די מציצה בפה אישו

25 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 28 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #123
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 23, 2014 1:50 pm#1
די מציצה בפה אישו
היינט האט די העלט דעפארטמענט ווידער ארויסגעגעבן א אלערט איבער מציצה בפה
file-42.jpeg
file-42.jpeg (40.33 KiB) געזעהן געווארן 3209 מאל
file-4.png
file-4.png (79.45 KiB) געזעהן געווארן 3209 מאל




עס איז צום באמערקן אז די יעצטיגע מעיאר האט געהאט מבטיח געווען אז ער וועט בעסער קער נעמען פון די אישו ווי זיין פארגייער די ניו יארקער מעיאר מייקל בלומבערג, דארף מיר זען וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזען למעשה.
מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:19 am#2
Re: די מציצה בפה אישו
עס איז יעצט אין די נייעס אז דעבלאזיא האט אין פלאן פאר א נייע מציצה בפה פלאן וויאזוי צו קעיר נעמען פון די נושא
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:10 am#3
Re: די מציצה בפה אישו
יעצט אין די נייעס, צוויי מוהלים זענען געווארן פארבאטען פון מאכן ברית'ן צוליב די חשש אז זיי מאכן אהן פראבלעימען פון הערפיס
מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:31 pm#4
Re: די מציצה בפה אישו
עס איז דא פאזיטיווע אנטוויקלונגען אין די געריכטליכע פראצעדור אפצוראטעווען מצות מציצה בפה, די העכערע געריכט האט פרייטיג באשטעטיגט אז די בלומבערג געזעץ רירט אהן צו רעליגיעזע אישוס און די נידריגע געריכט דארף אקצעפטירען די קלאגע קעגן די געזעץ
מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:52 pm#5
Re: די מציצה בפה אישו
איבערגעזאגט מיטן פארדרייטן נוסח פון קול מבשר, די קלאגע איז אנגענומען ביז יעצט אויכעט, די רעדע איז איבערן צייטווייליגן עיקול, וואס דער נידריגער געריכט האט נישט געוואלט געבן, און דער העכערער געריכט האט זיי געהייסן נאכאמאהל מעיין זיין דערין.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:02 am#6
Re: די מציצה בפה אישו
מעיין זיין אינעם עיקול?
אדער איבערקוקען די גאנצע קעיס
פליז אויב די קענסט לייגט אראפ מער ווייניגער די דעטאלען פינעם געריכט ווי עס האלט
זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:28 am#7
Re: די מציצה בפה אישו
אויף דעם בינעך נישט קוואליפיצירט, כ'האב נאר געשריבן וואס כ'האב באקומען אין טעקסט פון SatmarHQ
פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:13 am#10
Re: די מציצה בפה אישו
דיבלאזיא גייט פארלייכטערן די אנטי מציצה בפה רעגולאציע, מען גייט נישט דארפן סיינען א קאנסענט פארום
דינסטאג פעברואר 24, 2015 6:36 pm#14
Re: די מציצה בפה אישו
גרויסע נייעס ב"ה. אין חודש שמרבין בו שמחה.

יעצט בלייבט נאר איבער מיטצוהאלטן ווי די קטנים פון ביידע זייטן סאטמאר וועלן זיך רייסן ביי די קעפ ווער ס'נעמט עכט קרעדיט...

מקען קלאר נישט אוועקנעמען די געוואלדיגע קאנעקשענס פונעם מעיאר מיט די ארונים וואס איז מסתם געווען א הויפט פאקטאר אויף די פרייליכע נייעס.
דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:05 pm#15
Re: די מציצה בפה אישו
קוק די טוויטס פון סאטמארהק און סאטמארלייוו, זעה וויאזוי דער באריכטעט די גוטע נייעס און וויאזוי דער, נאכדעם קוק איבער ווער עס האט די ערשטע אנגעפאנגן צו שרייבן דא אין קרעטשמע איבער די "קטנים פון סאטמאר", און וויאזוי זיין קומענדיגע שורה איז און נאכדעם זאג מיר וועם עס אינטערעסירט וואס און ווער עס איז א קטן.

שוטים!!!
בהמות דארף מען זיין צו קענען ליינען סאטמארלייוו'ס טוויט און עס נאך פארווארדן, ווער רעדט נאך פון עס פעיוועריט'ן, בהמה'לעך, כצאן לטבח, זו בלאט וזו שכרה, נוצר תאנה יאכל פריה.

יא, עס איז די נייעס פארום, אבער אז דו הייבסט אן שרייב איך אויך.
דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:15 pm#16
יודו לד' חסדו/ פור המן נהפך לפורינו
עס איז זייער קלאר אז א דאנק די שטארקע ארבעט פון קהילת מהר'א אויף די מעיאר האט ער זיך צוגעשטעלט צום פארלאנג פינעם יהדות החרדית

ווער געדענקט דען נישט ווען דעבלאזיא האט געוואלט פארמיידען א ראן אפ און ער איז געקומען צו סאטמאר מהר''א שיל צו מבטיח זיין די אידן אז מען וועט אנולירן די גזירה

א דאנק אייך חסידי ותלמידי סאטמאר קרית יואל


(איך בין נישט פון זייערע חסידים)
דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:14 pm#17
Re: די מציצה בפה אישו
חסדי השם כי לא תמנו.

מיט פרייד און התרגשות נעמט כלל ישראל אויף די פריידיגע בשורה וועלכע האט באטראפן דאס יהדות החרידית ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, אז דער הויעכגעשעצטער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דיבלאזיא יר"ה האט טאטאל אנולירט און מבטל געווען דער קריאזע און זינלאזע גזירה אויף מציצה בפה וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן דורך דער קאלט-בלוטיגער מייקל בלומבערג, א פרייער איד וועלכע האט אויך געדינט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי.

הארט בעפאר די וואלן איז אנטשטאנען א צומישעניש ביי ביידע סאטמאר'ע פראקציעס פאר וועלכע קאנדידאט מען זאל ארויסגיין שטימען.

סאטמאר מהר"א (חסידי מהר"א מ'סאטמאר) לאגער האבן דאן באשלאסן בעת דער פארמעסט איז געווען שמאל ארויסצוגיין שטימען פאר קאנדידאט דיבלאזיא וועלכע האט קלאר ארויסגעוויזן פארשטענדעניש און סענסיוויטעט צו די געברויכן פון די חרדישע אידן.

מאנכע האבן עס באטראכט אלס א ריזיקאלישע שריט וויבאלד זיין קעגנער טאמפסאן איז געשטאנען גאר שטארק, אבער די עסקנים אין שפיץ פון העסקן ר' נפתלי משה אינדיג האבן דאן באשלאסן ארויסגיין מיטן גאנצן שטיצע פאר דיבלאזיא.

הארט בעפאר די וואלן איז אפגעראכטן געווארן פארענט פון סאטמאר הופפער ביהמ"ד א הערליכער מעמד אונטערן נאמען זכור ברית, ווי דער מעיאר איז אראפגעקומען און געגעבן א ווארעמע רעדע, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א הארציגער רעדע פון הרב נפתלי משה אינדיג וועלכע האט זיך געבעטן צום מעיאר מבטל צו זיין דעם גזירה, און אין די זעלבע צייט אויסגערופן מיט דרייסט, אז דיבלאזיא איז דער איינציגסטער קאנדידאט וועלכע האט פארשפראכן מבטל צו זיין דעם גזירה, און פארענדיגט מיט האפפענונג און זיכערקייט: "און ער וועט אנולירן דעם גזירה"...

די ארוינישע פראקציע זענען טאקע ארויסגעגאנגען שטימען אין די מאסן פאר דיבלאזיא בעת הרב משה דוד נידערמאן האט פארלאנגט פון די וויילער אין יענעם לאגער ארויסצוגיין שטימען פאר טאמפסאן.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז אדאנק די פשרה'לאזע און ריזיקאלישע באשלוס פון די עסקנים אין די ארוינישע לאגער אין שפיץ פון ר' נפתלי משה אינדיג און זיין שותף לדבר מצוה ר' יצחק עזיאל סופר צו שטימען פאר דיבלאזיא האט דיבלאזיא געוואונען דעם פארמעסט און זיצט היינט אויפן מעיאר-שטול.

דער מעיאר האט באלד ארויסגעצייגט א געוואלדיגער הכרות הטוב, און נישט געהאט קיין ווערטער זיך צו באדאנקן פאר הרב אינדיג און די טויזענטער וויילער וואס אדאנק די חסידי מהר"א מ'סאטמאר שטימען האט דיבלאזיא געוואונען דעם פארמעסט, און היינט איז ב"ה געקומען די פריידיגע בשורה אז דער מעיאר האט גענצליך אנולירט דער גזירה, און ער האט איינגעשטעלט אנשטאט זאכליכע שכל'דיגע אינטערנעמונגען צו פארמיידן אינפעקציעס.

בשעת כלל ישראל זינגט שירה לאל חי' און דרוקן אויס א שבח והודי' האבן אבער מאנכע אינעם מהרז"ל לאגער געשפירט באקריוועדעט איבער דער סוקסעספולע שתדלנות פוו סאטמאר ארונים, האבן דעריבער עטליכע אינגווארג גענומען דער בילד פון איינע פון די פילצאליגע זיצונגען וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן איבער דער גזירה, ווי עס האבן זיך באטיילוגט פארטרעטער פון עטליכע קהילות און ארגאניזאציעס און ארויסגעשניטן דעם ענערגישער עסקן הרב יצחק עזיאל סופר, וועלכע פארטרעט סאטמאר מהר"א, אז מען זאל מיינען אז דער זיצונג איז גאר געפירט געווארן דורך הרב משה דוד נידערמאן (וועלכע האט אינדארסירט ביל טאמפסאן פאר מעיאר) און די אגודה. און קיין איין ארוינישער פארטרעטער האט זיך דארט נישט געפינען.

אבער אייניגע מינוטן נאך דער פארשפרייטונג פונעם געשטיקלטן בילד, איז באלד פאבלוצירט געווארן דעם ארגינעלער בילד ווי מען זעהט דער באטיילוגונג פון הרב סופר וועלכע האט דא געשפילט א וויכטיגע ראלע האבענדיג א פריוואטער געשפרעך מיטן מעיאר ווען ער איז געקומען באזוכן אין די סאטמארע ביהמ"ד אויף הופפער ביי די חתונה פוו אן אייניקל פון סאטמאר מהר"א רבי'ן.

דער מעיאר האט אויסגעפירט זיין פארשפרעכונג פאר די צוויי סאטמאר'ע פארטרעטער הרב אינדיג און הרב סופר, און גענצליך אנולירט דער גזירה פון מציצה בפה.

דער פריידיגע אויסגאנג איז אן קיין ספק די קרעדיט פון די ארוינישע פארטיי און זייערע פירער וועלכע האבן גלייך געעפענט דעם טיר, און זיך ארויסגעשטעלט אין שטיצע פונעם מעיאר, נישט קוקענדיג אויף מעגליכע קאנסעקווענצן. און ווי אלע פאליטישע קעפ, און אנאליזן זענען עדות איז דאס געווען א גוט אויסגערעכנטער און אחריות'דיגע שריט פון די ארוינישע פראקציע.

אידישע קינדער דאנקן דעם אויבערשטן און זענען דאנקבאר פארן מעיאר יר"ה, צווישן זיי די אנדערע עסקנים ושתדלנים וועלכע האבן פרובירט וואס אימער צו מבטל זיין די גזירה, ווי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן, מ'יו-דזשעי-או, און די טייערע אידן פון די אגודה וועלכע האבן נישט געשפארט קיין צייט און מיה.

המה כרעו ונפלו ואנחנו כמנו ונתע
דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:00 pm#18
Re: די מציצה בפה אישו
איר זענט אביסל דיסאנפארמירט מיט די פאקטן.
דעבלאזיא איז געשטאנען אין די פריימעריס די שטערקסטע.
טאמפסאן איז געשטאנען איינס אונטער דעבלאזיא אבער דאך פיל שוואכער ווי איהם, די האפענונג אז טאמפסאן זאל למעשה געווינען די פריימעריס איז געווען אז רוב ניו יארקער זענען געווען קעגן דעבלאזיא אבער נישט פאראייניגט אונטער איינעם, דאס האט געברענגט האפענונג אז דעבלאזיא וועט נישט אנציען די פארלאנגטע 40 פראצענט שטימען צו געווינען די פריימעריס, וואס דאן וועט ער מוזן האבן א ראן אף מיט דעם קומענדיגן אין די רייע - וואס דאס וואלט אודאי געווען טאמפסאן, וואס איז געשטאנען די שטערקסטע נאך דעבלאזיא,.
ווען אזא ראן אף קומט ווען פאר וואלט דעבלאזיא פארלוירן!
למעשה האט ער אנגעצויגן די פערציג פראצענט (די חסידי מהר"א נעמען די קרעדיט), און פארמיטן א ראן אף.

מעמד "זכור ברית" פארשטייסטו אליינס אז דעבלאזיא האט נישט געוויסט אז יעדע מעמד אין וויליאמסבורג האט א נאמען, און אודאי נישט די טייטש דערפון.
יעצט ביטע שרייב איבער וואס עס איז פארגעגאנגען (ווייל דיין שפראך ביי די טייל איז היבש אומקלאר וואס דו זאגסט יא און וואס נישט).
דעבלאזיא האט צוגעזאגט אז ער גייט עס מבטל זיין, אויב יא, ווען? מען האט איהם עס דארט געבעטן ביי די דרשה און ביים אויספיר אדער מען האט געמאלדן אז ער האט צוגעזאגט? פארוואס האט ער נישט געזאגט זיין צוזאג פאר די עסקני מהרז"ל?
חוץ מזה וואס ער האט עס געלייקנט.


אויף די חסידי מהר"א לעגענדע אז ער האט צוגעזאגט וויל איך פרעגן איין איינציגע שאלה: פארוואס האט דער מעיאר נישט מבטל געווען די קעיס תיכף ומיד ביים איבערנעמען דעם אפיס? פארוואס האט מען בכלל געהאט טרייעלס וכו'? פארוואס האט מען נאך לעצטענס גערעדט פון א פשרה?
מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:10 pm#19
Re: די מציצה בפה אישו
דיבאלזיא איז געקומען צו די אנשי וחסידי מהר''א סאטמאר אין א נגעשטרענגטע מינוט ווען ער האט געציטערט פאר א ראן אופ עס איז זיכער אז מהר''אס חסידים האבן אים שטארק געהאלפען און ער איז געליבן שולדיג א חוב צו אנולירען דעם גזירה אויף מב''פ

עס איז געווארן א שטיקל ונהפוך הוא אינעם מאפע פון פאליטישע וויליאמסבורגע קאנעקשענס, אמאל האט מען געניצט די אישו פון מב''פ צו העלפן בויען די פינאציעלע צד פון סאטמאר מהרז''ל אז זי זאל פארבלייבען אין די נכסים ובניני המוסדות
יעצט נאך די ביטול הגזירה קומט אויס אז די ווארט אויפען פאליטישע פראנט ליגט מער אין די האנט פון צד מהרא
צד מהרז''ל וועט זיך דארפען ספראווען דערמיט ביי די קומענדיגע וואלען
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:32 pm#20
Re: די מציצה בפה אישו
וואס האט דעבלאזיא צוגעזאגט?!
JCC:
During your campaign you promised to revisit the issue of the Jewish circumcision ritual called ‘Metzitzah’. You did, and you stood up for the religious rights of hundreds of thousands New York City residents
זונטאג מערץ 01, 2015 4:25 am#21
Re: די מציצה בפה אישו
דער ניו יארק טיימס אין איר עדיטאריעל רייסט אראפ דעבלאזיא פאר דעם וואס ער איז נאכגעקומען די פארלאנג פון זיינע וויילער צו מבטל זיין די גזירה
דינסטאג אפריל 28, 2015 2:03 pm#23
צעטל אקעגן א מוהל
עס איז ארויסגעקומען א צעטל אקעגן א גרויסע מוהל, אז מען זאל עם נישט נוצן. די תירוץ איז אז ער האט הערפיס, און דאס קומט נאכדעם וואס ווי אנגעגעבן , האט ער זיך געטעסט, און ער איז נישט אנגעשטעקט.

עס איז א בושה און א חרפה אז די יהדות החרדית נעמט זיך נישט צוזאם אראפצוברענגען די סעקטע וואס ברענגט אזויפיל בושה און שמוץ בקרב מחנינו.

די אמת איז, אונז זעמיר נישט געקנאטן פון די זעלבע טיפ ווי דער מושחתים, און אונז גיימיר נישט מיט טעראר, וואס דאס איז זייערע דרך, וואס זייערע פירער האט זיי געלערנט.

ובזה יצאתי ידי מחאה שלי
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:38 pm#24
Re: צעטל אקעגן א מוהל
מיין מחאה איז קעגן די וואס זיכן צו ווארפן א ביינדל פאר די רעגירונג אז 'מע נעמט קעיר'
די רבנים זצ''ל וואס זענען געזעצן אין פארהאנדלונג מיט די רעגירונג בתחילת הגזירה האבן געאסרט דאס צו ווארפן א קרבן פאר די רעגירונג
בושה תכסה פניהם
מיטוואך אפריל 29, 2015 6:23 am#25
נוסח יודנראט - תשע''ה
עס איז ממש א שרעק
איין שיינעם טאג וועלן די יודנראט פארחתמענען רבנים אויף....

פלוני אלמוני טאר לויט די שטאטישע ווערסיע נישט גיין אין מקוה צוליב זיין עקשנות נישט צו גיין אין שויער בעפאר די מקוה
''וועד לנקיות המקוה''

יענע און יענע שערער דארף זאפארט אויפהערן שערן אין מקוה צוליב וואס ער שטעקט אן אנדערע רח''ל
''וועד לגילוח הציבור''

די צוויי באקאנטע פורים טרינקער מעיר הבירה מאנסי זענען מוחרם אויף א יאר צייט און זענען פארבאטען בכל התוקף צו טרינקען קומענדיגע יאר פורים לאור וואס לויט די שטאטישע פארשריפטן איז עס פארבאטען
''וועד לשתיית עד דלא ידע''

וכו' וכו' וואס עס וועט נאך אלס נאכפאלגען ווען מען געט א פתח פאר די שטאט דורך די יודנראט צו צווינגען רבנים נאכצוקומען די משוגעת'ן פון די שטאט
מען דארף עס באצייטענס אפשטעלן