הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט

געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט

18 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #317
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:34 pm#1
געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
א שולע פון די אנשי מהרז'ל אין קרית יואל וואס איז נארוואס ארויס פון באנוץ ברענט אין די מינוטען
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:59 pm#4
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
אין אנדערע נייעס

היינט צופרי האט ר' יחזקאל בראך ארויסגעווארפן די באסעס פון מוסדות ויו"מ פון זיין לאט ווי זיי פלעגן פארקן ביז יעצט זייענדיג ברוגז אז זיי האבן געשטימט פאר'ן קאנדידאט וואס איז קעגן אנעקסעישן
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:42 pm#5
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
יונייטעד מאנרא האט פארארדענט אז די העכסטע אמעריקאנע בעאמטע דארפען זיך אריינמישען צו אינוועסטיגעיטן די קריים פון פארברענען דעם בילדינג וואס איז געטון געווארן אלץ א נקמה אקט פאר די אלייענס וואס האבען געוואוט לטובת די יונייטעד מאנרא פארטיי
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:40 pm#6
Re: א מיידל שולע פון מהרז''ל סאטמאר אין ק''י ברענט
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:מען זאגט עס איז יד 'פאליטיק' באמצע.

איז מעגליך אביסל מאריך בדיבור צו זיין? (פארשטייט זיך אויב ס'איז מעגליך אן לשון הרע און הלבנת פנים), איך בין שוין נישט אין ישיבה און די כשר'ע פארום'ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך האלט מיט די נייעס.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:30 am#7
Re: א מיידל שולע פון מהרז''ל סאטמאר אין ק''י ברענט
ניק ניק האט געשריבן:
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:מען זאגט עס איז יד 'פאליטיק' באמצע.

איז מעגליך אביסל מאריך בדיבור צו זיין? (פארשטייט זיך אויב ס'איז מעגליך אן לשון הרע און הלבנת פנים), איך בין שוין נישט אין ישיבה און די כשר'ע פארום'ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך האלט מיט די נייעס.

איך האב געהערט אז די מחלוקה צווישן די חסידי כ''ק מהרי''י צו מען זאל שטימען פאר די פארטיי פון יונייטעד מאנרא אדער נישט האט געברענגט אז מענטשען זאלן ווערן אנגעווייטאגט אויף די קהילה ומוסדות, און דער פייער איז א המשך פון יענע פייט, ד.ה. אז מען קען נאכנישט פאראויסשאצען ווען דער פאקטישער פייער גייט פארלאשען ווערן.
מעגליך אז ווען יונייטעד מאנרא וועט גיין און מאכען דערפון א טומעל אין די לאנד'ס פרעסע אז די אמעריקאנער גאווערמענט זאל זיך אריינמישען מעגליך דעמאלטס וועלן אלע משלים זיין און קומען צו אן החלטה אז מיט די חברה קען מען נישט גיין צום טיש, און מען וועט זיך אפלאזען פון יונייטעד מונרו.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:53 am#8
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
עטליכע מינוט נאך מיין פריערדיגע תגובה האב איך באקומען א טוויטער מעסעדזש אז די שולדיגע אינעם פייער זענען לאקאלע ישיבה בחורים וואס האבען זיך אפגערעכנט עפעס א אלטע חשבון מיט די קהילה ומסדות ויואל משה.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:38 pm#9
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
state investigators announced that thanks to anonymous tip they got a group of 5 suspects for the fire no arrest has been made yet so far.


@ SatmarNation: Speculations are circulating that (AKA Alliance) were behind yesterdays vandalism after being kicked out from their lot
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:08 pm#10
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
די גאנצער שטח איז שוין ליידיג,לויט ווי עס הייסט האט בראך פארארדענט די ווילידזש עס צו אויסליידיגען פון טרעילערס און אלע חפצים, די קהל ויואל משה האט ארויסגעהאנגען שארפע פארדאמונגען
מחאה קהל.jpg
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:10 pm#12
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
א טאג בעפאר די מעשה איז געשען האט בראך ארומגעשיקט א שארפע בריוו קעגן די אלייענס וואס האט געהייסען שטימען קעגן די ווילידזש, עס זעהט אויס ווי די מצב איז היבש געשפאנט.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:36 pm#13
ביהמ"ד תהלות יואל - קר"י נחרב
שולחן ערוך · אורח חיים · סימן קנב האט געשריבן:
שלא לסתור שום בית הכנסת ובו סעיף אחד:
סעיף א
אין סותרין בית הכנסת כדי לבנות בית הכנסת אחר שמא יארע להם אונס שלא יבנו האחר אלא בונים האחר תחלה ואחר כך סותרים הישן (ואפילו לא רצו לסתור רק מחיצה אחת להרחיבו נמי דינא הכי) (רבינו ירוחם נתיב ג' חלק ה' ובית יוסף בשם הרמב"ם). והני מילי שהיה הראשון חזק אבל אם חרבו יסודותיו או נטו כתליו ליפול סותרים אותו מיד ומתחילין לבנות במהרה ביום ובלילה שמא תדחק השעה וישאר חרב.

הגה: ואסור ליקח אבנים מבית הכנסת הישנה כדי לבנות חדשה (הגהות אשירי פרק בני העיר). ואסור לסתור דבר מבית הכנסת אלא אם כן עושה על מנת לבנות (מרדכי פרק בני העיר)

משנה ברורה האט געשריבן:{א} בית הכנסת - וה"ה ביהמ"ד ובין של יחיד או של רבים:
{ה} שלא יבנו האחר - ונמצאו עומדין בלא ביהכ"נ ואפילו איכא להו דוכתא לצלויי באיזה מקום נמי אסור.
{יא} ואסור לסתור דבר - דהוי כנותץ אבן מן ההיכל דאסור משום שנאמר את מזבחותם תתצון וגו' לא תעשון כן לה' אלהיכם ובהכ"נ וביהמ"ד ג"כ נקרא מקדש מעט.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:10 pm#15
Re: געוועזענע ויואל משה מיידל שולע (מהרז"ל) אין ק''י ברענט
קומענדיגע מאל דארף מען זיך דורכקומען פאר די וואלען בדרכי נועם ושלום
נאכדעים קאסט עס שוין א פרייז און מסתמא וועט עס נאך קאסטען,
די ווילידזש האט כוחות און פאעור עס צו אויספירען.