לאמיר פארברענגען

26 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #385
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:31 am#1
לאמיר פארברענגען
עס וואלט יעדער געדארפט נעמען א מינוט און זיך איבערקלערן איידער מען גייט שלאפן, האב איך היינט וויי געטון איינער? האב איך געטשעפעט? האב איך אוועקגעמאכט איינער מיטן נאז, כמאמר כי באפם הרגו איש. טאמער יא, האב איך זיי איבערגעבעטן? מען וואלט געדארפט פאלן צו די פיס און איבערבעטן, וויסענדיג ווי ווייט דאס קען ברענגען. יעדער פאר זיך ווייסט ווי אזוי מען פילט ווען מען ווערט פארשעמט. עס איז א פארשעמנדע זאך, און מענטשן באגייען זעלבסמארד וועגן דעם.

מען לעבט היינט אין א וועלט ווי מען באנוצט זיך מיט ניק נעמען, און מאנכע זענען זיך מורה היתר צו פארשעמען אנדערע, און זיי מאכן זיי ווייטאג, און זיי טוען וויי אנדערע מיינענדיג אז וויבאלד מען איז באהאלטן אונטער א ניק, מעג מען וויי טון. עס איז פונקט פארקערט. טאמער וויל איינער ארבעטן אויף זיך, איז דאס בעסטע וועג זיך צוגעוואוינען, דורך זיין שיין אונטער א ניק נאמען.

אונז דאפמיר זיין אוהב ישראל, און איך מוז זאגן אז דאס באדערט מיר ביזן תהום פון מיין נשמה.

ספעציעל יעצט, בימי הספירה, ווען מיר ווייסן פארוואס מיר טוען דאס, און וואס דער טעג זענען. רבי עקיבא איז איבערגליבן מיט ממש גארנישט פון זיין תלמידים. עס כאפט א שוידער טראכטענדיג וויפיל מענטשן דאס איז פיר און צוואנציג טויזענט פערזאן.

ווילסטו זיין דער וואס איז גורם אז דאס זאל געשען? וועט דאס דיר מאכן פילן בעסער?

טייערע אידן, איך בעט אייך, ביטע ביטע ביטע חזור בכם. זייטס וואויל. הערטס אויף טשעפענען אדער רוידעפען, אדער חוזק מאכן איינער פון די אנדערע. מיר ברויכן מער אכט נעמען פון דע אנדערעס כבוד.

עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ממען לעבט היינט אין א וועלט ווי מען באנוצט זיך מיט ניק נעמען, און מאנכע זענען זיך מורה היתר צו פארשעמען אנדערע, און זיי מאכן זיי ווייטאג, און זיי טוען וויי אנדערע מיינענדיג אז וויבאלד מען איז באהאלטן אונטער א ניק, מעג מען וויי טון. עס איז פונקט פארקערט. טאמער וויל איינער ארבעטן אויף זיך, איז דאס בעסטע וועג זיך צוגעוואוינען, דורך זיין שיין אונטער א ניק נאמען.

ספעציעל יעצט, בימי הספירה, ווען מיר ווייסן פארוואס מיר טוען דאס, און וואס דער טעג זענען. רבי עקיבא איז איבערגליבן מיט ממש גארנישט פון זיין תלמידים. עס כאפט א שוידער טראכטענדיג וויפיל מענטשן דאס איז פיר און צוואנציג טויזענט פערזאן.

עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מין זאל פילן גוט ווען מען פארשעמט איינער. עס צודריקט די זעלבסטזיכערקייט, און דערנידערט דאס מענטשהייט. ין זאל פילן גוט ווען מען פארשעמט איינער. עס צודריקט די זעלבסטזיכערקייט, און דערנידערט דאס מענטשהייט.

ווילסטו זיין דער וואס איז גורם אז דאס זאל געשען? וועט דאס דיר מאכן פילן בעסער?

טייערע אידן, איך בעט אייך, ביטע ביטע ביטע חזור בכם. זייטס וואויל. הערטס אויף טשעפענען אדער רוידעפען, אדער חוזק מאכן איינער פון די אנדערע. מיר ברויכן מער אכט נעמען פון דע אנדערעס כבוד.

אונז דאפמיר זיין אוהב ישראל, און איך מוז זאגן אז דאס באדערט מיר ביזן תהום פון מיין נשמה.
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:14 am#4
Re: לאמיר פארברענגען
זייגער האט געשריבן:קוקטס מיין ערשטע תגובה דא, כאב רעדאגירט

זייער א שיינע תגובה
מאנטאג מאי 11, 2015 12:09 am#12
Re: לאמיר פארברענגען
פאנטאזירער האט געשריבן:פארוואס איז אזוי שטיל דא לעצטנס?

לעצטענס? דו זעהסט א ירידה אין די טרעפיק דא פון ווען דו ביסט געקומען ביז יעצט?
מאנטאג מאי 11, 2015 12:11 am#13
Re: לאמיר פארברענגען
ווען איך בין געקומען, האב איך זיך גענומען ליינען די אלטע סחורה.
יעצט אז איך בין דורך א גרויסע חלק האב איך באמערקט אז עס קומט נישט צו קיין נייע.

און איך זע האסט גלייך גענטפערט, דאס מיינט אז די ביסט אויך ניי דא, און די ליינסט אויך, האסט נישט באמערקט וואס איך האב באמערקט?
מאנטאג מאי 11, 2015 12:18 am#14
Re: לאמיר פארברענגען
פאנטאזירער האט געשריבן:און איך זע האסט גלייך גענטפערט, דאס מיינט אז די ביסט אויך ניי דא, און די ליינסט אויך, האסט נישט באמערקט וואס איך האב באמערקט?

נישט פארשטאנען
מאנטאג מאי 11, 2015 10:28 am#15
Re: לאמיר פארברענגען
איך זע האסט גלייך גענטפערט. דאס מיינט אז די ביסט אויפן סייט אפילו ווען מען שריבט נישט. דאס מיינט אז די ליינסט אלטע זאכן, ווייל די ביסט ניי.

פארוואס פרעגסטו איבער ווי כאילו די פארשטייסט נישט?
מאנטאג מאי 11, 2015 11:17 am#16
Re: לאמיר פארברענגען
פאנטאזירער האט געשריבן:איך זע האסט גלייך גענטפערט. דאס מיינט אז די ביסט אויפן סייט אפילו ווען מען שריבט נישט. דאס מיינט אז די ליינסט אלטע זאכן, ווייל די ביסט ניי.

פארוואס מיינט דאס אז איך בין דא א גאנצע צייט? עס מיינט אז איך האב פונקט אריינגעקוקט צו איינער האט געשריבן.
אויב וואלט איך דא געווען ווען איר האט עס געשריבן וואלט געשטאנען ביי מיר "מחובר".


פאנטאזירער האט געשריבן:פארוואס פרעגסטו איבער ווי כאילו די פארשטייסט נישט?

:?
מאנטאג מאי 11, 2015 11:43 am#17
Re: לאמיר פארברענגען
די בלאקסט די 'מחובר' סטאטוס.

נעווער מיינד, איך פארשטיי שוין פארוואס ס'איז טויט דא. איך פרעג עפעס? און די ענטפערסט נישט נארמאל.
מענטשן ווילן פארברענגן אין א אנגענעמע סביבה, נישט א פארביסענע.
דינסטאג מאי 12, 2015 1:21 pm#18
Re: לאמיר פארברענגען
@ פאנטעזירער איך האב מורא דו פאנטאזירסט צו סאך דא רעדט מען ב"ה זייער שיין צו יעדעם האסטוך פשוט נישט פארשטאנען מיט די מיינונג פון @ מיין מיינונג
מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:16 pm#20
Re: לאמיר פארברענגען
איז איינער דא?
אפפס! א פליג! נע נישט דיר האב איך געמיינט, איך רעדט פון מענטשן!
מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:33 pm#22
Re: לאמיר פארברענגען
גארנישט פארגעסן... איך קום אריין אין קרעטשמע קומט מיר אנטקעגן אזא ריח, המממ... ווייסט די ריח ארום א "פעטינג זו" וואו מען גייט חול המועד, יא?