חיזוק אויף שמירת עינים
הערליכע געדאנקען ארויסגענומען פון דעם טעגליכן אימעיל דורך 'היט אייער אויגן'.
פאר סיי וועלכע הערה, הילף, עסקנות וכדומה, אנבאלאנגט אלעס ארום די GYE אידישע אפטיילונג און אלע אירע סערוויסעס, דרוקט דא,http://guardyoureyes.com/yid/index.php?option=com_acymailing&ctrl=url&urlid=2&mailid=27&subid=529
איין שעה/טאג אויפאמאל
העמיר אנהייבן דעם היינטיגן שיעור מיט א מעשה:
ס'איז געקומען אמאל א איד צום צאנזער רב, דער הייליגער דברי חיים זי"ע. דער צאנזער רב האט איהם זייער מקרב געווען און איהם אויסגעווענליך מכבד געווען.
דער איד האט זיך ממש געשעמט. ער האט געוואוסט ביי זיך אז ס'קומט איהם נישט אזויפיל כבוד.
גוט ער א זאג פאר'ן צאנזער רב: רבי, פארוואס איז מען מיך אזויפיל מכבד? איך קען נישט מער ווי 'איין' מסכתא!
דער הייליגער דברי חיים האט זיך צופאלאמט כדרכו בקודש, און געשריגן:
נו, ווייסטו דען נישט וויפל מ'דארף מכבד זיין פאר בלויז איין מסכתא??!!
*
כלפי מה דברים אמורים?
מיר אלע דא, וואס זענען צאמקגעקומען צו די טייערע און הייליגע קהילה, גייען דורך שווערע און ביטערע זמנים. נישט פשוט'ע נסיונות. יעדער ווייסט ווי נידריג און שוואך מען שפירט ווען מ'פאלט דורך נאך דריי, זעקס, צען, אדער צוואנציג, אפגעהיטענע טעג! אונזער גאנצער בליק אויף אונז אליין אלס א "מענטש" טראסקעט אראפ עד עפר. מיר זעען איינמאל און נאכאמאל אז מיר זענען גארנישט מיט נישט. אפילו נישט תולעת ולא איש. אפס מוחלט. ומותר האדם מן הבהמה אין! א בהמה טוט וואס ס'שמעקט איר, אָן קענען איבערקלערן וואס זי טוט צי ס'איז גוט צי נישט, און אויך אונזער מוח לאזט אונז נישט טראכטן נאר צווינגט אונז טון וואס דאס הארץ גלוסט.
אבער אויב מיר וועלן אלעמאל אזוי טראכטן, וועט מען דאך קיינמאל נישט האבן די כוחות הנפש זיך פארבעסערן!
מיט וואס קען מען זיך דאך מחזק זיין?
צדיקים האבן מסביר געווען די חילוק צווישן גשמיות און רוחניות. ביי גשמיות, אמאל איז א מענטש משקיע זיין גאנצע געלט און כוח, די גוף און די נשמה, אין א געוויסע ביזנעס, ער טוט אסאך פעולות און פלענער, ער דרייט איבער וועלטן, כדי צוקומען צו ווי ער קלערט. אבער ס'מאכט זיך זייער אסאך מאל אז נאך אפאר יאר זעט מען אז די גאנצע ארבעט און השקעה, די גאנצע שוויץ און הארעוואניע, האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, ער האט אלעס פארלוירן! הוברר הדבר למפרע אז די גאנצע פאר יאר איז געווען אומזינסט, "לריק יגעתי לתהו והבל כחי כליתי".
אבער ביי רוחניות איז פונקט פארקערט. מאכט זיך אויך אמאל אז א מענטש האט גאנצעטע פלענער אויף עבודת ה'. א בחור אין ישיבה קלערט אז ביז סוף זמן וועט ער ענדיגן די גאנצע מסכתא. אז די וואך וועט ער מיטהאלטן אלע שיעורים און ערליך דאווענען. אדער סתם א קבלה זיך פאבעסערן מיט א מדה טובה, אז ביז סוף חודש וועט ער זיך נישט אויפרעגן, נישט רעדן לשון הרע, נישט זאגן ליגנט, וכדומה, און ער טוט שטארקע השתדלות, ער נעמט זיך מיט אייזענע כוחות, ער איז אויף ביי די נעכט כדי ענדיגן לערנען ווי מער בלעטער, ער רעדט נישט מיט מענטשן ווייל ער וויל נישט נכשל ווערן מיט לשה"ר אדער מיט שקר. אבער וואס איז למעשה? נישט אלעמאל פירט מען אויס וואס מ'קלערט. ס'קומט סוף זמן און מיט זיין גאנצע השתדלות און רצון פעלט איהם נאך 15 בלאט, און ביים לעצטן טאג פון חודש איז ער נכשל געווארן מיט א לשה"ר.
איז דען שייך זאגן אז דער גאנצער חודש וואס ער האט נישט גערעדט לשון הרע, איז להבל וריק? אז דער גאנצער זמן וואס ער האט זיך געמוטשעט און אויף געווען נעכט, איז גארנישט?! חס ושלום!
ס'טוט טאקע זייער וויי אז מ'איז געפאלן, מ'איז נכשל געווארן, אבער מ'טאר נישט פארגעסן די פאר ריינע טעג וואס מ'האט יא געהאט! עס גייט נישט לאיבוד! יעדע ריינע טאג איז א בריליאנט פאר זיך! א טייערער פערלשטיין וואס מיר קענען זיך שטאלצירן דערמוט!
מיט אזא בליק קען מען באקומען שטארקע כוחות אויף ווייטער! מ'איז נכשל געווארן? לאמיר איבערבעטן אונזער טאטן און גלייך משתדל זיין אז דער מארגנדיגער טאג זאל זיין ריין. דאס צובראכן הארץ זאל אונז נישט מונע זיין פון וועלן ווייטער זיין גוט. אזוי וועלן מיר צוזאמקלויבן אסאך בריליאנטן! איין טאג און נאך א טאג! יעדן טאג פאר זיך. איין טאג האט נישט מיטן צווייטן. היינט נישט גוט - מארגן יא גוט, און אזוי ווייטער וועט זיין מצוה גוררת מצוה.
און כעין וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט:
נו, ווייסטו דען נישט וויפל שכר ס'קומט פאר זיין בקדושה בלויז איין שעה/טאג/וואך/חודש??!!