הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה
ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה
50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #167
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די פסק איז אומגלויבליך ! !
בית דין וועט זיך דארפן שטארק מסביר זיין און ארויסברענגען זייער דעה אין די פארוויקעלטע קעיס אויב בית דין וויל אז מענטשען זאלן זיי גלייבען און האלטן אז עס איז געפסקנט בצדק וביושר, מענטשען פארשטייען נישט די פסק אזוי איינזייטיג

ברעיקינג !!!
צד הרמ''ד האט ארויסגעגעבן א בירור ורשימות פון זייער דיין וואס ווילאנג די בי''ד גיט נישט ארויס א קלארער בירור דאס אפצוווארפען איז די פסק דין נישט מחייב זייער צד.

צד רבי מרדכי דוד גייט זיך צוזאמנעמען קומענדיגער דינסטיג אין בית מדרש באבוב פאר א גענעראל פארזאלמונג
שמועות גייען ארום אז די רבי ר' מרדכי דוד האט געזאגט שבת ביים טלית לייגן אז ער נעמט אן די פסק בי''ד
שמועות גייען ארום אז די רבי ר' מרדכי דוד האט געזאגט שבת ביים טלית לייגן אז ער נעמט אן די פסק בי''ד
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
דינענדיג די אמט פון ראש הקהל האב איך מיר שבת אביסעל אינטערסירט ביי די רבנים זייער מיינונג אויפען פסק,
פון גדולי רבני סקווירא און רבני התאחה''ר האט מען געהערט א שטארקע אנטריסונג איבער די זילותא דבי דינא וואס שטארט ארויס פינעם פסק.
פון גדולי רבני סקווירא און רבני התאחה''ר האט מען געהערט א שטארקע אנטריסונג איבער די זילותא דבי דינא וואס שטארט ארויס פינעם פסק.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אויפן אויבנדערמאנטן צעטיל ארויסגעקומען נאכן פסק, האט מען דערווייל נאך נישט אנגענומען די פסק פון בי"ד, ס'שטייט נאך קהל שערי ציון און באבוב אליין אן 45.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די באבוב 48 קהילה גרייט יעצט צו די גרויסארטיגע מסע המלכות קיין ארץ ישראל בשנת תשע''ה, איינע פון די הכנות איז די שטורעמישער פסק ב''ד וואס האט אויפגעטרייסעלט דעם אידישער וועלט, אצינד פארט זיין נעפיו פון צאנז=באבוב הרב רבי יושע רובין האבד''ק, לקדם פני הנסיעה מיטן איינגעבן אינעם ארטיגען ארץ ישראל'דיגע געריכט די עדותשאפט איבער די חלק הירושה פון די קרית בת ים וואס קומט פאר משפחת האדמו''ר זצ''ל המהרנ''ץ דער פריערדיגע צאנז=באבובע רבי
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אומבאשטעטיגטע באריכטען געבן איבער אז די מארגענדיגע אסיפה 8 אזייגער אווענט איז אפגעשטיפט
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אין ארץ ישראל איז באשטעטיגט געווארן אז רוב נכסים געהערט פאר די יורשים פינעם עלטערן זון הגה''ק מהר''נ מ'באבוב זצ''ל
און די קלענערע חלק פאר די יורש די בן הצעיר האדמו''ר מבאבוב שליטא, וויאזוי שטימט דאס אז אין אר''י נעמט רמ''ד שליט''א די גרעסערע טייל און אין אמעריקא די קלענערע טייל
און די קלענערע חלק פאר די יורש די בן הצעיר האדמו''ר מבאבוב שליטא, וויאזוי שטימט דאס אז אין אר''י נעמט רמ''ד שליט''א די גרעסערע טייל און אין אמעריקא די קלענערע טייל
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די הכתרה פון הרב''צ מבאבוב 9 יאר צוריק
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
א גיטען מועד !
קול באבוב מעלדט איבער א סעודת ר''ח וואס די רבי גייט פראווענען היינט נאכט און משמיע זיין דברי הדרכה והתעוררות
די מערכת גייט צושטעלן א הוק-אפ

m http://www.jdn.co.il/news/385776 m
ביי דעם לינק קען מען הערן די שטארקע רייד נעכטן פון האדמו''ר מ'באבוב שליט''א איבער די יעצטיגע מצב, תלמידי וחסידי באבוב זענען ארויס העכסט צופרידן פינעם מסיבת ר''ח, הערליכע ליילעכער האבען געהאנגען אנשפרעכנדיג נייע ריזיגע בנינים וואס גייען בעז''ה געבויעט ווערן להמשכת באבוב
ביי דעם לינק קען מען הערן די שטארקע רייד נעכטן פון האדמו''ר מ'באבוב שליט''א איבער די יעצטיגע מצב, תלמידי וחסידי באבוב זענען ארויס העכסט צופרידן פינעם מסיבת ר''ח, הערליכע ליילעכער האבען געהאנגען אנשפרעכנדיג נייע ריזיגע בנינים וואס גייען בעז''ה געבויעט ווערן להמשכת באבוב
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
המשכת מלכות באבוב אדער המשכת מלכות צאנז-באבוב?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
און אז מ'רעדט שוין, באבוב איז א מלכות אדער א חסידות?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
קוקט אויס אז 'מלכות' איז די צונאמען צו באבוב.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
השר מקוצי האט געשריבן:קוקט אויס אז 'מלכות' איז די צונאמען צו באבוב.
הא הא
האסט מיר געמאכט אויספלאצן
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
גאנץ א שיינע נאמען
כ"ק אדמו"ר ממלכות באבוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר ממלכות באבוב שליט"א
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
דער רבי זאל זיין געזונט טראגט דאך די הייליגע נאמען 'מרדכי דוד' וואס ביי ביידע נעמען שטייט מלכות.
מלכות דוד איז דאך פשוט, און ביי מרדכי (הצדיק) איז געווען ניתן כתר מלכות בראשו.
מלכות דוד איז דאך פשוט, און ביי מרדכי (הצדיק) איז געווען ניתן כתר מלכות בראשו.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די ניק "צאנז=באבוב" ווערט געבעטן צו טוישן אויף "מלכות=באבוב".
די דרשה נעכטן נאכט איבער די באבובע שערורי'
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
זייער א שיינע דרשה, יעצט אויסגעהערט און זייער הנאה געהאט.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די שפיץ איז: "אני שלום" און "המה למלחמה".
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א הרמ"ד איז נעכטן אפגעפלויגן קיין לאנדאן זיך משתתף זיין ביי א חתונה לבית פרישוואסער, נכדי הגה"ק בעל קדושת ציון זצו"קל.
ס'איז די האפענונג פון באבובע חסידים אז די פרישוואסערס זאלן זיך ווארעם אנרופן לכבוד המאורע און ביישטייערן גרעסערע סכומים וואס פעלט זיך אויס עמערדשענסי פארן קיום פון די קהלה.
איך וואלט געזאגט אז אויב הרמ"ד מעלדט איבער פופציג מיליאן דאלער וואס ער האט באוויזן צאמצוקראצן פון נדיבים בעם וועט עס געבן א געוואלדיגע שטופ פאר אנשי שלומיו נאך דעם דורכפאל פון בי"ד. די שאלה איז צו ער קען בכלל אזאנס באווייזן.
ס'איז די האפענונג פון באבובע חסידים אז די פרישוואסערס זאלן זיך ווארעם אנרופן לכבוד המאורע און ביישטייערן גרעסערע סכומים וואס פעלט זיך אויס עמערדשענסי פארן קיום פון די קהלה.
איך וואלט געזאגט אז אויב הרמ"ד מעלדט איבער פופציג מיליאן דאלער וואס ער האט באוויזן צאמצוקראצן פון נדיבים בעם וועט עס געבן א געוואלדיגע שטופ פאר אנשי שלומיו נאך דעם דורכפאל פון בי"ד. די שאלה איז צו ער קען בכלל אזאנס באווייזן.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
ס'הענגט פלאקאטן אין לאנדאן צדיק בא לעיר?
אויב יא שטעל עס ארויף דא ביטע.
אויב יא שטעל עס ארויף דא ביטע.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
@לטובה יא יא דאס איז די האפענונג פון אנ''ש אז די נגידים וועלן פארשטיין די נחיצות, זאך קענער שאצען אז עס וועט גיין מיט א שמוץ אריבער פון א ''פופציג מיליאן''
קומט אויס אז קיין גרויסע רווחים פון די 6.2 צוטיילט אין פינעף יאר וועט שוין נישט זיין, נאך וואס די יעצטיגער מצב ברענגט היבש אסאך מער, אבער ווי שוין געזאגט האט די רבי ערווענט אז ער לאזט איבער די החלטה אין די הענט פון די גדולי ישראל
קומט אויס אז קיין גרויסע רווחים פון די 6.2 צוטיילט אין פינעף יאר וועט שוין נישט זיין, נאך וואס די יעצטיגער מצב ברענגט היבש אסאך מער, אבער ווי שוין געזאגט האט די רבי ערווענט אז ער לאזט איבער די החלטה אין די הענט פון די גדולי ישראל
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
א פאשקעוויל רעאקציע צום דרשה פון הרמ''ד מ'באבוב איז ערשינען פארגאנגענע וואך דורך זיינע קעגנערס
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
למעשה האט פרישוואסער ארויסגעשאקעלט דאבל-דיזשעט מעלאנעס פון זיין טאש?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
"מען" וואס שמועסט אזוי האט ליב צו שמועסן אסאך שטותים והבלים. קיינער האט נישט געזעהן דעם טשעק און נישט דעם טראנזאקציע סטעיטמענט.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:א פאשקעוויל רעאקציע צום דרשה פון הרמ''ד מ'באבוב איז ערשינען פארגאנגענע וואך דורך זיינע קעגנערס
קען איינער ארויף לייגען דעם פאשקעוויל ?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
כהאף עס מארגן ארויפצושטעלן.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:כהאף עס מארגן ארויפצושטעלן.
??
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
ער האט נישט צוגעזאגט, ער האט בלויז געהאפט.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
רמ''ד'ס צד האט ארויסגעגעבן א בירור הלכה פארוואס זיי האבן די זכות ירושה און אלע זייערע רעכטן אין א לענגערע בירור הלכה פון קרוב צו זיבעציג זייטן
........
דריי צעטליך אפצוווארפען די טענות פון 48 איבער אני שלום
........
דריי צעטליך אפצוווארפען די טענות פון 48 איבער אני שלום
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
קוקט אויס אז צאנז=באבוב קען זיך שוין צוריק טוישען צו באבוב, עס זעט נישט אויס ווי מען פלאנט צו פאלגן דעם פס''ד
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
האט דען איינער גע'חלומ'ט אז יא? משוגע דארפן זיי זיין.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן, דא איז די פייל פון באבוב רב"ץ.
צו באמערקן, אז דאס איז געשריבן פול מיט אפענע סילופים און שקרים, א גרויל צו זעהן ווי ווייט די שנאה פארפירט, אויך נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבליך אלעס געווינען שטעכט זיי נאך רמ"ד פאר די אויגן.
צו באמערקן, אז דאס איז געשריבן פול מיט אפענע סילופים און שקרים, א גרויל צו זעהן ווי ווייט די שנאה פארפירט, אויך נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבליך אלעס געווינען שטעכט זיי נאך רמ"ד פאר די אויגן.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אפס... נישט מיטגעקומען.
דער קאמפיוטער זאגט אז קרעטשמע לאזט נישט ארויף קיין פי.די עף. פיילס , איינער ווייסט וואס איך קען טון ?
דער קאמפיוטער זאגט אז קרעטשמע לאזט נישט ארויף קיין פי.די עף. פיילס , איינער ווייסט וואס איך קען טון ?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לייג עס אויף דראפבאקס, דערנאך שיק א לינק אהער
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
זעט זיך אויס די ביסט צו בייעסד
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן, דא איז די פייל פון באבוב רב"ץ.
צו באמערקן, אז דאס איז געשריבן פול מיט אפענע סילופים און שקרים, א גרויל צו זעהן ווי ווייט די שנאה פארפירט, אויך נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבליך אלעס געווינען שטעכט זיי נאך רמ"ד פאר די אויגן.
איך האב געזען ביידע קונטרסים נעכטן אין באבוב, די הויפט חילוק איז אז די צד הרמ''ד קונטרס באציט זיך סך נארמאלער צום צד שכנגד (נאכן אלעס פארלירען) ומאידך גיסא איז די צד הרב''צ קונטרס קעגן הרמ''ד זייער נישט עטיש
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
פארוואס האבן די שרייבער פון ביידע זייטן מורא צו שרייבן זייערע נאמען?
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די עכטע סיבה פארוואס רמ"ד האט פארלוירן איז ווייל ער האט געהאט זיער א שוואכע דעפענס. בעת רב"ץ האט געהאט אזעלכע לייבן ווי זלמן גרויס און ר' יודל גרובער האבן רמ"ד נישט ארויסגעשטעלט עפעס געהעריגע טוענים און בוררים, ווען זיי נעמען ווען למשל שמואל פריעד צו חיים אלעזר עסטרייכער וואלטן זיי היינט בעסער געשטאנען.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:ווען זיי נעמען ווען למשל שמואל פריעד צו חיים אלעזר עסטרייכער וואלטן זיי היינט בעסער געשטאנען.
וואלט די גלות קלענער געווען וואלט די שכינה נענטער געווען...
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:אפס... נישט מיטגעקומען.
דער קאמפיוטער זאגט אז קרעטשמע לאזט נישט ארויף קיין פי.די עף. פיילס , איינער ווייסט וואס איך קען טון ?
דא האב איך עס
לשון הקודש
m https://www.dropbox.com/s/9cpoepui9x4dm ... h.pdf?dl=0 m
אין אידיש
m https://www.dropbox.com/s/dxxx4y9sjul1q ... u.pdf?dl=0 m
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה
יישר כחכם בדחן.
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה
א דבר פלא שפילט זיך אפ אין די טעג וואס מען קען דערפון זעהן מה שנוגע די אמיתית פינעם ירושת נכסי באבוב און בו בזמן וואס די צד פון באבוב (הרמ''ד) האט באקומען ביים די''ת בלויז 6.2 פון די מולטי-מיליאן דאלערדיגע שוויות אין באבוב.
איז אין די זעלבע צייט אין ארץ ישראל יעצט קלארגעשטעלט געווארן נאכן מגלה זיין די זיופים און פאלשע חתימות אין קרית בת-ים ווי צד הרבצ האט געוואלט באגנבענען די צד שכנגד פון זייער זכות ירושה, איז יעצט פעסטגעשטעלט געווארן אז רוב פראצענט (9 מיליאן דאלער) דאס הייסט 51 פראצענט שוויות פינעם מקום ברויך ביז צוויי וואכן אריבערגיין לצד באבוב (הרמ''ד)
אין אנדערע ווערטער וועט די גאר קליינע חלק פינעם גרויסען פיקטשער אין באבוב דעליווערן פאר באבוב רמ''ד מער געלט וויפיל זיי האבן באקומען אין אמעריקא ווי עס ליגט די חלק הארי פינעם שוויות לבית באבוב.

Re: ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה
א בליק אינעם הויף פון די ממשיכי צאנז און באבוב
א פרישע שאלה איז נולד געווארן
איינע פון די נכדי מהר''ש מבאבוב מאכט חתונה א קינד דער בעל שמחה געהער צו צד הרמ''ד, וואס די גאנצע פראפאגאנדע וועגן ''שמחת באבוב'' גייט לצד מהרמ''ד וואס איז די דין בכה''ג?
בלאט: 1 2