IVELT GOT THE MESSAGE

36 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #320
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:39 am#2
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
נישט צום גלייבן וויאזוי מען קוקט אן אין אייוועלט די אויסשטעל פון א פארום, ''די חברה קוקען עס אן ווי עטליכע יחידים זיצען אין א אפיס און זענען זיך משתלט אויף די ציבור וואס שרייבט און יעדער דארף זיי דאנקען פאר זייער שליטה''

קיקיון האט געשריבן:רבותי!
טראכטס איין מינוט ווער האט געוועלט די מנהלים?
דער וואס אז ימאחורי הפרגוד איז א יחיד אדער יחידים וואס בטוב לבם גיבען דיר א
פלאץ זיך ליפטערען אויסשצושמיעסען בעטען א טובה פון א איד וכ' וכ'
בקיצור די ביסט זייער גאסט
פוןן ווי האסט די דרייסטקייט זיי זאגען דעות
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:28 am#3
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אנבעליוועבל...

פון וואו האסטו די דרייסטקייט זיי צו זאגן דעות ... ? דעס איז געהעריג חוצפא יסגי, די היינטיגע יונגווארג, מזאגט זיך דעות פאר די געטרייע אחראים וואס גיבן זיך אוועק בטוב לבם. איי מין עפעס דרך ארץ.
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:35 pm#4
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
גאר א פייערדיגע שטיצער פאר די טעראר פון די אייוועלט פירער שרייבט
שנאפס האט געשריבן:ווען איך האב עס געלייענט האט עס אויסגעזעהן ווי ער שרייט הויעך און רעגט זיך

חוץ מזה, וואס איז פשט פון שרייבן אין פובליק קריטיק אויף די הנהלה?



אונזער נייער ניק, ניק ניק אפערט פאר אייוועלט אנצונעמען נייע תקנות

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 73#p962473 m
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:48 pm#5
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אינטערסאנט איז צו זעהן ווי 'געלעגער' דער גרינער פון אייוועלט, ווערט צוביסלעך בעסער און נאכדעם וואס ער האט שוין עטליכע חדשים באזיכט דאהי איז ער נשתנה געווארען אביסעל לטובה, און עטליכע מערקן עס אן דארטן


פון אנהייב איז די שיינע שפראך פון געלעגער אינעם שמועס געגאנגען אז ער געט 'רעכט' פאר א שרייבער זיך אנצונעמען פאר זיינע ארבעט, (אויך א שיינע מדה)
איך האב גראדע זייער הנאה פון דיינע תגובות. א מענטש האט רעכט צו פארטיידיגן זיין ארבעט

שפעטער איז שוין געלעגער געגאנגען א סטעפ פאראויס, און פארלאנגט פון אלע וואס האבען תרעומות אויף א מנהל אז זיי זאלען קומען אויסזאגען
געלעגער האט געשריבן:צום פינטל! אייוועלט איז נישט א מענטש ס'איז יעדער צוזאמען! יעדע תגובה בויעט די פלאץ און יעדע שרייבער האט א חלק דעראין! א וודאי דארף מען מכיר טובה פאר דער וואס שלעפט ארויס דעם טשעקל יעדע חודש אז מיר זאלן קענען דא זיין, אבער ס'איז געבויט דורכן ציבור און יעדער דארף זיין צופרידן און פרייליך מיטן מקום. און אויב טוט איינעם עפעס וויי דארף ער און זאל ער קומען זאגן!




א גאנץ לייטישער שרייבער דארט זאגט ווי פאלגענד

להודיע האט געשריבן:א מחי' צו הערן פון אזעלכע נארמאלע מענטשן ווי וויכטיג מאכער און געלעגער, ענטפערן מיט פארשטענדניש און מיטגעפיל.
בשנים מקדם האט מען דא געקענט רעדן צום לאמפ, ס'איז געווען די באהערדע און ס'איז געווען די פשוטי עם וואס זענען בכלל נישט געווען רעלעווענט. ב"ה אייוועלט גייט אין גוטן ריכטונג, כה יתן ה' וכה יוסיף.
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:18 pm#8
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
געלעגער האט געשריבן:טאקע א חידוש.

פון יארע 06 למספרם ביז 2014 האט געדויערט צו מחדש זיין אזעלכע חידושים?
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:02 pm#9
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אין אנדערע נייעס איז איי וועלט דאון די לעצטע פאר שעות (ON & OFF)
זעהט אויס אז די IVELT סערווער פראטעסטירט קעגן די פילע מחיקות אשר רבו כמו רבו.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:06 pm#10
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אין די הקדמה פון מי מנוחות אויף חנוכה איז די שרייבער שטארק מעורר קעגן די קרעטשמע.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:16 pm#12
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אינעם פארווארט איז דער שרייבער שטארק מדגיש וועלכע קרעטשמע ס'איז יא א קרעטשמע און וועלכע נישט.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:19 pm#13
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
די דאזיגע מעסעדזש קומט ארויף דארט

General Error
SQL ERROR [ mysql4 ]

Too many connections [1040]

An sql error occurred while fetching this page. Please contact an administrator if this problem persists.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:53 pm#14
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
איך האמיר יעצט באגעגנט אין אייוועלט מיט א גאנצע אשכול ווי דער עולם באפאלט א שרייבער טהור עינים אויף זיינע הספדים אין די בד''ה אשכול, איך האב מורא טהור עינים זאל זיך איבערקלערן צו ער וויל דא ווייטער שרייבען.
דינסטאג יולי 12, 2016 3:43 pm#20
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
ספאנדזש האט געשריבן:קרעטשמע האט געמאכט א נייע לאגא, צוויי וואכן שפעטער האט אייוועלט געמאכט

בכלל אייוועלט הנהלה קאמיוניקירט שוין געהעריג מיטן עולם

איינע פון די אחראים הער איך זענען געפלויגען
דינסטאג יולי 12, 2016 4:50 pm#22
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
ביסט אן אינסיידער פין אייוועלט אדער מען קען דיר טראסטען וועסט נישט איבערגעבן וואס מען רעדט דא.
דינסטאג יולי 12, 2016 7:32 pm#24
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
נייעס האט געשריבן:איינע פון די אחראים הער איך זענען געפלויגען

שמועות פורחות באוויר אן קיין דעקונג.
מיטוואך יולי 13, 2016 10:45 pm#27
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אין כאן סיקרעט ולא סוד אבל יש כאן 'הוילע פאנטאזיעס" ותו לא מידי.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:56 am#29
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
אזוי האב איך געהערט
פארוואס האסטו פונקט געקלערט אז מען רעדט פון אים?
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:19 pm#30
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
ווייל ער'ז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן...
פארוואס איז ער "געפלויגן"?
דינסטאג יולי 25, 2017 8:00 am#34
Re: IVELT GOT THE MESSAGE
זיכער געכאפט די מעסעדש ווייל מיין פילטער לאזט נישט דורך איי וועלט נאר די קרעטשמע :mrgreen: