candy crush

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #113
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יולי 22, 2014 11:21 am#3
Re: candy crush
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:שפלסטו דאס?
וועלעכע לעוועל האלטסטו?
האסטו זיי שוין אמאל געגעבן צי לייזן?

כ'מיין אז עס מאכט שרעקליך עדיקטעט און מענטשען קענען ספענדן שעות ע''ג שעות און געלט אויף סתם הוילע נארישקייטן איך האב עס נאר וואס פארמעקט פון מיין כלי נאכן מרגיש זיין די עדיקשען.
דינסטאג יולי 22, 2014 12:19 pm#4
Re: candy crush
איך האב עס קיינמאל נישט אונגעפאנגען פאר די סיבה אבער איך האב אנדרע געימס וואס איך בין געווארען עדיקטעט אבער מיט א גבול
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:27 pm#5
Re: candy crush
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:שפלסטו דאס?
וועלעכע לעוועל האלטסטו?
האסטו זיי שוין אמאל געגעבן צי לייזן?

איך בין שיעור אריינגעפאלען אין זייער נעץ, ''דער קרעטשמע'' האט מיר באצייטענס געראטעוועט נאכן זען דא וועגן די שעדליכקייט פינעם געים האב איך מיר אפגעלאזט גענצליך דערפון
מיטוואך מערץ 02, 2016 12:48 pm#6
Re: candy crush
השר מקוצי האט געשריבן:
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:שפלסטו דאס?
וועלעכע לעוועל האלטסטו?
האסטו זיי שוין אמאל געגעבן צי לייזן?

איך בין שיעור אריינגעפאלען אין זייער נעץ, ''דער קרעטשמע'' האט מיר באצייטענס געראטעוועט נאכן זען דא וועגן די שעדליכקייט פינעם געים האב איך מיר אפגעלאזט גענצליך דערפון

יעצט אז קרעטשמע אינטערעסירט דיר שוין נישט שפילסטו קענדי קראש, אדער האסט אנדערע עקטיוועטי?
אויב דו שפילסט, טויגסט? וועלכע לעוועל האלטסטו?
אויב דו שפילסט נישט, וואס טוסטו?
אויב דו טוסט גארנישט, וויאזוי עסט מען דאס?
אויב דו עסט עס נישט, וואס דען עסטו?
אויב דו עסט נישט, וויאזוי לעבסטו?
אויב דו לעבסט נישט, רעד איך צו א וואנט...

און אז דו לעבסט יא רעד איך דען נישט צו א וואנט?
מיטוואך מערץ 02, 2016 4:35 pm#8
Re: candy crush
"יא יא", מען קען זיין א "איבערלעבער", אבער "מיין מיינונג" איז אז אויף א פארום וואס א "ניק" שרייבט א "נייעס" און ווערט "נסתר" ביז "יום טוב" דארף מען נישט זיין א "טהור עיניים" צו פארשטיין אז מען ווערט נמאס.