הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלים

קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלים

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #316
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:48 pm#1
קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלים
גרויסע הכנות גייען אן לקבל פני רב דירושלים עיה''ק הגאב''ד עדה החרדית, די גרויסע קבלת פנים אינעם ארמארי בנין אין וומ''ס וועט פארקומען צוזאמען מיט א היסטארישע גרינדונג פאר א קרן הגיוס צו פינאנצירען די קאסטען פון די מלחמה קעגן די גזירת הגיוס בארה''ק.
אויף דעם ארט איז מיט 37 יאר צוריק געגרינדעט געווארען א קרן הצלה פאנד צו העלפן פאר ישיבות אין אר''י

מודעות איבער די מאורע
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:52 pm#2
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
ווערט לויט אלע ווארשיינליכקייטן אנגעפירט דורך די עסקנים פון אתרא קדישא.

לאמיר האפן אז עס וועט ארויסקומען א כבוד שמים און נישט חלילה דאס פארקערטע.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:22 am#3
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
די מעמד איז געווארן נדחה פאר א שפעטערע דאטום.
ק/פ
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:52 pm#4
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
גוט אז מען שטיפט אפ די מעמד

''יום כ''ו חשון'' דריי חדשים נאך די פסק דין אין באבוב 'יום כ''ו אב'' געהער אויסשליסליך פאר אונז תלמידי וחסידי באבוב.
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:38 pm#5
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
אויף שבת פרשת תולדות גייט די ירושלימער רב זיין אין די קעטסקילס זינטיג ויצא גייט זיין א גרויסע קבלת פנים
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:11 pm#6
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
די צוויי ברודער'ס די אדמור''י תוא''י און תו''א וועלן אויך באשיינען ביים קבלת פנים

דער בלאט האט איגנארירט דע וואך די מעמד.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:04 am#7
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
יונגען און פארברעכער שונאים פינעם גאב''ד הגה''צ שליט''א האבען מפרסם געווען שמוציגע פאשקעווילען און געמיינע ליטעראטור צו אפלאכען פון רבי י''ט ווייס אויך פון די סאטמארע רבי'ס און נאך, מיטן ציל צו פארשווארצען די פנים פינעם גאב''ד אין ליכט פון זיין באזיך אין נ.י.
ווען די הינט בילען..
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:51 am#8
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
די נידריגע שמוציגע פאשקעווילן קוקט אויס ווי עס קומט פון אפאר אינגעלייטלעך פין די מאנרא קהילה וואס זענען יעצט זייער פארווייטאגט אז מען געט כבוד פאר די גאב''ד , א שאד אז די יונגעלייטלעך וואקסען נישט אויס זייער קטנות המוחין, שוטים גייט נעמט שכל.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:31 pm#9
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
די קווינס ישיבה האט היינט געהאט א דרשה ספעציעל לקראת די קבלת פנים ווי דער מנהל הישיבה האט מחייב געווען די אריבער עלעף הינדערט בני הישיבה צו אנטייל נעמען ביים קבלת פנים לכבודה של תורה
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:19 pm#11
Re: קרן הגיוס געגרינדעט-קבלת פנים במעמד רבבות פאר רב דירושלי
נעכטן איז פארגעקומען אין מאנסי ביי רבי חיים פלאהר אן אסיפה און קבלת פנים פאר די גאב''ד, היינט איז פארגעקומען ביי רבי טודרוס זילבער א קבלת פנים די רבנים האבען ארויסגעהויבען די כח האמת פינעם חשובען גאסט וואס שלאגט זיך פאר די אמת.

אין מאנסי איז געווארען א טומעל נאך וואס רבי חיים פלאהר האט שארף גערעדט קעגן די וואס לאזען צו אויסצוגראבען קברים.
דער רב פון סאטמאר מהר''א הרב וואזנער איז ארויס אינמיטען די אסיפה.