דער פארום פאפט

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

80 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #341
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:15 am#1
דער פארום פאפט
נישט דא קיין סאך וואס צו זאגן. איך קום אריין דא יעדן טאג זעהן וואס טיצעך דא, און גארנישט. עס פאפט ווי אלע פעפערס. ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ דארף גרויס רחמי שמים.

עס איז באמת א שאד, איך האלט עס פעלט אויס אזא פלאץ, אבער וואס קען איך טאן. קרעכצן קען איך. וועל איך געבן א קרעכץ: אאאווווייי
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:11 am#3
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:נישט דא קיין סאך וואס צו זאגן. איך קום אריין דא יעדן טאג זעהן וואס טיצעך דא, און גארנישט. עס פאפט ווי אלע פעפערס. ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ דארף גרויס רחמי שמים.

עס איז באמת א שאד, איך האלט עס פעלט אויס אזא פלאץ, אבער וואס קען איך טאן. קרעכצן קען איך. וועל איך געבן א קרעכץ: אאאווווייי


די האסט דאך אין אייוועלט מסתמא אסאך באקאנטע נאכן זיין דארט א שיינע פאר יאר א גרויסער שרייבער, שלעפ זיי אביסעל אהער וועסטו קענען נהנה זיין פון נאך א אידישע פארום.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:44 am#10
Re: דער פארום פאפט
אויף אייוועלט איז אויך עמיצער א שלומיאל געווען פון די גאנץ ערשטע איינגעשריבענע
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:12 pm#11
Re: דער פארום פאפט
בולעטין האט געשריבן:אויף אייוועלט איז אויך עמיצער א שלומיאל געווען פון די גאנץ ערשטע איינגעשריבענע

א לינק ביטע
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:47 pm#12
Re: דער פארום פאפט
געלעגער האט געשריבן:שלמואל ארבעט שווער, מ'דארף אים קרעדיטן דערפאר

לופטיגע תגובות העלפן נישט בויען א סייט, אפילו א מיליאן תגובות א טאג.
אז איינער האט אן אינטערעסע אין דעם פלאץ זאל ער ביטע שרייבן תגובות צו דער זאך און מיט תוכן.
בכל אופן, נישט איך, מיר איז פונקט גענוג אייוועלט און ק''ש און איך הייב נישט אן צו פארשטיין וועמען און מיט וואס, די נאקעטע ווענט און זעלבסט קאמפלימענטעריי פון קרעטשמע זאל איינעם סערוויסן.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 1:10 pm#13
Re: דער פארום פאפט
אבי געזונט חרוסת

יעדע תגובה דא מאכט מער צוציאונג פון מענטשן, אוודאי אז פאר דיר איז די גאנצע מעשה חרוסת דיר איז דאך נישט נוגע בכלל צו מען שרייבט יא לופטיג צו נישט, אדער קען גאר זיין ביזט פארווייטאגט אז נאך א סייט עקזיסטירט
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:31 pm#14
Re: דער פארום פאפט
אמת אז יעדע תגובה מאכט מער ציענד, אבער עס איז אויך אמת אז תוכנ'דיגע תגובות מאכט מער א חילוק.

איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.
פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:47 am#15
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:אמת אז יעדע תגובה מאכט מער ציענד, אבער עס איז אויך אמת אז תוכנ'דיגע תגובות מאכט מער א חילוק.

איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.


עס איז אינטערסאנט צו זען וויאזוי אין אייוועלט האט זיך איינער אנגערופן אין יארע '06' ווען די תגובות האבן שוין געהאלטען דריי מאל אזוי סך פון ביי קרעטשמע
Who cares?

באמת זעה איך נישט וואס דער גרויסע שמחה איז, לאמיר טראכטן ערוואקסן פאר א סעקונדע צוויי, רוב תגובות דא זענען לויטערע שטותים, נו וואס פרייט מען זיך? אז צען ערוואקסענע אידן האבן געקענט שרייבן אזוי אזויפיל שטותים אין אזא קורצע צייט אפשניט? געוואלד געשריגן.


נו יאנוש, ברענג אהער דא גענוג משקה פאר ביז מארגן צופרי ביי קידוש, לחיים.
זונטאג יאנואר 04, 2015 10:03 am#17
Re: דער פארום פאפט
זייגער האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז טהור עינים איז נישט די זעלבע?

קוק זיינע תגובות דא און דארט.
זונטאג יאנואר 04, 2015 4:10 pm#20
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:
איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.


טהור איז הונדערט פראצענט גערעכט. און דאס איז וואס פעלט ליידער דערווייל דא, נישטא קיין געהעריגע לאנגע תגובות מיט תוכן.
זונטאג יאנואר 04, 2015 6:21 pm#21
Re: דער פארום פאפט
ווייל ס'דא אייוועלט. מ'זעט עפעס נישט איין דאס נחיצות פון נאך א כמו אייוועלט. יעדע זאך דארף האבן עפעס א ברענדינג וואס זי פארקויפט. קרעטשמע האט עס נאך נישט ליידער.
זונטאג יאנואר 04, 2015 6:24 pm#22
Re: דער פארום פאפט
זייגער האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז טהור עינים איז נישט די זעלבע?


איך זוך נישט דיך צו איבערצייגן, אבער זאגן קען איך דיר אז דאס איז דער זעלבער פון אייוועלט. און גראדע האט מיך געבאדערט אז די סייט האט טאקע נישט אזא סקרינינג פראצעדור זיכער צו מאכן אז א צווייטער קען נישט נעמען דעם יענעם'ס ניק פון אן אנדערן סייט און עס נוצן דא.

לאמיר זיך נישט נארן, אסאך מענטשן דרייען זיך איינמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע פאר סייטס, און עס איז נישט שיין אז איך זאל קומען און כאפן א ניק וואס א צווייטער נוצט אויף אייוועלט און עס נוצן דא.
זונטאג יאנואר 04, 2015 6:30 pm#23
Re: דער פארום פאפט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ווייל ס'דא אייוועלט. מ'זעט עפעס נישט איין דאס נחיצות פון נאך א כמו אייוועלט. יעדע זאך דארף האבן עפעס א ברענדינג וואס זי פארקויפט. קרעטשמע האט עס נאך נישט ליידער.

ביסטו דער זעלבער פון....?
זונטאג יאנואר 04, 2015 11:36 pm#30
Re: דער פארום פאפט
השר מקוצי האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יא

Whattt ???
קאווע שטיבל? רח''ל, עס איז א נידריגע סייט


נו, פאר דעם קומט ער דאך אהער.
מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:52 am#33
Re: דער פארום פאפט
נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.
מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:59 am#34
Re: דער פארום פאפט
ווען ס'וואלט נישט געווען קאווע שטיבל מיט אייוועלט וואלט קרעטשמע געהאט א סיבה... אבער אז מ'איז שוין געקאווירט פון אלע זייטן מיט ק''ש אין א''וו, האט קרעטשמע נישט געהאט א זכות קיום מעיקרא. איך שריי שוין חדשים: פארמאכט ביטע די לעקטער! גענוג מיט די ליצנות!
מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:41 pm#35
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.

ס'איז יא דא דריי אידן וואס זענען אינטרעסירט!!!
כ'האב מגיב געווען אויף דיינס אן ארטיקל, און כ'האב אפילו געלייק'ט, זיי מוחל און מאך זיך וויסנדיג.
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:54 am#43
Re: דער פארום פאפט
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'דארף נישט האפן, מ'דארף נישט בעטן און נישט דאנקען.
מ'דארף פשוט שרייבן.

נו לאמיר זעהן אז דו זאלסט טון למעשה.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:45 am#44
Re: דער פארום פאפט
איבערלעבער האט געשריבן:
טהור עיניים האט געשריבן:נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.

ס'איז יא דא דריי אידן וואס זענען אינטרעסירט!!!
כ'האב מגיב געווען אויף דיינס אן ארטיקל, און כ'האב אפילו געלייק'ט, זיי מוחל און מאך זיך וויסנדיג.


איים סארי איבערלעבער, איך האב נישט באמערקט, ווי דו זעסט בין איך כמעט נישט דא, אדרבא, צייג מיר אן וועל איך זיך באדאנקען.
מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:23 am#47
Re קרעטשמע בליעט !
ב"ה אז ס'איז ניכר ממש א התחדשות לטובה אויף 360 דעגרי, די סייט לעבט און ווירבלט, אודאי איז נאך דא א ווייטע וועג צו גיין, אבער ס'איז דעפענטלי נשתנה צורה געווארן. נייע שרייבער, נייע באזוכער.

איך פערזענליך האלט אז דאס האט צוטין מיט די געשמאקע פאליטיק אשכולות וועלכע קומען ארויף, מענטשן ווילן זיך אויסגעבן רעדן אביסל פאליטיק, אויף אייוועלט לאזט מען נישט און אויף די כפירה'דיגע סייט וויל מען נישט גיין, קרעטשמע איז דער אויסוואל ב"ה.! כה לחי אלע שרייבער און געסט.
מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:28 am#48
Re: דער פארום פאפט
צו דער זעלבער צייט תצא הקריאה צו די טייערע ניקס וועלכע זייען אן לופטיגע תגובות סתם אין דער וועלט אריין און ברענגען ארויף אור אלטע אשכולות פאר שוואוילטאג.

ביטע זיך האלטן צום סטאנדארט און זיך אויפפירן ערוואקסן, מיר שעצן יעדן שרייבער און מיר קוקן ארויס אויף א געשמאקע צוזאמענארבעט, פאר איר שיקט א תגובה טראכט אריין, וועט איינער הנאה האבן דערפון ? וועט דאס צולייגן עפעס תוכן צו דעם סייט ?
מאנטאג מערץ 02, 2015 9:15 pm#50
Re: דער פארום פאפט
מיינוג, ס'דא א לאזונג NO PUBLICITY IS BAD PUBLICITY

איז הער צו, דא קען מען זאגן: קיין קרעטשמע תגובה איז א שלעכטע תגובה

קוים וואס איינער שרייבט דא, סוי מאכט דיר נישט משוגע מיט דיינע פאלשע קרעכצן. ביזט נאך צו קליין צו (זיך מאכן) רעגן ווען איינער שרייבט דא עפעס אפילו עפעס נישט צום זאך.
בלאט: 1 2