הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » על בשורות טובות הוא אומר...

על בשורות טובות הוא אומר...

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #162
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:08 am#1
על בשורות טובות הוא אומר...
ברוך מתיר אסורים

א פריידיגע בשורה קומט אהן אז די איד רבי אהרן יאקאבאוויטש איז באפרייט פון טורמע

פון אימעיל

ר' ארי יאקאבאוויטש נ"י איז שוין ארויס באפרייט פון תפיסה- ברוך מתיר אסורים,
 זאל דער אויברשטער העלפן אלע אסורי ישראל זאלן שוין זיין באפרייט - און גאנץ כלל ישראל זאל שוין באפרייט ווערן מיט די גאולה שלימה בקרוב בביאת המשיח בב"א 
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:03 pm#2
Re: על בשורות טובות הוא אומר.....
א געוואלדיגע שמחה ב"ה.

איז ער ארויסגעקועמן פריער ווי געפלאנט ?
דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:59 pm#5
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
רבי ישראל מאיר גבאי האט היינט געהאט נסים אין אוקריינע ער האט איבערגעלעבט בחסדי ד' א שווערע עקסידענט

הודו לה'
דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:01 pm#6
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
א אינגערמאן איז געשטאכען געווארען נעכטן אין ברוקלין דורך א ארבייטער
ב"ה אז ער איז אין גאנץ א פארהעלטנמעסיגער צושטאנד ער האט זיך היינט צופרי אויפגעכאפט און געהעריג רעאגירט

ניסים ממש ! !

לאמיר כאפען א רקידה א גאנצע משפחה געראטעוועט געווארן
מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:52 am#8
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
דער לעצטער אסיר יאפאן הר' יעקב יוסף גרינוואלד האט היינט געבוירען זיין בנו בכורו, מזל טוב !
מיטוואך דצמבר 03, 2014 3:05 pm#9
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
מזל טוב

א געוואלדיגע שמחה

---

איינע פון די דריי בחור'ט נאך דאכט זיך, שטימט?
זונטאג ינואר 04, 2015 7:51 pm#12
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
די וואס זענען דערין זאגן עס איז דא גוטע שאנסן
מען קען יעצט אויפברענגען פרישע באווייזען וואס קען אסאך העלפן
מאנטאג ינואר 05, 2015 1:47 pm#16
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
יונתן שווארץ מעלדט אויף קו''מ אז ער גייט צוריק באקומען די געלט וואס שווינדלער האבן פון אים ארויסגעריקט אין האנג קאנג