מבצע ניקים חדשים

33 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #200
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:25 pm#1
מבצע ניקים חדשים
מיר פראקלאמירן דא א ניקים קאמפיין מיטן נאמען "מבצע ניקים חדשים", מיטן ציל אריינצוברענגען ווי מער פרישע ניקס דא אין קרעטשמע.

ווער ס'האט סיי וועלכע השפעה אויף סיי וועלכע ניק אין סיי וועלכע (אידישע) פארום וועלכע קענען צוגעבן צום פלאץ דא, זאל עס ביטע טון, און נישט זיין קיין מונע טוב מבעליו.

ויה"ר שבזכות ריבוי הניקים יתרומם קרן הקרעטשמע למעלה למעלה על במתי הנעלה, ונאמר אמן.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:29 pm#2
Re: מבצע ניקים חדשים
לאמיר האפען אז די מבצע זאל ברענגן עפעס פישלעך דא

צום ערשט דארף מען דאנקען דא ברוב עם פארן פישל וואס @לטובה האט אהערגעבראכט =@לבלר=
לאמיר זען ווער די נעקסטע וועט זיין
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:35 pm#4
Re: מבצע ניקים חדשים
אלס טייל פון דעם קאמפיין, פראקלאמירן מיר אן איינמאליגע סעיל וואס מיר וועלן רופן "ביי וואן געט וואן פרי", דהיינו, אז איר ברענגט טאקע א נייער ניק וועט איר באלוינט ווערן מיט א לייק אויף א רענדאם הודעה ערגעץ ווי אין קרעטשמע.

ווי מער ניקס איר ברענגט, אלס מער לייקס איר קריגט!

*די סעיל גייט אן ביז קומענדיגע וואך מיטוואך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:35 pm#6
Re: מבצע ניקים חדשים
א נייע ניק "שידוכים עסקן" האט זיך איינגעשריבן.

צוביסלעך הייבט מען אן זעהן פירות פונעם מבצע.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:48 pm#8
Re: מבצע ניקים חדשים
ביטע פלאצירט אייך באקוועם ביים לינקן טישל זיץ איך ביטע זיך רעכענען מיט מיינע געפילן אין לאזט עס פאר מיר ביטע נעמט פאזיציעס אין פארשארפט אייערע טאלאנטן מיטן אנהויבן שענקען אייער טעם אין געשמאק מיט וואס איהר זענט אייגנארטיג
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:29 pm#9
Re: מבצע ניקים חדשים
עס קומען אן באריכטן אז די סעמי אפיקורסים פון ק"ש האבן אנגעהויבן א העץ קאמפיין קעגן אונזער קרעטשמע. דאס איז גינסטיגע נייעס ווייל דאס צייגט ווי שטארק זיי ציטערן פון אונזער סוקסעס.
אין די זעלבע געלעגנהייט ווענד איך מיך צו די וואס שרייבן אויף די אומאויסגעהאלטענע מקומות: איכא דרכא אחרינא! הבדלו מתוך העדה הרעה הזה! קומט קיין קרעטשמע וואו איר וועט נהנה זיין פון א גלעזל 'כשר'ע' ביר. וואס דארפט איר טרינקן נאר טריפה?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:39 pm#10
Re: מבצע ניקים חדשים
איך טרעט נישט אהין, איז ווייס איך נישט. אבער ווי אזוי שעמן זיך נישט די יעניגע?
זאלן זיי אהערקומען שרייבן.
מען וועט זיי אויפנעמען בסבר פנים יפות.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:46 pm#11
Re: מבצע ניקים חדשים
זייגער האט געשריבן:איך טרעט נישט אהין, איז ווייס איך נישט. אבער ווי אזוי שעמן זיך נישט די יעניגע?
זאלן זיי אהערקומען שרייבן.
מען וועט זיי אויפנעמען בסבר פנים יפות.

גוט טוסטע, סתם א בית משוגעים ווי יעדער פרובירט צו זיין קלוגער פון יענעם, עס גיסט זיך טיפשות פון זייערע א.ג. שפיציגע דברי חכמה.

די ווערטל גייט אז די הינט בילען איז א סימן אז די זאך פארט גוט.
מימות עולם איז נאכנישט געווען אזא קיבוץ פון מטורפים ומשוגעים בפונדק אחד ווי אין ק''ש, און אז עס הערט זיך אזא געשריי מסתמא איז עס די ערשטע מאל אין די היסטערי אזא הינט בילעריי
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:23 pm#12
Re: מבצע ניקים חדשים
יעצט געקוקט דארט. מיר קימט עס נישט פאר ווי א בילעריי נאר ענדערש ווי א געלעכטער געריכטעט צי אינזער זייט. זיי רעדן פין אינז ווייל מענטשן לייגן אהין לינקעס פון דא
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:30 pm#13
Re: מבצע ניקים חדשים
ניקס רעדן זיך געפערליך אפ דארטן אז מען רודפט איינער וואס דריקט זיך אויס זיין ווייטאג אויף די אפיקורסישע שרייבער
זעט אויס אז עס איז יא א ווייטאג וואס טייל שרייבער זענען ברוגז אז מען מאכט שבת פאר זיך, און אז פילע אידן ווילען נישט זיין במחיצתם
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:02 pm#14
Re: מבצע ניקים חדשים
איך רעד פריער מיט א חבר וואס האט א חבר וואס שרייבט (ליידער) אויף ק"ש, זאגט ער מיר אז די פארשוינען דארט זענען אויסער זיך פאר פחד, און ציטערן פאר קאמפעטישן. אויסער דעם וואס קרעטשמע איז נישט קיין בר פלוגתא פאר יענעם טרייפענעם מקום -- יענס איז מקום מוכן לפרעניות -- און דא איז א בית וועד לחכמים, מעגן זיך די יעניגע ארייננעמען אין קאפ אז ס'איז דא גענוג פלאץ פאר ביידע צו לעבן זייט ביי זייט אויף דעם ווארלד ווייד וועב, און זיי דארפן נישט אזוי ציטערן פון אונזער עקזיסטענץ, עכ"פ עס נישט ארויסווייזן.

איך פארשטיי זייער פחד. קרעטשמע, דער קוים געבוירענער זייטל, ווארפט אן ערענסטע סכנה פאר יענער מקום און די ניקס למיניהם ציטערן ווי פאר'ן טויט. הערט חברה, קרעטשמע איז א ריאליטעט צי איר ווילט צי נישט. איר זענט אלע געלאדענט צו קומען שרייבן דא, און מיר פארזיכערן אייך א רואיג מקום צו שמועסן און פארברענגן -- רואיג פון דעות כוזבות, און ריין פון אפיקורסות.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:35 pm#15
Re: מבצע ניקים חדשים
כשענקער ועוד לקרא.

דער עקזיסטענץ פון קרעטשמע איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע פון חרדישע געוועב וואס מען קען רואיג שמועסן אן לחץ פון באהערדע אבער אויך אן כפירה און מינות. וואס שאפט אויטאמאטיש א פראבלעם פאר ק"ש.

כה לחי.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 5:09 pm#19
Re: מבצע ניקים חדשים
אויב איך האב מיר אליין געברענגט, דארף איך באקומען די לייק.. ;)
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:14 pm#20
Re: מבצע ניקים חדשים
''יצחק טעלערברעכן''
שלום עליך

ביטע נישט מזיק זיין אנדערע מיט דיינע צובראכענע כלים
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:06 pm#21
Re: מבצע ניקים חדשים
10 חברה האבען זיך איינגעשריבען זייט די קאמפיין איז אריין אין קראפט, ברוכים הבאים פאר די פרישע תושבים
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:16 am#33
Re: מבצע ניקים חדשים
זיכער נישט.

ווי האט יענער געזאגט? וואלט ווען איינער דא געווען, וואלט איך אים געהייסן פארלעשן די לעקטער.

אבער וויבאלד קיינער איז נישטא, וועל איך עס אליין מוזן טון...

א גוטע נאכט! שששששששששש...