הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע

לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #194
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:00 pm#1
לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
רבותי, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, ב"ה מיר האבן דא די אפציע פון לייקס, וואס איז א וואונדערליכע איידיע אויב נוצט מען עס ריכטיג.

אויף ענגליש זאגט מען 'סי סאמטינג סעי סאמטינג', דא אויף קרעטשמע זאגן מיר 'סי סאמטינג לייק סאמטינג', איר זעט א גוטע תגובה, עס געפעלט אייך איינעמס געדאנק, געדענקט, איר קענט זיכער מאכן אז יענער זאל שרייבן נאך און זיך לאזן הערן עפטער, שפירט אייך פריי צו לייקן און באדאנקן צו יעדע צייט.

עס קאסט נישט קיין טירחא, עס קאסט נישט קיין געלט, לייקט אין גרויסן און בויעט אויף קרעטשמע !
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:22 pm#3
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
טאקע באמערקט אז לעצטענס איז דא א גרויסע הזנחה אין דעם הינזיכט.
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 9:52 pm#5
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
נאך א מזל! שטעל זיך פאר אז דו דיסעגריסט, אוי וואלט געווען בושות....
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:13 pm#6
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
גיימער זיך ארויסלאזן אויף א מאסן געלייקאכטס.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:45 am#7
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
שענקער האט געשריבן:גיימער זיך ארויסלאזן אויף א מאסן געלייקאכטס.

דערווייל באקומען 2 שטיק דורכאויס דיין לייק בליץ (מלשון טיקעט בליץ).
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:06 am#13
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
די פרייז פון גאזאלין האלט אין איין פאלן.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:54 pm#14
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
אין קרעטשמע איז נאך דא צו באקומען גאזאלין אויף די אלטע פרייזען.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:13 pm#15
Re: לייקס - די אויל און גאזאלין פון קרעטשמע
מילא א לייק, אקעי, אבער פארוואס האט מען געמעקט א אשכול וואס איך האב געשריבן??