די שיין פון די ישועה אינעם טיפסטן חושך
ר' שמחה בער איז א איד אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, ער פארמאגט נישט קיין איבריגן גרייצער, אבער פארט איז ער נישט אויף די ליסטע פון 'חברה תומכי שבת', און אזוי אויך דארף אים 'עזר למזון' נישט באצאלן זיינע גראסערי ארדער'ס.
ער באשעפטיגט זיך מיטן פארקויפן אייטעמס אנליין, און אזוי ווי א גרויסע טייל פון זיינע קונים געפינען זיך אינעם ווייטן אויסטראליע וואס דארט גייט זייער גוט די פראדוקטן וואס ער פארקויפט, מוז ער אפט מאל אויפזיין ביז שפעט ביינאכט ווען ס'איז טאג דארט אינעם ווייטן מדינת הים, און אזוי ארום האט האט ער באוויזן ארויסצושמוגלען א היתר פונעם וועד החינוך פון די מוסדות ווי ער שיקט זיינע קינדער, אז ער מעג פארמאגן א קאמפיוטער מיט אינטערנעט (מיט א פילטער שטייצעך) אין א פארמאכטן שטוב ביי אים אינדערהיים, אבער אויף קיין שום פאל טארן קיינער פון זיינע קינדער נישט האבן קיין דריסת הרגל דארט.
פארשטייט זיך אבער אז אזא ווירטשאפט קלאפט גאר שווער אויס סיי אויף זיך אליין און סיי אויף די ווייב און קינדער, היות ער האט זיך רוב נאכט געפינען אינעם פארמאכטן אפיס שטיבל, און פלעגט זיך לייגן שלאפן א אויסגעמאטערטער אום זייגער 4 אדער 5 פארטאגס, אין די צייט וואס אנדערע שטייען שוין כמעט אויף צו דער ארבעט, און ווען די קינדער זענען אויפגעשטאנען צו גיין אין חדר אדער סקול איז דער טאטע נאך געשלאפן, קוים קוים וואס ער פלעגט זיך דערוועקן צו סוף זמן קרי"ש און זיך דערנאך צוריקגעלייגט פאר נאך א שעה צוויי, און דערנאך קוים געכאפט די חצות מנין, און תיכף זיך צוריקגעיאגט צום פארמאכטן אפיס שטיבל נאך איידער ער האט אפילו אויספיעט עפעס אריינצונעמען אין מויל, און פארשטייט זיך אז ווען די קינדער זענען אהיימגעקומען איז דער טאטע נאך אלס נישט געווען צום באקומען, זייענדיג טיף פארזינקען אין א שווער שטיקל עמעזאן אדער איבעי, קוים קוים וואס לויפענדיג צו מנחה מעריב האט ער ארויסגעמורמעלט צו די קינדער אפאר אומפארשטענליכע ווערטער וואס האבן זיך געהערט אזוי ווי א גוטע נאכט, און איז אנטלאפן אין שול אריין ווי נאך מעריב איז ער געזעצן א שעה צייט ביי זיין טעגליכן שיעור, און ווען ער איז אהיימגעקומען זענען שוין אלע טיף געשלאפן, אזוי ארום אז א גאנצע וואך האבן די קינדער נישט געוואוסט פון קיין טאטע צו זאגן.
און דאס ביסל וואס שבת האט ער יא פארברענגט מיט די קינדער איז אבער געווען ווייט פון גענוג צו ערגענצן דאס וואס ער האט פארפעלט א גאנצע וואך, אזוי ארום אז דאס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף די חינוך פון די קינדער, די מאמע אליין איז נישט געווען גענוג בכח צו קענען דינען אויך אלס טאטע, און ביז דער טאטע האט זיך געכאפט אויף זיין בראך איז שוין ליידער געווען צו שפעט...
ר' שמחה בער'ס בכור, דוד יששכר - א 16 יעריגער בחור'ל האט ליידער געצויגן מער צו שלעכטס ווי צו גוטס, מיטשלעפענדיג מיט זיך אויך די יונגערע צוויי ברודער דער 14 א האלב יעריגער ראובן נפתלי, און דער דרייצן יעריגער יוחנן. ווידער מלכה שיינדל די 11 יעריגע טאכטער פלעגט באקומען גאר שוואכע מארקס אין קלאס, און אויפן 9 יעריגער וואלוועלע און זיין יונגערע 7 יעריגע שוועסטער קריינדעלע פלעגט מען כסדר הערן קאמפלעינס פון חדר און סקול איבער זייערע ווילדע שטיק וואס האט געשטערט די ארדענונג פונעם מוסד, און אזוי ווייטער האט ער געליטן פון יעדן קינד עקסטער אפילו פונעם יונגסטן דריי יעריגס וואס די מלמדים האבן געהאלטן אז ער באלאנגט נאך נישט אין חדר.
נו הכלל, ר' שמחה בער קלערט צו זיך אוי וויי ס'איז צרות ווי א בארג, וואס טוט מען? וויאזוי גיט מען זיך א עצה דא?
אויפגעבן די אנליין ביזנעס איז קיין אפציע, ער קען דאך נישט בלייבן אן קיין ברויט אין שטוב, אבער ווידער די מצב שרייט חי וקיים און אט אט דארף ער שוין א שידוך טון מיט די קינדער, און ס'איז ממש אוממעגליך אנצוהאלטן ווייטער מיט דעם ווירטשאפט.
אזוי האט ער זיך געשלאגן מיט זיינע מחשבות אהער און אהין, און זיך געגעסן טיף אינערליך זיך נישט קענענדיג א עצה געבן אין זיין שווערן מצב.
ויהי היום, ס'קומט מנחה מעריב צייט אבער ר' שמחה בער איז נאך אלס אין אפיס... די אשת חיל קלאפט איידל אן אין טיר דערמאנענדיג אז מ'דארף שוין גיין צו מנחה, אבער אין קול ואין עונה. זי פרובירט אים אריינצורופן אויפן סעל אבער אן ערפאלג. זי קלאפט שטערקער, און זאגט הויעך זיין נאמען, אבער ס'קומט נישט קיין אנטווארט.
זי האט זיך זייער דערשראקן, וואוסענדיג אויף זיכער אז איר מאן געפינט זיך דארט אין שטוב, זיין קאר איז אפילו געווען געפארקט אין פראנט, און זיין היט און רעקל איז געווען אין שטוב.
האט זי אנגערופן הצלה און דערציילט די סיטואציע, די וואלאונטירן זענען בליץ שנעל אנגעקומען און אויפגעבראכן די טיר, און געפינען ר' שמחה בער ליגענדיג אויף דער ערד כמעט אן קיין פולסן... זיי האבן זיך תיכף גענומען ארבעטן אויף אים, און נאך א לענגערע צייט איז מיט גרויס שוועריגקייטן געלונגען אים צוריקצוברענגען, און אנקומענדיג אין שפיטאל איז באשטעטיגט געווארן אז ר' שמחה בער האט געליטן פון א מאסיווע הארץ אטאקע, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז ס'איז ממש א נס אז ער האט עס דורכגעלעבט.
ר' שמחה בער האט אבער געמוזט פארבלייבן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן, מ'האט געמוזט מאכן א אופען הארץ סוירזשערי, און דאן האט זיך געמאכט אנדערע קאמפליקאציעס (סייד עפעקטס), און די אשת חיל האט געטריי באדינט איר מאן אין שפיטאל כמעט נישט אפטרעטענדיג פון זיין בעט, אזוי ארום אז די משפחה וואס האט ביז יעצט סיי ווי נישט געהאט א טאטע האבן יעצט אויך פארלוירן זייער מאמע, און עווענטועל אויך זייער ברויט ברענגער, און די מצב אין שטוב האט זיך פילפאכיג פארערגערט ברוחניות ובגשמיות אין פולן זין פון ווארט.
צוביסלעך צוביסלעך האט זיך ר' שמחה בער ערהוילט, און מיט די הילף פון ידידים און גוטע פריינט איז געלונגען צו שאפן פאר אים א פרנסה קלה ונקיה, וואס האט אים אויך געברענגט מער געלט ווי בעפאר, אבער די עיקר האט עס געגעבן פיל מער צייט פאר די קינדער, און זאכן האבן זיך דראסטיש אנגעהויבן צו פארבעסערן...
יאפס! ס'האט פאסירט דאס אומגלויבליכע אז די משפחה וואס אלע האבן פארזיגעלט מיט א גרויסן שווארצן צייכן האט אנגעהויבן צו באקומען א גוטן נאמען, און ב"ה ער האט געטון אויסגעצייכענטע שידוכים מיט די קינדער לשם ולתפארת, שעפענדיג הויפענעס נחת פון אלע פון זיי.
ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענעם שווארצן טאג ווען ר' שמחה בער האט געכאפט די הארץ אטאקע און ס'האט אויסגעזעהן אז ערגער קען שוין נישט זיין, טאקע דעמאלס איז געווען די שיין און די אנהייב פון די ישועה!
*
מיר געפינען זיך יעצט אין א ביטערן פינסטערן גלות, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, ס'איז ממש שוידערליך וואס מ'הערט אלס צאם, און ס'זעהט אויס אז "ערגער קען שוין נישט זיין", וויסן זאלט איר אבער אז טאקע יעצט אין די פינסטערע זמנים ווען ס'זעהט אויס אזוי חושך ואפילה, דאס איז די אנהייב און די שיין פון די ישועה, און כאטשיג מ'זעהט עס נאכנישט יעצט וועט מען עס אבער זעהן גאר אינגיכן ווען די ישועה וועט שוין זיין, און מ'וועט צוריקקוקן אויפן עבר.
אט דאס איז די פשט "מרחוק ה' נראה לי", טאקע אינעם טיפסטן רחוק איז ה' נראה לי, ויה"ר אז מ'זאל עס שוין טאקע זעהן בקרוב ממש.