געשעעניש פון יאר (תשע"ד)

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #235
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:14 am#1
געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
קודם כל איז די געשעעניש פון יאר אז ס'האט זיך געעפענט א היימישע וועבזייטל על טהרת הקודש מיטן נאמען 'דער קרעטשמע'.

פון א היימישע שטאנדפונקט איז די געשעעניש פון יאר די שרעקליכע טראגעדיע ווען ס'איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן הנגיד ר' מנחם שטארק ע"ה.

אין עולם הנגינה איז בלי ספק "בהסתרה" די ניגון פונעם יאר.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:23 pm#2
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
שלומיאל האט געשריבן:קודם כל איז די געשעעניש פון יאר אז ס'האט זיך געעפענט א היימישע וועבזייטל על טהרת הקודש מיטן נאמען 'דער קרעטשמע'.

פון א היימישע שטאנדפונקט איז די געשעעניש פון יאר די שרעקליכע טראגעדיע ווען ס'איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן הנגיד ר' מנחם שטארק ע"ה.

אין עולם הנגינה איז בלי ספק "בהסתרה" די ניגון פונעם יאר.




לגבי די עפענונג פינעם נייעם וועב זייטעל ''דער קרעטשמע'' איז באמת דאס מער א געשעהניש פאר תשע''ה אדער תשע''ו וואס אין יענע יארען וועט עס בעז''ה זיין א קנאק, עס דויערט א שטיק צייט ביז מען קען געהעריג דערקלערט ווערן אלץ א זייטעל מיט אלע פיטשיווקעס, נאר נאך די אטאקע וואס קאווע שטיבל האט זיך צולאזט אויף די חברי ה'קרעטשמע קוקט יא אויס אז עס זאל שוין געהערן צו די געשעהנישען פון תשע''ד

די שאקירענדע מארד אויף הרה''ח רבי מנחם שטארק הי''ד איז טאקע א געשעהניש פון יאר אבער די אומקום פון די 3 בחורים אין אר''י האט געטראגען סך א טיפערע און ווייטגרייכענדע היסטארישע באדייט פארן כלל ישראל
מסתמא 'דער בלאט' וועט לייגען אלס די געשעהניש פון יאר די אטאקעס אויף זייער אדמו''ר נאך זיין דרשה ביי די 3 בחורים, און דער פאראייניגטער פראטעסט קעגן גיוס פון אלע קרייזען און שיכטען וועלכע זייער רבי האט שטארק געשטיצט

אין די עולם התורה איז דער פסק דין אין באבוב, און די שארפע ריס אין די ליטווישע וועלט צווישען זייערע גדולים , מסתמא פון די שטערקסטע זכרונות וואס וועט בלייבען פון תשע''ד
די לומדי התורה וועלן בלי ספק געדענקען תשע''ד אלס די יאר ווי אזויפיל חבורות פון לומדי תורה האבען זיך געשאפען אין דעם איינצעלן יאר

די חסידישע וועלט וועט מסתמא אפצייכענען תשע''ד אלס א געדענקעניש פון די צוויי וועלטס מחלוקת וואס האפען אויסגעבראכען אין די הויפען פון אלכסנדר און בעלעד וואס לעת עתה זעהט מען נאכנישט ווי ווייט עס וועט גרייכען די אפעקטן פון די רייבערייען

די אינטערנאציאנאלע וועלט וועט דאס מערסטע געדענקען די שרעקעוודיגע 'אייסיס' טעראר נעץ וואס האט היי יאר אנגעהויבען שלאגען שטארקע ווארצלען, און דעם רוסישען בער פוטין וואס האט זיך היי יאר שטארק צופירט זיינע הענט
אין מיטל מזרח וועט פאר לאנגע יארן געדענקט ווערן די עקשנותדיגע מיסל שיסערייען פון די טעראריסטען פון כאמאס וואס האט אומאויפהערליך באהאגעלט פאר וואכען אין א צו גאנץ ארץ ישראל מיט גאר ווייטגרייכענדע מיסעלס וואס האט געברענגט פאר עטליכע טעג א אפשטעל פון פלי רייזעס איבער די וועלט קיין אר''י

''אלע שיכטען און קרייזען וועלן געדענקען פון תשע''ד'' די געוואלדיגע דברי חיזוק פונעם צדיק רבי נחמן זצ''ל מברסלב אז אפילו אין די שווערסטע מצבים געפינט זיך דער אייבערשטער, אין אינעם הסתרה שבתוך הסתרה גופא געפינט זיך דער באשעפער
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:14 pm#3
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
נישט פארגעסן

די פארלוירענע מאלאזיע פליגער

עטליכע קולט'ס זענען די יאר צופאלען

אסאך חלומות איבער נייע שטעטלעך איז די יאר גע'חלומט געווארן
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:21 pm#4
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
אייועלט האט זיך דערמאנט צו עפענען א אשכול איבער די געשעהנישען, קוקט וויאזוי מען דערמאנט דארט די פסק אין באבוב
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 99#p938797 m

זיי זענען מחמיר מספק בכלל נישט א נאמען צו געבן 'באבוב' אויס חשש אז מענטשען וועלן מיינען זיי רופען צד 45 באיסור מיט א אומאויסגעהאלטענע נאמען
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:01 pm#5
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
אין די ליצנות וועלט:
ראש הקהל האט געשריבן:די חסידישע וועלט וועט מסתמא אפצייכענען תשע''ד אלס א געדענקעניש פון די צוויי וועלטס מחלוקת וואס האפען אויסגעבראכען אין די הויפען פון אלכסנדר און בעלעד וואס לעת עתה זעהט מען נאכנישט ווי ווייט עס וועט גרייכען די אפעקטן פון די רייבערייען
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:14 pm#6
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
ראש הקהל האט אריינגעריקט א תגובה איינס אין דער וועלט, פיינע נייעס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 4:21 pm#7
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
א קינד האט היי יאר געמיזט אנקומען אין פובליק שולע ביז א מוסד האט זיך ענדליך מרחם געווען אויפען קינד
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 4:26 pm#8
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
ברוך קוימענקערער האט געשריבן:א קינד האט היי יאר געמיזט אנקומען אין פובליק שולע ביז א מוסד האט זיך ענדליך מרחם געווען אויפען קינד

וועלכע מוסד האט זיך מרחם געוועין?
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:02 pm#11
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
מ'האט נישט פארגעסן, אבער ס'איז נישט עפעס וואס קען באצייכנט ווערן אלס די געשעהעניש פון יאר.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:43 am#13
Re: געשעעניש פון יאר (תשע"ד)
אוי, ראש הקהל, אוי ביסטו גוט. אזא גוטס שוין לאנג נישט געליינט.

ס'בעסטע איז נאך: אלכסנדר און בעלעד. (כ'מיין קענסט צולייגן מיין שראלי און הערשי האבן געהאט א מחלוקה אזאנס און אזאנס...)