די מערב וועלט רייבעריי מיטען רוסישען בער,
ווען מען גיבט א בליק וואס ס'טוט זיך היינט אויף די וועלט כאפט א ציטער אין די גלידער,
אנגעהויבען פין אייסיס וואס זייעט אן טויט אין בלוט און מיטל מזרח,
די איבערקערענישען אין אומסטאביליטעט אין אזוי פיל אראבישע לענדער
די עקאנאמישע שוועריקייטען אין אייראפע אין מער ווייניגער איבער די גאנצע וועלט,
די איבערקערענישען אין אוקריינע,
אין צי דעם די ערענסטע ראבערייען צווישען די מערב וועלט אין רוסלאנד,
אין אויך די עבאלא אינטערגאנג וואס דרייט זיך ארום,
און אויך די מצב בארצינו הקדושה ווי די שמוציגע ישמעלים האבען זיך ציפירט די הענט,
מ'קען זאגען אז זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז די וועלט נאך נישט געווען אין אזא אנגעצויגענעם מצב ווי היינט, און אינטערען טיש טוט צי גרויסע רייבערייען צווישען לענדער אין פאליטישע פירער, ס'הערשט ממש א אומנארמאלער כאאס איבער די וועלט, מען קען זאגען אז די וועלט גייט כאדאראם,
אבער אין דעם אשכול וויל איך זיך באציען צי די קאמפליצירטע שאך שפיל פייט וואס וואס גייט פאר צווישען די אזוי גערינע מערב וועלט אין רוסלאנד,
כ'האב נישט קיין געדולד צי שרייבען יעצט די היסטאריע פין די יעצטיגע קאנפליקט, אבער כ'וועל שרייבען בקיצור אין נאכדעם וועט מען קענען ניצען דעם אשכול צי אפדעיטען איבער אנטוויקלונגען,
חאטשיג אונטערן טיש גייט שוין אן ראבערייען א לענגערע צייט אבער אויפען אויבערפלאך לעיני כל העמים איז עס ארויס געקומען ביים אוקריינער פוטש ווען די פאשיסטישע עלעמענטען האבען ארויס געצווינגען דעם אוקריינער פרעזידענט פין אמט, די פוטש'ניקעס זענען געשטיצט געווארען דורעך אמעריקע אין אייראפע, מיט די כוונה צי געבען פאר רוסלאנד א פאנטש אין די נאז, ווי צי זאגען די חוצפעניאק פוטין, אפילו אין דיין בעקיארד אוקריינע וועלען מיר האלטען די לייצעס, אין טאמער ס'געפעלט דיר נישט דאן גיי קראך....
פוטין האט אבער נישט געהאלטען ביי קאפוטילאציע, ער האלט נאך ווייט פין אריינפאלען אין א דיפרעסיע, אין ער האט געוויזען פאר די מערב וועלט אז ער קען אויך שפילען פאליטיק, אין אפשער בעסער ווי זיי, לויט די אומשטענדען, און אין א ראפינירטע שטיקל פאליטיק האט ער איבערגענומען דאס קרימיער האלב אינזעל וואס דאס איז פאר רוסלאנד פין די וויכטיגסטע סטראטעגישע ראיאנען, ווייל דאס איז לעבען שווארצען ים ווי רוסלאנד האלא איר ים פלאטע, אין ס'איז די איינציגע ווארעם וואסער בארטען ביי רוסלאנד'ס גרעניצען,
די מערב וועלט האט פרובירט צי שרייען אז ס'איז קעגען אינטערנאציאנאלע געזעץ....... הא הא הא, נישטא ווער ס'זאל לאכען, אבער ס'געווען לאחר המעשה,
למעשה האט די מערב וועלט אנגעהויבען מיט סאנקציעס, אין רוסלאנד האט צירוק געשאסען אירע אייגענע סאנקציוס, און די מעשה גייט אן אין ווערט אויך צימאל פארברייטערט אין גייט פאראויס מיט יעדען פארבייגייענדיגען טאג,
אינצווישען האט די מערב וועלט אין בפרט דער פארשטינקענער אבאמא געהאט א קלינגעדיגען דורעכפאל אין עגיפטען וואס זייער געשטיצטער ראדיקאלער מוסלעמענער ברודער מורסי איז אונטער געברענגט געווארען דורעך עגיפטען'ס גענעראל סיסי, אין אמעריקא מיט עגיפטען האבען זיך ציביסען, האט סיסי אנגעקניפט פארבינדונגען מיט פוטין, צי קויפען פינעם וואפען אין בכלל צי האבען א פאראייניגטע פראנט קעגען די אמעריקאנער משוגעים מיט זייערע אליאירטע, וואס ווילען אנזייען כאאס אין מיטל מזרח,
(עגיפטען האט אביסל ציגעפיקסט אמעריקא ווען דער אפגעריסערנער קערי איז געקומען דארט באזוכען וועגען די "שלום געשפרעכען" האבען זיי אים געמאכט צי שאנד אין צי שפאט, אזש ס'געגאנגען א רויעך, )
היינט הערט מען אז עגיפטען ציזאמען מיט די יונייטעד אראב עמירעטס האבען דורעכגעפירט לופט אטאקעס אויף די מוסלעמענער גרופעס וואס ווילען איינעמען טריפאלי, אמעריקא שפילט באליידיגט פארוואס מען האט זיי נישט געזאגט..... (בשעת אמעריקא'ס פאליסי איז קלאר צי לאזען די ווילדע גרופעס אנזייען כאאס, אין אונטערען טיש ווערען זיי געשטיצט דורעך אמעריקא,
ווי עס קוקט אויס איז די לופט אטאקעס פין עגיפטען אין ליביא א ווינק פין פוטין צי אמעריקא, ווי מען זאגט, נו נו.... ,
עכ"פ גענוג אויף היינט אין א גוטע נאכט,