הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח

די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #303
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:29 am#1
די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי די חסידישע אגודה ווי מען האט מחליט געווען נאך א לענגערע זיצונג וועגן די נושא הגיוס, צו מען זאל יא שיקען די בחורים צום לשכת הגיוס צו נישט, איז געבליבען די החלטה אז די אגודה גייט שיקען א משלחת פרעגן :D ביי הרב שטיינמאן וואס זיין מיינונג איז אויף די טעמע

די חסידים פון רב שטיינמאן פייערן היינט זיג אז זייער רבי איז די גרעסטער
הכל מודים כי הרב שטיינמן מנהיג הדור

מהחלטת 'מועצת גדולי התורה' אנו לומדים כי בסופו של דבר מכירים בעובדה כי מרן הגאון רבי אהרן לייב שטיינמן הוא מנהיג הדור, וההוכחה, החלטת 'מועצת גדולי התורה' להיוועץ בהרב שטיינמן וכפי שיורה ככה יעשו, היה שוה כל ישיבת 'מועצת' למען החלטה זו, מפני שהיא חוזרת ומכירה במה שישנם מי שכל כך לא רוצים שזה יקרה, כי מי שמכריע בסופו של דבר בימינו לכולם, לחסידים ולמתנגדים, הוא הרב שטיינמן
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:32 pm#5
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
נעכטן איז געווען א ריזן עולם ביי א צוזאמקום לטובת די בחירות אין ארץ ישראל, וואס ווי באקאנט האבן רוב רובו פון די גדולי ישראל מחייב געווען מיטן גיין שטימען, אלס חוב קדוש.

עס זענען זיך צוזאמגעקומען 100,000 אידן לויט די שאצונגען (1.2 מיליאן אין סאטמארער נומערן), און די סוקסעס איז געווען העכער אלע ערווארטונגען.
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 8:43 pm#6
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
זייגער האט געשריבן:עס זענען זיך צוזאמגעקומען 100,000 אידן לויט די שאצונגען (1.2 מיליאן אין סאטמארער נומערן)

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וויאזוי רעכנט סאטמאר נומערן, און וויאזוי רעכענען די ליטאים?

נאך א פרט איז אינטערעסאנט צוצולייגן, אין סאטמאר ווען מען שרייבט אסטראנאמישע ציפערן ענדיגט זיך דאס ביי די באריכט אין זייערע צייטונגען, ביי די ליטאים גייט עס אריין אין שאלות פון דאורייתא'ס, אבער פאר פראפאגאנדע וועט עס גארנישט אויסמאכן.
דהיינו? ווער עס געדענקט אביסל און זוכט נישט נאר די חוזק וואס מען קען מאכן פון די אידן וואס שטימען נישט מיט זיינע אנשויאונגען וועט אודאי געדענקען אז ביי די "עצרת המיליון" אין ארץ ישראל האט ר' ברוך מרדכי אזרחי געמאכט די ברכה "חכם הרזים" בשם ומלכות, ווייל די פאליציי האט דאך געשאצט פאר איבער ששים רבוא אידן...