Re: ברעיקינג: ארמארי דיעל ווערט געשלאסן דורך סאטמארע
ק/פ
נאך לאנגע חלומות און דמיונות און צוגעזאגטע געשפרעכן איז היינט דער לאנג פארצויגענער ארמארי טרוים געקומען צו א פרייליכע ענדע. נאך וואס "דער בלאט" האט שוין טרומפירט מיט 2 יאר צוריק זומער אז דער ארמארי איז זייערס און אהרן גייט דארט טאנצן די הקפות, שטעלט זיך ארויס אז ער גייט ווייטער טאנצן הקפות אינעם ארמארי אבער מיט א שטיקל אומוועג... ס'הייסט אזוי, ער גייט אנהייבן טאנצן ביי די מארסי אריינגאנג, נאכן אפטאנצן א 50 פוס דארף ער ארויסגיין אויף די גאס, איבערהיפן דעם ערשטן ארמארי זאל, דערנאך צוריק אריינגיין פון די העיווארד אריינגאנג צום גרויסן זאל און נאכן טאנצן 100 פוס צוריק ארויסגיין אויף די גאס...
איר זענט צומישט? די אהרונים זענען נאך מער צומישט. דער געשפרעכענדיגער ארמארי בילדונג איז היינט אפגעענדיגט געווארן מיט א פארהאנדלונג אז די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר קויפן אפ בשותפות מיט די אהרונים די ארמארי, נאך וואס דער גאווערנער האט האסטיג דערקלערט אז ער פארקויפט דאס נישט בלויז פאר די אהרונים אזוי ווי זיי האבן פרובירט צו פארקויפן זייערע קעלבער ווען מר. פעקאקא פון גאווערנערס אפיס איז מכלומרשט געקומען קיין וויליאמסבורג גערעגטערהייט אויף די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר. אבער נישט נאר באקומען זיי נישט דעם ארמארי, נאר בכלל צו ווערן שותפים אין דעם געשעפט האבן די אהרונים געברויכט אויפגעבן זייערע אלע טענות ותביעות קעגן די 4 קעמפס און די מצה בעקעריי שע"י קהל יטב לב.
כדי צו פארשטיין דעם געשעפט לאמיר אייך מסביר זיין וויאזוי דער ארמארי פעסטונג איז צוטיילט מיט אירע 3 חלקים. די מארסי אריינגאנג מיט 3 שטאקן קלאס צומערן, דערנאך קומט דער גאנצער פאדערשטער זאל מיט 26 טויזענט סקווער פוס און א גאלערי (א פיקס פארטיגער היכל השולחנות), דערנאך קומט דער גרויסער זאל וואס די אריינגאנג איז אויף העריסאן עוועניו.
יעצט אזוי, די אהרונים באקומען די מארסי אריינגאנג מיט די קלאס צימערן (40 טויזענט סקווער פוס), די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר באקומען דעם גאנצן פאדערשטן זאל (2 שטאק = 52 טויזענט סקווער פוס) מיט די צוויי גרויסע לאטס אויף לינטש און העיווארד (14 טויזענט סקווער פוס), די אהרונים באקומען א חלק פון די גרויסע וואס איז באהאפטן צום ערשטן זאל (200 ביי 200), אבער מוזן צואווארפן דעם בנין ווינאר דער דיעל גייט אריין אין קראפט, און די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר באקומען דעם העריסאן אריינגאנג מיט א חלק פון דעם גרויסן זאל (200 ביי 112).
אין אידיש גערעדט. די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר שפאצירן ארויס פון דעם געשעפט מיט א קליער טייטל אויף די קעמפס, מצה בעקעריי (פאר 2 מיליאן דאלער. בערך וויפיל ס'קאסט די לויער געלט) און א פארטיגער מעכטיגער היכל השולחנות, די אהרונים וואקן ארויס מיט עטליכע קלאס צימערן, און א שטיקל פונעם גרויסן זאל וואס איז ארומגענומען מיט זאלונישע בנינים פון פארענט און פון אונטן...
עס איז צום ערווארטן גרויס אויפברויז אין אהרונישן לאגער אז נאך 2 יאר חלומות האט זיך די גאנצע זאך געענדיגט מיט א גרויסן יחץ, און עס וועלן אודאי געוויס נאכפאלגן א רייע קרבנות וואס וועלן באשולדיגט ווערן פארן זיי אריינפירן אין אזא געשעפט טו ביגין וויט.