הויפט זייט » תורה ויהדות » עולם התורה » דברי חיזוק בלשון (לע''ז)

דברי חיזוק בלשון (לע''ז)

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #204
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:38 pm#1
דברי חיזוק בלשון (לע''ז)
Every person comes to some point where he sees that he cant do anything, so why not recognise it earlier and live an enjoyable and easy life

*********

People carry baggage in their life, but the way they accept it does not depend in how much it weighs, it depends only on how you carry it.

**********

A Yid is like silver what shines but sometimes it gets covered and you need to scrubb it a bit, but you'll only scrubb if you know it shines
מאנטאג פעברואר 29, 2016 11:09 am#4
ווער נישט אזוי איבערגענימען פון א געפיל
די בליק אויף וויאזוי א מענטש פארשטייט זיך און זיינע געפילען

א געפיל איז נישט קיין מציאות, נאר וויאזוי דער מענטש איז 'מפרש' די מציאות ארום. לדוגמא, א יוד וואס זיין טאטע איז פלוצלינג געשטארבן און ער ווייסט נאך נישט דערפון, האט ער עפעס צער ? ער זיצט ביי זיך אין אפיס, און ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער איז נישט טרויעריג, אלעס פארט ווייטער כאילו לא היה, די רגע וואס איינער קומט אים מבשר זיין די בשורה, ווייסט ער נישט ווי זיך אהינצוטוהן פאר צער.
די פשט איז, אז א געפיל איז נישט קיין קלאפ וואס א מענטש כאפט, וואס טוט באמת פיזיש וויי, נאר דער מענטש האט אבזערווירט עפעס וואס איז געשעהן, און ער 'פארשטייט' אז ער דארף יעצט זיין בצער.

מ'קען געבן דוגמאות אין מספר, און ווען מ'הייבט אריינצוטראכטן אין די אייגענע וועלט, און מ'לייגט צו מחשבה אויף זאכן וואס באדערט, קען מען טרעפן דעם יסוד איבעראל, און נאכדעם איז שוין סאך גרינגער צו פראגראמירן דעם מוח צו טראכטן אנדערש, ווייל אליבא דאמת איז נישטא קיין סיבה פארוואס ס'זאל באדערן.
לאמיר נעמען א מענטש וואס איז געווען א גביר און איז לא עלינו געווארן א יורד, אבער ער האט נאך פרנסה אויף די מינימום, ער איז נישט שולדיג אין די גראסערי וכו', ער ווייסט זיך נישט ווי אהינצוטוהן פאר צער, ער פלעגט זיין א אפטע אורח הכבוד, ער פלעגט טון טאפ נאטש שידוכים, און איצט איז אלעס פארלוירן, ער קען זיך שוין נישט ערלויבן חתן בראשית, און זיין נר למאור טעוועלע האט מען ריפלעיסד מיט א צווייטן סוקסעספולע יונגערמאנטשיק וואס האט קוים חתונה געהאט, און פליפט שוין בנינים. איז דען דא באמת וואס צו זיין בצער ?? וויפיל פראצענט מענטשען קומען בכלל אן צו די פאזיציע ווי ער איז געשטאנען פריער ? 'אפשר' די טאפ צוויי פראצענט!! דער ארימער ארבייטער וואס פארדינט מינימום וועידזש איז אויך בצער ווייל זיין נאמען פיגורירט נישט אויף די עשירים ליסטע ? ניין!.
אלא מאי, דער יורד איז 'מפרש' די מציאות פון נישט הייסן עושר אנדערש ווי דער ארימאן, און דערפאר איז ער דעפרעסט, די רגע וואס ער קומט צו די הכרה אז די גאנצע כבוד פון זיך פילן גוט אלץ עושר הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי זיין 'פירוש' ווייל דער איינוואוינער אין א דערפל אין כינע האט דאך גאנץ א אנדערע 'פירוש' אויף עשירות, ביי אים מיינט דאס אז מ'קען זיך ערלויבן א ווינדאו עיר קאנדישענער!, וועט אים זיין גרינגער צו פארשטיין אז ס'איז נישט קיין קלאפ פון א האמער וואס 'דארף' וויי צו טוהן, ס'איז בידו צו מינימוזירן די ווייטאג
מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:05 pm#5
Re: דברי חיזוק בלשון (לע''ז)
אמת! זייער גוט געזאגט.

אבער לאידך גיסא, איז א געפיל אויך א אמת'ע זאך. דהיינו, ס'איז אמת אז דאס פילט ער יעצט.

לדוגמה ווען איינער מיינט אז ער האט א צרה, אפילו אויב ס'איז בטעות, ליידט ער טאקע פון די צרה, אליבא דאמת.
זונטאג מערץ 06, 2016 11:50 am#6
Re: דברי חיזוק בלשון (לע''ז)
איבערלעבער האט געשריבן:אמת! זייער גוט געזאגט.

אבער לאידך גיסא, איז א געפיל אויך א אמת'ע זאך. דהיינו, ס'איז אמת אז דאס פילט ער יעצט.

לדוגמה ווען איינער מיינט אז ער האט א צרה, אפילו אויב ס'איז בטעות, ליידט ער טאקע פון די צרה, אליבא דאמת.

א יעדע 'דמיון' איז "אמת" עס איז 100% אמת אז דער לעבט יעצט אין דמיון, אבער מע ברויך ווי שנעלער פטור ווערן פון אזעלכע געפילן
מיטוואך יוני 15, 2016 11:11 am#7
Re: דברי חיזוק בלשון (לע''ז)
איך האב יעצט איבערגעליינט די דברי חיזוק
אהההה איך שפיר זיך אויפגעפרישט