הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק און אין סיריע

אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק און אין סיריע

25 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #159
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:34 pm#1
אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק און אין סיריע
נאך לענגערע מלחמה געשלעגן אינערהאלב די איראקע טעריטאריע, איז לעצטענס אויפגעשטאנען א פרישע באנדע רוצחים א אייסיס מאוומענט וואס פארטינקעלט מיט זייער בארבאריזעם זייערע טעראריסטישע פארגייער ווי על קאידא כאמאס חיזבאללא .......
די אייסיס גרופע האט פארשפרייט א קליפ ווי זיי רצחנען מיט בארבאריזעם אן אמעריקאנער רעפארטער באראק אבאמא יר''ה רעדט איבער די קליפ
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:13 pm#2
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
איך ווייס פון איינעם וואס האט פשוט אויפגעהערט צו עסן "אייסעס", כדי זיך נישט צו דערמאנען פון די אכזריות'דיגע "אייסיס" טעראר גרופע.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:36 pm#3
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
איך פארשטיי נישט די גאנצע רעש וואס מען מאכט פינעם ווידיאו, עס איז זייער בולט אז עס איז א געפעלטשטע ווידיאו, און א שיינע קאמעדיע שפיל אנצוציען די נערוון פינעם עולם גולם
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:25 pm#4
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
א פרישע ווידיאו איז פובליצירט געווארן דורך די אייסיס וויאזוי זיי מארדן אן אמעריקאנער יודישער דזשורנאליסט סטיווען סאטלאף
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:46 pm#5
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
השר מקוצי האט געשריבן:א פרישע ווידיאו איז פובליצירט געווארן דורך די אייסיס וויאזוי זיי מארדן אן אמעריקאנער יודישער דזשורנאליסט סטיווען סאטלאף

אויך מיט די זעלבע אכזריות כאילו מ'שניידט אריין אין א טאמאטא?
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:55 pm#6
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
יא ליידער, דער זשורנאליסט איז א אידישער אפשטאמיגער אויכעט.

לדעתי, וועט דאס אמעריקאנער פאלק נאך שטארק באוויינען פארוואס דער פוילער פרעזידענט אבאמא האט גארנישט געטון צו אפשטעלן די רוצחים בעוד מועד, דא וואקסט אויס א מעגא רציחה אפאראט וואס באדראעט די גאנצע וועלט רח"ל און אמעריקע שלאפט רואיג, זאל השי"ת זיך מרחם זיין און שיקן א מפלה פאר די קאניבאלן.
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:45 pm#8
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
השר מקוצי האט געשריבן:אויב איז עס צו שרעקעדיג זאלן עס די מנהלים אראפנעמען


מיין פילטער לאזט עס נישט זעהן.

איז שייך צו עטעטשירן?
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 9:06 pm#9
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
עס איז נישט דא וואס צו זען דארט, אמעריקא האט זיכער געמאכט אז מען מעקט אפ אלע שפורען פינעם ווידיאו, עס שאפט זיי בושות
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:07 pm#10
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
אבאמא האט זיך ענטשולדיגט פארן עולם אז ער האט נישט געטארט שפילן גאלף נאכן זען אזא שרעקעדיג סצענע ווי מען שניידט אפ אן אמעריקאנער בירגער'ס קאפ
די עולם איז אים מוחל?
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:22 pm#11
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די אייסיס האבען א דריטע מאל איבערגעשפילט די שוידערליכע רציחה, יעצט אויף א ענגלישע פארכאפטער
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:43 pm#13
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די אמעריקאנער האבן זיך גענימען איבער זייערע ביינער מעכטיגע אטאקעס קומען פאר אין די מינוטען אויף די אייסיס אין איראק
זאל זיי די באשעפער גענצליך צעשמעטערן צוזאמען מיט אלע צוררים פון די אידן.

U.S. Central CommandU.S. Military Conducts Airstrikes Against ISIL near Sinjar and Southwest of BaghdadTAMPA, Fla. – U.S. military forces continued to attack ISIL terrorists in Iraq, employing attack and fighter aircraft to conduct two airstrikes Sunday and Monday in support of Iraqi Security Forces near Sinjar and southwest of Baghdad.The airstrike southwest of Baghdad was the first strike taken as part of our expanded efforts beyond protecting our own people and humanitarian missions to hit ISIL targets as Iraqi forces go on offense, as outlined in the President’s speech last Wednesday.In total, the strikes destroyed six ISIL vehicles near Sinjar and an ISIL fighting position southwest of Baghdad that was firing on ISF personnel. All aircraft exited the strike areas safely.These strikes were conducted under authority to protect U.S. personnel and facilities, support humanitarian efforts, and help Iraqi forces on the offensive against ISIL terrorists.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:24 pm#15
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די אייסיל האבן היינט געניצט מאסן פארניכטוגונג וואפן אויסצוהארגענען דריי הינדערט איראקער סאלדאטען
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:59 pm#16
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
אין סיריע האט יעצט די אייסיל גרופע געכאפט באמבעס אין קאפ אריין פון אמעריקא צוזאמען מיט עטליכע אראבישע לענדער אינאיינעם
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:33 pm#18
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די עולם הייבט אן ווערן פריש מיט אבאמא ער געט אריין מנה אחת אפיים פאר די אייסעס אין סיריע און די אראבישע מאכטן געבן אים דעקונג אז ער קען עס טון מיט זייער הילף
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:03 pm#19
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
זיי האבען שוין געהארגעט נאך חברה, עס הייבט שוין אהן אויסוועפן זייער ווידיאו טאקטיק, דער עולם ווערט שוין געוואוינט צו זייער שוידערליכע בארבארישע אקטען
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:27 pm#20
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די אייסעס האבן פארכאפט א גרעניץ שטאט פון סיריע, עס איז גרויסע צרות
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:50 pm#22
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
דער נרצח איז אן אמעריקאנער? דער רוצח מיינעך איז שוין א נייער שוחט
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:24 pm#24
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
לעצטענס איז זייער שטיל מיט די חברה

לאמיר האפן אז ס'איז נישט די שטילקייט בעפאר א שטורעם.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 5:02 pm#25
Re: אכזריות'דיגע רציחות פון די אייסיס אין איראק
די לעצטערע באריכטן איבער א חרד'ישע פרוי גיל ראזענבערג וואס איז פארכאפט געווארן דורך אייסיס אין סיריע איז ווארשיינליך פאלש.