעלט אינדערויסן פון געצעלט צו וויסן וויפיל אייפעלעך זענען דאָ אינעווייניק. מיר זענען אָבער בעלנים עפּעס אַרויסצושמוגלען אפילו פון אַ סדרה וויסט ווי במדבר. די קינדער וועלן אוודאי האָבן אַ דיוק און אַ וואָרט און נאָך כּל מקדש און יה רבון קומט מען שוין אָן צום קאָמפּאָט.
עס זענען דאָך דאָ נאָך אַפּאָר מינוט ווען די אשת חיל טיילט אויס דער זיפּ און שפּעטער ווען מען נוגט אויס דער גערגל. און מען מעג דאָך שמועסן אַפּאָר ווערטער אויך. אַז נישט ביים סעודה איז אויפן וועג אַהיים נאָך די קינדער האָבן געזען ווי דער טאַטע פלאַקערט אין שיל אָבער אַזוי ווי זיי רעדן צו אים איז ער קאַלט און ווייסט אויף גאָרנישט אַ תשובה. על כּל פנים די קינדער הערן און זיי פרעגן, ‘טאַטע וואָס גייט דאָ פאָר?’ עס איז אמת? וויאַזוי קען עס זיין? מה זאת?
איך קען אונזערע יידן. מיר האָבן נישט ליב דאָס דורכצושמועסן מיט די קינדער. איז לייקענט מען. ‘ע, חס ושלום. סתם, מע רעדט זיך איין.’ ווייל מען וויל נישט קאָנפיוזן די קינדער און מתוך חבתם האַקט מען זיי אין בוידעם. אַז דאָס גייט נישט ווערט מען אַ מדקדק אויף לשון הרע. מען טאָר פון דעם נישט רעדן און מען דאַרף זיך דערווייטערן פון מחלוקת בשעת ווען גאַנץ לכו נרננה האָט מען איבערגעקייט וואָס חיים יענקל האָט געענטפערט פאַר משה ברוך. אַנדערע וועלן פאַרדרייען דער שמועס און כאַפּן אַ זמירות און לאָמיר זינגן מה ידידות. אָדער מוישי, האָסט עפּעס אַ וואָרט אויפן סדרה?
בלית ברירה אַז מען מיז רעדן וועט מען זאָגן, חלילה, דער רבי איז אַן ערליכער נאָר פון די חסידים זענען דאָ פאַרדאָרבענע. אָבער אויף אַ רבי טאָר מען נישט רעדן. און מען וועט צולייגן אַ וואָרט. פאַרוואָס שטיין אייביק בית שמאי און בית הלל און נישט שמאי און הלל? ווייל דער מחלוקת איז געווען נאָר צווישן די חסידים בית שמאי און בית הלל אָבער די פירערס, שמאי און הלל אַליין, זיי האָבן זיך געלעבט ווי ברידער ווייל תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם. און ווי ביי אונז יידן קען מען נעמען יעדער שטות און אַזוי ווי מען געפונט דערצו אַ טייטש אין אַ פּסוק הייבט עס אָן מיטאַמאָל צו באַקומען אַ דערהער און צו שטימען.
ואני הקטן, קען נישט וואַרטן אַראָפּצושלינגן דער חלה און איידער זיי פרעגן נאָך, ווי דער שאינו יודע לשאול, את פתח לו. איך וועל דערציילן פאַר די גרויסע און קליינע, ייִנגלעך און מיידלעך אַז נבלה נעשתה בישראל. יידן וואָס זען אויס ווי אונז האָבן געוואָלט הרגענען אַ גאַנצע משפּחה. און אַז די עלטערע וועלן מלמד זכות זיין אַז דער רבי האָט נישט געוווּסט וועל איך זיי אַריינהאַקן אַז צי ער האָט געוווּסט צי נישט פון דעם איז ער דער שולד. חכמים הזהרו בדבריכם און אַז ער שווייגט שוין חודשים לאַנג איז ער שולדיק. און דער גאַנצער מושג פון נישט לאָזן נאָך אַ מנין און דיקטאַטירן וויאַזוי אַ גאַנצער דאָרף דאַרף לעבן איז אַזוי אויסטערליש און אַזוי כוליגאַניש אז ער איז שולדיק פשוט פאַרדעם ווייל ער איז דערפון דער הויפּט. און ווייל נאָך מען פאַרבענט עמעצן איז עס פאַר אים סך הכּל ‘עגמת נפש’.
זיי וועלן אפשר פרעגן ווי קען אַ רבי אַזוינס טון. ער איז דאָך א רבי. וועל איך זיי זאָגן אַז אַ רבי איז פּונקט ווי זיי און אַז ער באַנעמט זיך נישט ווי אַ רבי מעג ער זיין יעדער וואָך אין דער המודיע און כּל העולם כּולו מיט נאָך אַ פאַרב בעקיטשע און ער איז פאַרדעם נישט קיין קלענערע שקץ. וועלן זיי וועלן וויסן ווער איז דער אמתע רבי. און איך וועל זיי זאָגן אַז זיי זאָלן נישט ערשט קוקן אויפן צדיק און באַשליסן אַז וואָס ער טוט איז גערעכט, נאָר זיי זאָלן וויסן וואָס איז גערעכט און אַז אַ רבי פירט זיך נישט אַזוי איז ער ווערד אַ רעטעך.
און אַז זיי וועלן זאָגן אַז אַלע רביס זענען דער זעלבע און קומט אויס אַז זיי זענען אַלע אייניק ווערד וועל איך זיי זאָגן אַז זיי זאָלן נישט זוכן גדלות אין די בלעטער פון די צייטונגן און ביים אויבן אָן נאָר אין תלמידי חכמים, איידעלע מענטשן, פּשוטע יידן וואָס אַרבעטן שווער און קומען אין שיל דאַווענען און האָבן אַ שיעור. איי די גדולים? מימות יהושע בן נון ואילך זענען זיי על פּי רוב אָדער טיפּשים אָדער פאַרברעכער און אָפט ביידע. אַז מיר האָבן איבערגעלעבט אַ ביטערער גלות איז עס טראָץ זיי און נישט צוליב זיי.
פון דאָ קען מען שוין אַריבער גיין צו רעכט און אומרעכט, גניבה און גזילה, רציחה און שפיכת דמים. ומאידך, חסד און העפטלעכקייט און אָרנטלעכקייט. און עס איז נישט אַ חילוק צי אַ חסיד צי אַ מאָדערנער, אַ פרומע צי אַ פרייע, אַ ייד צי אַ גוי, שוואַרץ צי ווייס אַלע זענען גלייך אַז זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן. איך וועל זיי דערציילן וואָס האָט פּאַסירט ווען בוש און אַל גאָר האָבן זיך נישט געקענט פאַרגלייכן איבער פלאָרידע. מען האָט נישט געהויבן הענט, פאַרברענט הייזער אָדער מבזה געווען טויטע. מען איז געגאַנגן צום געריכט און מקבל געווען וואָס עס האָט געפּסקנט. דער וועלט איז נישט אונטער געגאַנגן כאָטש ביידע האָבן שטאַרק געוואָלט זיגן. איך וועל זיי זאָגן אַז דאָס איז נענטער צו דער תורה פון צדק צדק תרדוף מער ווי אַלע ווייסע זשופּיצעס און דיקע גאַרטלעך.
ואם תאמר פאַרוואָס ברענט עס מיר אַזוי? איז פּשוט. ווייל אונזערע חורבן איז כאָטש רוב זענען אנשים יראי אלקים האָבן מיר אָבער גענומען דער ברכה פון ושמתי זרעך כחול הים און באַגראָבן דער קאָפּ דערין. אַז מיר וועלן נישט מודה זיין אין אונזערע פּראָבלעמען און עפּעס דעריבער טון וועט זיך עס ממשיך זיין אָדער אונזערע קינדער וועלן זיך פון אונז פאַרעקלען ווי פיל טון שוין. אָבער אַז מען איז מודה און מען זאָגט פאַר די קינדער, די צדיקים זענען נישט אונזערע מוסטער און די גדולים זענען נישט אונזערע וועג ווייזער נאָר דאָס וואָס עס שטייט אין דער תורה און חז”ל מיט אַ היפּש ביסל פון דער פינפטער חלק שולחן ערוך און מענטשליכקייט דעמאָלסט איז אפשר דאָ אַ האָפענוג.
האָט מיר אַ גוטן שבת.