וועגן דעם ארכיוו
דאס איז אן אומאפיציעלער ארכיוו פון דער קרעטשמע (kretchme.org), אן אידישער פארום וואס איז געווען אקטיוו פון 2014 ביז 2018. אין דעצעמבער 2018 האט דער פארום אליין געציילט 9,403 הודעות אין 613 טעמעס, פון 206 ניקס. היינט עקזיסטירט דער דאמעין מער נישט און דער פארום איז נישטא.
פון וואו קומט דער מאטעריאל
אלע בלעטער דא זענען גענומען פון די עפנטליכע קאפיעס פונעם אינטערנעט ארכיוו (archive.org, דער "וועיבעק מאשין", 2014–2019) און פון Common Crawl (2017–2019). יעדער פאסט ווערט געוויזן ווי ער איז געווען אויפן פארום אין דעם מאמענט ווען די קאפיע איז גענומען געווארן; דער טעקסט און די ניקס זענען נישט געטוישט געווארן.
וואס פעלט
עס זענען געראטעוועט געווארן 387 אשכולות מיט 7,193 פאסטס — בערך 76% פון די הודעות. פון נאך 169 אשכולות איז פארבליבן בלויז דער קעפל (פון די פארום־ליסטעס); זיי ווערן געוויזן מיטן צייכן "נישט אין ארכיוו". ביי אשכולות וואו עס פעלן בלעטער ווערט עס אנגעצייכנט.
בילדער: 74 פון 107 בילדער פון דרויסנדיגע זייטלעך, און 21 פון בערך 330 צוגעלייגטע בילדער (attachments), זענען געראטעוועט. די איבריגע זענען פארלוירן.
נעמען
די נעמען (ניקס) פון די שרייבער ווערן געוויזן ווי זיי זענען געווען אויפן פארום. אויב א שרייבער וויל אז זיין נאמען זאל אראפגענומען ווערן, קען מען זיך פארבינדן מיטן פארוואלטער פון דעם ארכיוו.