הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם חסד יבנה » וואו קויפט מען א גוטע סוכה?

וואו קויפט מען א גוטע סוכה?

11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #216
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:52 am#1
וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
צוליב אסאך סיבות האב איך ביז היינט נישט פארמאגט אן אייגענע סוכה. די יאר בעז"ה גרייטן מיר זיך צו קויפן א סוכה לכבוד יום טוב. וויל איך אנפרעגן ביים עולם וועלכע סוכה זיי רעקאמענדירן.

איך וויל נישט קיין לעגא-סוכה, ווייל כ'גלייך נישט די אויסזען, און אזוי אויך גיי איך נישט קויפן א סחורה'נע סוכה. די שאלה איז צווישן א לייטער-סוכה (וכדומה) אדער א האלצענע סוכה. וואס זאגט איר? ווער האט די בעסטע פרייזן און וואס איז א בעסערע קוואליטעט?

אויך וויל איך וויסן נוגע סכך, וואו איז כדאי צו קויפן. ביטע העלפט ארויס א איד אין נויט. א הערצליכן דאנק.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:15 am#2
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
איך וואלט געראטן זאלסט נעמען א האלצערנע סוכה, פשוט ווייל ס'איז האלץ און דו קענסט האקן און דרילן ווי דו ווילסט נאר. אויך איז אויף האלץ פיל גרינגער און פראקטישער צו הענגן נוי סוכה.

סכך זאלסטו בשום אופן נישט נעמען "קיינעס" אדער זיינס גלייכן, ווייל ס'וועט אנהייבן פריער אדער שפעטער צו שימלען.

די בעסטע סכך איז בעמבא אדער האלבע בעמבא, דאס האלט זיך פאר יארן לאנג (ביי מיין פאטער זז"ג האלט זיך עס שוין איבער 20 יאר).
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:20 am#3
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
אקעי, א דאנק. און ווער האט די בעסטע פרייזן פאר די סוכות ווייסטו אויך?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:22 am#4
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
מיט פרייזן בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט.

אבער ס'איז קלאר אז ס'לוינט זיך צו צאלן אביסל מער פאר א האלצערנע סוכה און פאר בעמבא סכך, ווי איידער צאלן ביליגער און דערנאך זיך מוטשענען אדער דארפן האלטן אין איין קויפן פרישע סכך צוליב שימל.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:30 am#5
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
שלומיאל האט געשריבן:מיט פרייזן בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט.

אבער ס'איז קלאר אז ס'לוינט זיך צו צאלן אביסל מער פאר א האלצערנע סוכה און פאר בעמבא סכך, ווי איידער צאלן ביליגער און דערנאך זיך מוטשענען אדער דארפן האלטן אין איין קויפן פרישע סכך צוליב שימל.

איך האב אויך די זעלבע עקספיריענס
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:58 am#6
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
פאראיאר האט די שול נעבן מיין הויז געלאזט די סוכה שטיין עטליכע טעג, האב איך עס אראפגענומען, און געלייגט אין בעיסמענט פאר מיר.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:01 am#7
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
זייגער האט געשריבן:פאראיאר האט די שול נעבן מיין הויז געלאזט די סוכה שטיין עטליכע טעג, האב איך עס אראפגענומען, און געלייגט אין בעיסמענט פאר מיר.

WOW שוין א גאנץ ווינטער וואס מיר זוכן עס, יעצט ווייסן מיר שוין ווער דער גנב איז...

מער האסטו נישט קיין דריסת הרגל ביי אונז אין שוהל.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:10 am#8
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
שלומיאל האט געשריבן:
זייגער האט געשריבן:פאראיאר האט די שול נעבן מיין הויז געלאזט די סוכה שטיין עטליכע טעג, האב איך עס אראפגענומען, און געלייגט אין בעיסמענט פאר מיר.

WOW שוין א גאנץ ווינטער וואס מיר זוכן עס, יעצט ווייסן מיר שוין ווער דער גנב איז...

מער האסטו נישט קיין דריסת הרגל ביי אונז אין שוהל.


איך דאווען נישט אין די קש שול
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:23 am#9
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
זייגער האט געשריבן:איך דאווען נישט אין די קש שול

גערעכט, א גאנצן דאווענען שמועסטו ארום.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:30 pm#11
Re: וואו קויפט מען א גוטע סוכה?
נישט געוואוסט ביזט אזוי סענסעטיוו

אבער ערנסט גערעדט, וואו קויפט מען א גוטע סוכה?