הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,

איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,

22 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #117
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יולי 22, 2014 1:33 pm#1
איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
יולי 21 האט כאמאס געמאלדען אז זיי האבען פארחאפט א אידישע סאלדאט "אורון שאול" און זיי האבען ארויס געלייגט א נאמען מיט א סאלדאט נאמבער 6092065 ,

למעשה האט צה"ל עס דעמאלץ נישט באשטעטיגט, אין די מד"י אמבאסאדער צי די יו-ען האט געזאגט אז ס'הייבט זיך נישט אן, "קיין סאלדאט איז נישט פארחאפט",

אבער היינט האט צה"ל שוין יא געזאגט אז א סאלדאט פעלט, ס'געווען עפעס א אויפרייס אויף א טאנק צי א אנדערע מיליטערישע מאשין און צה"ל זאגט אז 7 זענען ליידער געשטארבען, אבער למעשה האט מען געטראפען נאר 6, די 7'טע גוף, די גוף פין דעם זעלנער אורון שאול איז נישט געפינען געווארען,

כאמאס טענה'ט אז זיי האבען אים, די שאלה איז נאר צי ער איז ביים לעבען צי נישט, צה"ל זאגט אז זיי פארשען דעם אינצידענט, און זיי וועלען אפדעיטען ווען זיי ווייסען מער,

דערווייל איז די משפחה זייער באזאגט נישט וויסענדיג וואס גייט פאר, דארף מען בעטען דעם באשעפער אז ער אדער זיין גוף זאלען ווי שנעלער באפרייט ווערען, טאמער ער איז ביים לעבען זאל ער קענען אהיים גיין, און טאמער נישט, דאן זאל ער קענען קומען לקבר ישראל,


בילד
דינסטאג יולי 22, 2014 1:36 pm#2
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
כאמאס האט שוין געמאלדן אז עס וועט קאסטן א ביטערע פרייז פאר מדנ''י מער ווי דער גלעד שאליט פינעף יעריג שפיל.
דינסטאג יולי 22, 2014 1:42 pm#3
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
כ'גלייב נישט אז מד"י וועט נאכאמאל פארהאנדלען איבער דעם, זיי האבען זיך שוין אויסגעלערענט אז טאמער געבט מען עפעס נאך, געבט עס נאר אפעטיט פאר ווייטער'דיגע פארכאפונגען,

א קאמאנדא אקציע איז לכאורה די מערסטע וואס זיי גייען טוהן,
דינסטאג יולי 22, 2014 1:43 pm#4
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
זיי האבען זיך שוין אסאך זאכען געלערנט אויף גאר א ביטערן פרייז, אבער עס איז אונטער א פראגע צייכען צו זיי האבען זיך 'דערלערנט'
דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:15 pm#5
Re: אידישע סאלדאטען און געפענגעניש,
כאמאס טעראר באנדע האט פריער פראקלאמירט אז זיי האבען פארחאפט א סאלדאט, צה"ל זאגט אז זיי זענען עס מברר,
דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:32 pm#7
Re: אידישע סאלדאטען און געפענגעניש,
זיי האלטן אין איין דינייען און ארויסלייגען א צו איסור פירסום, דערווייל זענען זיי מוחזק אלס לעבן אין דינייעל.
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 8:31 am#9
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
א סאלדאט איז פארכאפט ביי חאמאס, די צה''ל האט שוין ארויסגעגעבן די נאמען, בשעת די פארכאפונג זענען געהארגעט געווארן נאך צה''ל סאלדאטען
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:07 am#12
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ס'קוקט אויס אז די גאנצע אמעריקא- יו-ען סיספייער איז געווען נאר צי געבען א געלעגענהייט צי פארחאפען א סאלדאט,

מיטען באשעפער'ס הילף ווען מען ראטעווען דעם סאלדאט אן קיין ארעסטאנטען אויסטויש, ע"פ תורה איז אסור צי מאכען א טייערע ארעסטאנטען אויסטויש,
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:13 am#13
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
MORE: Israeli Soldier reportedly taken around 9:30am, Hour and half after ceasefire supposed to be in place.

דאס איז געווען די ציל פין די סיספייער, ימ"ש פין די אמעריקאנער, דער באשעפער וועט נאך נקמה נעמען אין גאנץ אמעריקא, זכור ה' לבני אדום את יום ירושלים האומרים ערו ערו עד היסוד בה,

די אמעריקאנער רעגירונג זענען רשעים ארורים, דער באשעפער זאל זיי אויסרייסען ציזאמען מיט יעדער וואס איז געשטאנען אונטער דעם,
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:34 am#18
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ראש הקהל האט געשריבן:שרעקעדיג

מאך א גוגל סוירטש אויפן בילד וועסטו זעהן אז ס'איז א אלטע בילד.
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 1:08 pm#19
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
דער פארחאפטע בחור איז א "חתן",
א חתן געווארען פאר צוויי חדשים צירוק,

ס'איז א ערליכע משפחה,
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:39 pm#21
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
פינעם מי שברך איז נעבעך געווארן א 'מי שפרע', עס גייט זייער שווער פאר די ישראלים אין זייער קריג מיט חאמס.
מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:39 pm#22
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ראש הקהל האט געשריבן:א סאלדאט איז פארכאפט ביי חאמאס, די צה''ל האט שוין ארויסגעגעבן די נאמען, בשעת די פארכאפונג זענען געהארגעט געווארן נאך צה''ל סאלדאטען

די צה''ל האט געמאלדען אז ער איז רח''ל טויט, און מעגליך אז מארגן וועט שוין זיין די לווי' אויף די חלקים פינעם קערפער וואס ליגט אין די הענט פון מדנ''י