Re: פארשוינען פון די עדה''ח הייבן ווידער אויף זייער האק
באריכט חוה''ד -
בס"ד
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים:
די הייליגע מלחמה למען אמונתינו הטהורה ועל משמר מערות קברי קדמונינו מזמן בית שני אויפן לאט פון שנלר דארט ווי די אייגענטומער פונעם פראיעקט "מרום ירושלים" פלאנען צו בויען דירות פאר פרומע אידן, און אויסצורייסן גענצליך די מערות קבורה, מיט די הילף פון די אלט פארזעצענע די אלטע מחטטי שכבי בלבוש
ארויסגענומען פון א לענגערע באריכט אויף "קול חומת הדת", איר קענט הערן דעם באריכט, ווי אויך נאך פילצאליגע באריכטן און מעלדונגען בהמערכה האדירה, אויף נומער 10-0 פונעם הויפט אויסוואל.
אינעם פלטרין של מלך ירושלים עיה"ק, אינעם צענטער פון די חרדי'שע געגענטער ווערן ליידער פארווירקליכט די ווערטער פון קאפיטל ע"ט אין ספר תהלים. 'נתנו את נבלת עבדיך מאכל לעוף השמים, בשר חסדיך לחיתו ארץ, שפכו דמם כמים סביבות ירושלים ואין קובר, היינו חרפה לשכנינו לעג וקלס לסביבותינו'.
רבבות אלפי ישראל בארה"ק ובגולה זענען אויפגעטרייסלט און אויפגעציטערט פונעם אומגלויבליכן שוד המתים וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש דורך א באנדע פון רויבער און נידערטרעכטיגע פערשוינען שפלי אנוש וואס האבן זיך א לאז געטון אויפן בית החיים אויפן לאט פון שנעלער, און טוען שענדן די מערות קבורה, מחטט זיין בעצמות קדמונינו - ראשונים כמלאכים, רואי פני הבית, און טוען ווארפן זייערע הייליגע ביינער לאשפתות רח"ל.
אידישע קינדער די בכל אתר ואתר תמהין ושאלין לי', הזאת העיר כלילת יופי. וואו שטייען מיר, וואו זענען מיר אנגעקומען, - אידן וואס גייען אנגעטון ווי שותו"מ, ווען אזויגערופענע פערטרעטער אין די עדה החרדית שטייען און פירן זיך אויף מיט אזא אכזריות און רציחה קעגן די מתים שוכני עפר, און רייסן אויס די הייליגע אמונה בריש גלי לעיני השמש רח"ל. עולם ומלואו יזדעזע לשמע הבשורה הנוראה הזאת, און עס טוהט אויפשטורעמען די הערצער פון אלע אידישע קינדער איבעראל, סערת בית ישראל לפזוריו.
גדולי ומנהיגי ישראל לאָזן הערן דעם קול ה' ברמה מיטן קול מחאה קעגן די מעשי הפשע והשוד. אידן איבער די וועלט טוען איינרייסן און מעתיר זיין בתפלה ותחנונים שלא ישלטו ידי זדים אויף די שוכני עפר וואס האבן געזעהן א וועלט בזמן בית שני. און טאג טעגליך קומען ארויף חרדי ארה"ק למחות ולעצור בעד הפשע.
דער מציאות וואס שפילט זיך אָפּ טרייסלט און רידערט אויף יעדן רעכטדענקיגער מענטש, יעדן ערליכן איד, זיך אפצוטרייסלען פון די מחללי הקברים, און אויסצושרייען דעם קול זעקה ומחאה אדירה קעגן די מעשי השוד הנוראים.
די וואך זונטאג נאך וואס די מעשי השוד הנוראים האבן ליידער פארגעזעצט, ווען די מחללי הקברים וואס האבן ליידער א גושפנקא פון הר נוף, זענען אנגעגאנגען ווייטער מיט די חיטוטי שכבי ה''י, און צוזעהענדיג ווי די מחטטי קברים שטייען הארטנעקיג, און ווילן זיך נישט רירן פון זייער שטעלונג אנצוגיין מיט זייער רובעריי, איז אויפצומארגנס מאנטאג מיטאג אראפגעקומען אויפן פלאץ כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו, צום מקום החילול אויפן פלאץ פון שנעלער דארטן ווי עס ווערן טאג טעגליך געשענדעט די עצמות הק'.
כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א, טראץ חולשת גופו איז אראפגעקומען לעמוד בפרץ, און צו פארשטערקערן און באפעסטיגן דעם איסור החמור פון צורירן און טשעפענען די מתים, אין די מלחמה הק' למען הצלת מערות קברי ישראל במקום הזה אשר ספונים וטמונים שם ראשונים כמלאכים מזמן בית שני. און צואוויסן טון פאר די גאנצע וועלט אז אין לנו חלק ונחלה מיט די מחללי הקברים, און מיט די קליקע פון פון הר נוף וואס טוען מחפה זיין אויף זיי.
ווי נאר כ"ק דער רב שליט"א איז אנגעקומען אויפן פלאץ, האט דער רוצח פלאי שר"י זיך מתחצף געווען פארן רב און די רבנים, און ער האט נישט געלאזט אריינגיין אינעווייניג פאר א שטיק צייט, ער האט הילף דארטן איינע פון די הנהלת העדה החרדית, וואס האט אים דערנאך ארויסגעהאלפן וועמען יא אריינצונעמען און וועמען נישט. די חופרי הקברים פון הר נוף און אלע אנדערע פארבינדעטע וואס זייער גאנצער יחוס איז אז זיי האבן א טייל אין חפירת קברים און אין עס ארויסהעלפן זיי האט ער אריינגעלאזט אינעווייניג, זיי האבן זיך געדרייט דארטן ווי אין א פארק. און די ערליכע אידן, צו איז דאס העסקן החשוב פון אתרא קדישא ר' שמואל סאלאש שליט"א, וואס דער רב שליט"א האט געפאדערט ער זאל אריינקומען, צו איז דאס דער העסקן החשוב פון אתרא קדישא הרה"ח ר' ישראל אייזענבאך שליט"א, האט מען אים נישט אריינגעלאזט און געלאזט ווארטן אינדרויסן פאר א לענגערע צייט. כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א וואס האט צוגעזעהן דעם בילד, האט ער זיך אויסגעדריקט אז די סעלעקציע דערמאנט די קאפו'ס ביי די געטא'ס אונטער די נאצי'ס.
ווען כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א איז אריין אינווייניג און ער האט געזעהן אז אויך אנקומענדיג צום גרויסן מערה איז נאך אלס נישט אנגעקומען דער באקאנטער מומחה פון אתרא קדישא הר"ר ישראל אייזענבאך שליט"א, האט דער רב און די דיינים זיך אפגעשטעלט ביז ווען מען האט אים אריינגעלאזט. און ווי נאר זיי זענען אריינגעגאנגען דארט אינווייניג און צוגעזעהן דעם בילד זענען זיי אויפגעטרייסלט געווארן למראה עיניהם, צוזעהענדיג פונדערנאנט ווי בעוה''ר די אידישע מערות קבורה וואס ווערן נתחלל אן קיין רחמנות דורך פרומע ארכעלאגן.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז לויט אינפארמאציע וואס איז אריינגעקומען וואס קען אויפגעוויזן ווערן סיי ביי בי"ד און סיי בדינא דמלכותא האבן די בעלי הפראיעקט צוזאמען מיט זייערע צוהעלפער - די באקאנטע מחללי הקברים פון ארץ החיים - פלאי וחביריו, און בעצה אחת פון י. וואלעס און נאך פארדארבענע יונגען, האבן זיי א טאג בעפאר - זונטאג נאכמיטאג, געגעבן א הוראה צו נעמען נאך צענדליגער ארבעטער, אראבערס און ארכעלאגן אויפן פלאץ, בכדי צו פארדעקן די אלע עצמות וואס מען האט געפונען דארטן, און עס פארדעקן מיט די עפר בית הקברות וואס מען האט ארויסגענומען, אז ווען די רבנים וועלן אראפקומען אויפצומארגנס, זאלן זיי נישט זעהן אז עס איז געפונען געווארן ביינער אויפן פלאץ. זיי האבן פרובירט מיט אלע אופנים וועגן וויאזוי משמיץ צו זיין די ראיות און פאקטן וואס עס טוט זיך דארט אָפּ, וואס די רבנים האבן געדארפט צו זעהן בשעת מען קומט אן.
למעשה ברוב חסדי ה', נאך וואס דער רב שליט"א און דיינים זענען געווען אויפ'ן פלאץ און האבן גערעדט מיט ארבעטער דארטן אויפן פלאץ, - האבן זיך ארויסגעכאפט אנדערע אז זיי האבן מחלל געווען עצמות קדושות. ספעציעל איז געווען א סייעתא דשמיא ווען, פיו הכשילו פון איינעם פון די גדולי מחטטי השכבי, איינעם מיטן נאמען יודא פארקאש, וואס האט גאר אנגעוויזן די רבנים וואו ער האט געפונען די עצמות קדושות, און וויפל עצמות מען האט געטראפן - האט ער געזאגט. און ווען הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א האט אים געפרעגט וואו עס ליגן די עצמות, ער זאל דאס צוריקגעבן, בכדי מען זאל דאס מקבר זיין במקומן כדין תורה וכדת ישראל, האט ער נישט געוואלט און געזאגט אז עס איז פארשפארט אין א צימער על מנעול ובריח, און טראץ אלע הפצרות און בעטונגען ער זאל צוריקגעבן די עצמות קדושות כדי דאס צו באערדיגן כדת וכדין, האט ער איינאיינעם מיט זיינע שותפים געשטאנען מיט אן הארטנעקיגקייט און נישט געוואלט דאס צוריקגעבן.
למעשה איז נתקיים געווארן די פסוקים 'והארץ לעולם עומדת', 'קושטא קאי שיקרא לא קאי', ווען עס איז ארויסגערינען די ביטערע אמת נאך וואס ער האט אומווילנדיג זיך ארויסגעכאפט און פארציילט איבער די עצמות וואס ער זעלבסט האט ארויסגענומען פון די מערות קבורה.
ווי באריכטעט האט דער עם הארץ המשתלט על הציבור אינערהאלב די עדה אנגעפירט דארטן און ארויסגעהאלפן מיט די סעלעקציע, טיילנדיג פאר פאלעי וועמען אריינצולאזן אינעווייניג צום מקום החילול און וועמען נישט. און ווען ר' בן ציון העללער פון די חברי העדה האט געדארפט אריינקומען אויפן פאדערונג פונעם רב שליט"א, איז אלס נקמה אויפדעם וואס דער חשוב'ער עסקן האט פרובירט במשך די וואך צו ארגאניזירן זיצונגען אויף די שוד הנורא וואס קומט פאר, אז מען זאל דַן זיין דערויף אין בי"ד, האט ער באפוילן די געדינגענע סעקיורעטי דער פאלעי שר"י אז זיי זאלן זיך נעמען אויף אים, און זיי האבן אים אנגשלאגן מיט מכות, און אים ברוב עזות וחוצפה קעגן דעם ירושלימ'ער רב און די רבנים שליט"א, ארויסגענומען פאר זייערע אויגן, און אים ארויסגעשעלעפט מיט א רציחה צוה'נדיג ביי די פיס, - אז עס איז געווען אינו דומה שמיעה לראי', און די רבנים האבן בעיניהם מיטגעהאלטן די רציחה וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש.
דער רב המתיר וואס איז געקומען אהין מיט זיינע פארבינדעטע האט זיך אפילו נישט מטריח געווען אראפצוגיין אונטן ביז צו די מערה, און נאך א שטיקל צייט וויילענדיג דארט איז ער אוועקגעגאנגען, ווען אינעם זעלבן צייט שטייען דארטן בני ציון היקרים המסולאים בפז פון אינדרויסן, און האבן אויך אויסגעשריגן דעם קול מחאה קעגן דעם מעשה השוד וההרס וואס די עזי פנים שבדור - די מחטטי שכבי, וואס אינעם זעלבן צייט וואס די רבנים האבן זיך געפונען אויפן פלאץ האבן זיי אויך מחטט געווען אין די זייטיגע מערות קבורה, און בלויז אינעם גרויסן מערה וואס האט אויף זיך שטאקן האבן זיי נישט געארבעט דעמאלס וועס די רבנים שליט"א זענען געווען אויפן פלאץ.
אין א פרישע ספינע פון חפירת קברים און חיטוטי שכבי האבן די שפלים ונבזים גענומען פאר זיך א טוען רבני, א נידריגער מענטש וואס רופט זיך זאב'לע פרענקל, וואס ער זאל באגלייטן די אלע פרואוון אויסצורייסן די קברים. ער זאל געפונען היתירים וויאזוי צו טשעפענען און באראבעווען די עצמות הק' קברי ישראל וודאים, און ער זאל באהאנדלען דעם נושא ווי כאילו עס האנדלט זיך דא פון א סכסוך בדיני תורה, צו עפעס א פרשת גיטין, צו א דין אין חושן משפט, כאילו עס איז פארהאנען צוויי צדדים דא.
אינעם צייט וואס באמת זענען דא דא צוויי צדדים, אין איין זייט שטייען די הייליגע אמונה הצרופה בהשארת הנפש און אמונתינו הטהורה בתחיית המתים, פון איין זייט שטייען די שוכני עפר - עצמות הק' מזמן הבית, קדמונים וואס האבן געקויפט זייער מקום עד לקץ התחי', צדיקים וואס מיר האבן נישט קיין השגה פון נוועמען עס האנדלט זיך, רואי פני הבית, אוכלי קרבן פסח, וואס מען קענען גארנישט האבן קיין השגה פון וועמען עס האנדלט זיך. און פון צווייטן זייט שטייען לסטים מזוין, רויבערס מיט קאפלעך און גארטלעך און מיט א איצטלא דרבנן, און די בעה"ב פונעם פראיעקט אינאיינעם מיט די באקאנטע שותפות פון די חרדי'שע ארכעלאגן, און זייערע צוהעלפער בדמות רבנים, ועל גביהם די שפלים אינערהאלב די עדה החרדית, ראטה און ווייס און די אנדערע וואס האבן נאך א קופה של שרצים אונטער זיך, איינער מיטן נאמען סאדד, און חביריו בדומה לו. וואס די צווייטע זייט טוהן בעבור תאות הבצע והנקמה והנצחון מלסטם זיין די ישיני עפר רואי פני הבית, וואס זענען נזדכך געווארן נאך אזויפיל טויזנטער יארן, ווען עס איז שוין אריבער אויף זיי אזויפיל ראש השנה'ס יום כיפור'ס, וואס עס שטייט אין חז"ל אז מען טוט דאן אויך דַן זיין די מתים, און זיי ווערן מער און מער נזדכך פון יאר צו יאר.
עס איז וויכטיג דא צו באצייכענען אז אין די פלענער פונעם פראיעקט זייערע וואס זיי פלאנען דארטן צו בויען אויף דעם פלאץ, איז אויף די גרויסע מערת קבורה און די כוכין, וואס כ"ק דער רב שליט"א און די דיינים האבן געזעהן, אינעם פלאן פון טאבאו איז דאס אויף נומער 4244772, יעדער פלאץ האט א פונקטליכער נומער און צייכן וואס עס ווערט אויף דעם אנגערופן. איז אויף דעם זעלבן פלאץ פלאנען זיי צו בויען א ביהמ"ד און א מקוה, לויטן פלאן זייערע וואס איז אנגעקומען און געזעהן געווארן פאר די עסקנים שליט"א. און זיי ווילן רח"ל דארטן אויפן בא'גזל'טן פלאץ פון די שוכני עפר בויען א מקוה און א ביהמ"ד, און די אלע מערות ארום דערנעבן בויען דירות פאר עשירים אין חו"ל.
איינער פון די דיינים וואס זיצן ביים הרכב פונעם רב המתיר פון הר נוף האט אנגעפרעגט פאר הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א מרא דאתרא קרית הרמ"א, ווי עס קען זיין אז מען איז אנגעקומען צו אזא מציאות, אזא מין מצב. האט אים הגה"צ ר' יהושע שליט"א געענטפערט, "איר ווייסט גוט ווי מען איז אנגעקומען דערצו, און ווער עס האט געברענגט דער מצב!".
דער גאנצער פלאץ דארטן איז א גרויסער ביה"ק וואו עס געפינען זיך צענדליגער מערות קבורה, גרויסע מערות מיט כוכין, עס ווערט געברענגט אין פילצאליגע מקורות. עס איז פארהאנען אן אור-אלטן מקור וואס איז געפונען געווארן דורך א חשובער ת"ח וואס האט דאס איבערגעגעבן, איבער די קברים. די ספר הייסט "ירושלים בספרתינו", וואס עס האט דאס מחבר געווען איינער מיטן נאמען הרב ישראל זאב הלוי אי"ש הורוביץ, דער מחבר פון "אנציקלופדיה ארץ־ישראל ושכנותי'". עס ווערט געברענגט דארטן א מקור ישן איבער די מערות קבורה וואס געפונען זיך אויפן לאט פון שנעלער, - וואס יעצט זענען דערויף אויפגעשודערט געווארן חרדי ירושלים עיה"ק, בית שמש, בני ברק, און ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט, חרדים למען מניחתה ולמען הגנתה. - שרייבט ער דארטן בסעיף י"ג בזה"ל:
מערת קברי היהודים. למזרח צפון גבעת בית היתומים הסורי של שנלר, בקרבתה, ישנן מערות חצובות בסלע לעשות וביניהן כמה מערות יפות עם אולמים, חדרים וכוכים. אבל ידועה שם בעיקר מערה אחת יפה מאד אשר הערבים יקראו לה קובור אל יהוד (- קברי היהודים), אף כי היהודים לא הקדישוה וכמעט שאינעם שמים לב אליה. למערבה ישנם שרידי בנין עתיק. לפני המערה נחצב בסלע מעין חצר מרובעת עם אצטבאות. משם נכנסים לאכסדרה חצובה בסלע והיא פתוחה כולה לצד החצר. בימינה רואים צנור החצוב בסלע והוא יורד מן ההר עד בור מים אשר במערה. פתח המערה רבוע וגבהו פחות מקומת אדם. על משקופו מפותחים עלים וציצים משולבים. סמוך לפתח פי בור פתוח. במערה ישנם כוכים גדולים וקטנים. ובקיר אשר מול הכניסה ישנו פתח המוליך למערה פנימית.
דאס מיינט אז עס איז פארהאנען נאך א אינווייניגסטע מערה, אזויווי מען זעהט דא אז עס איז דא טרעפ אראפ, עס איז אזויווי עטליכע שטאקן, ממש אקוראט, די זעלבע ווי די גרויסע מערה וואס מען האט יעצט געטראפן דארטן. וואס באמת דארף מען דא באצייכענען אז מען דארף נישט צוקומען צו די אלע חוקרים און צו די אלע וואס ברענגען דאס פון פארדעם. אבער עס ווערט דא געברענגט - בפרט נאך וואס עס איז אזוי בקבלה אין ירושלים עיה"ק, עלטערע אידן ווייסן דאס.
אבער עס זעהט זיך דא קליפ און קלאר אז די ווערטער פון הגה"צ ר' מיכאל שמידל שליט"א איז שריר וקיים, און דאס וואס ער שרייבט דארטן אז עס איז "אין וויכוח בדבר שהם קברי ישראל", און אז עס האנדלט זיך אין א פלאץ ווי עס געפונען זיך דארטן מערות קברי ישראל, מערות כוכים און נאך, איז טאקע אזוי.
דער ספר וואס מיר האבן דא פארגעליינט איז געשריבן געווארפן פאר 60 יאר צוריק, ער ברענגט מקורות פון פאר אריבער 100 יאר צוריק, וואס טוען איבערצייגן דעם קלארן פאקט איבערן מציאות וואס טוט זיך דארטן אָפּ אז עס איז א גרויסן ביה"ק, וואס דאס טוט פיל קלארער מאכן איבערן הארבן איסור שיצא מפי גדולי ישראל צו טשעפען די פלעצער.
למעשה האט כ"ק ירושלימ'ער רב געפאדערט גלייך אז מען זאל זיך צוזאמזעצן און ארויסקומען מיטן קלארן דעת תורה און פסק הלכה איבער דעם. אבער דאן האבן זיך ווידער די שועלים מחבלים כרמים, די שפלים אינערהאלב די עדה החרדית די א.ד. ראטה און ווייס, אנגעהויבן אונטערצולייגן שטיקלעך און טון וואס עס איז נאר מעגליך צו טון דאס אפצושטופן, אז מען זאל קענען ווייטער ביז דערווייל אויסרייסן מערות קבורה אינדערצייט וואס עס גייט דארטן אן די חפירות. און אזוי אויפצומארגנס דינסטאג במשך א גאנצן טאג ווען עס איז אנגעגאנגען די חפירת הקברים, האבן די שפלים נישט צוגעלאזט צוזאמצוזעצן דעם בי"ד, און האבן מיט אלע אופנים פרובירט צו רודפ'ן דעם רב שליט"א און די חשוב'ע עסקנים, נישט לאזנדיג צו ארגאניזירן א מושב מיוחד אין דעם נושא.
און בלויז נאך וואס דינסטאג האבן פילצאליגע רבנים און עסקנים פון די גאנצע וועלט געשטורעמט איבער דעם מצב, האבן זיי בלית ברירה באשטעטיגט און געלאזט מאכן דעם מושב בי"ד אויפצומארגנס.
דאס זענען די זעלבע עזי פנים - ווייס און ראטה, וואס רודפ'ן שוין יארן לאנג ירושלימ'ער רב שליט"א, די משתלטים על הציבור אינאיינעם מיט זייערע שותפים, פארברעכער פונעם נידריגסטן קלאס, וואס האבן אויך געהאט א דירעקטע שייכות מיט די חפירות ביים ביה"ק אין בי"ש, און מיטגעארבעט מיט אלעס, און אויסגעארבעט דעם וועג וויאזוי דער היתר זאל דורכגיין, און אלע אנדערע השחתות. האבן דא אויכעט די זעלבע זאך ווידערגעשפעניגט אינעם רוף פון ירושלימ'ער רב שליט"א, גענוי ווי אין בי"ש ווי עס גייט אין די פשע הנורא, די רציחה קעגן די מתים ביים מקום החילול, איז דא אויך. די איינציגסטע נפק"מ איז, אז דא זעהט דאך שוין יעדער אז אפילו ווען עס איז קברי ישראל וודאים, און דאך טוען זיי מתעתע זיין בציבור, און ווידערשפעניגן ירושלימ'ער רב שליט"א, און בעיקר בדעת תורתינו הק', און טוהן די ארבעט פון די ארכילאגן ש''ט פון מחלל זיין קברי קדמונים שוכני עפר, - ס'כאפט א ציטער אוואו מ'איז אנגעקומען.
למעשה ווי באריכטעט דא ביי די נייעס היינט אויף נומער 1-2, איז טראץ די אלע פרואוון פון די שפלים צו פארלויפן דעם וועג עס זאל נישט ארויסקומען קיין איסור אויף די חפירות, און ווי באריכטעט נאר געצוואונגענערהייט האבן זיי געלאזט מאכן דעם מושב מיוחד וואס ירושלימ'ער רב שליט"א האט אויפגעפאדערט, האבן די נחשים ועקרבים אין די עדה החרדית, נישט צוגעלאזט אז די עידי ראי' וואס האבן געזעהן דאס גאנצע וואס שפיעלט זיך אָפּ ביים מקום החילול מיט די עצמות קדושות, און געווען דארט אינעווייניג, האט מען זיי נישט געלאזט אריינגיין אינווייניג מעיד זיין אינעם בי"ד. די עידי ראי' וואס האבן געזעהן טאג טעגליך, אויך דעם היינטיגן טאג - די חפירות, צו איז דאס הרה"ג ר' יוסף טאמבאק און ווייטער די אלע אנדערע חשובע עידי ראי', האבן זיי נישט געלאזט אריינקומען.
אבער עצת ה' היא תקום, און טראץ זייערע אלע פרואוון איז ארויסגעקומען דארטן נאכן זיצונג - א קלארער איסור צו גראבן דארט, און א חיוב צו מאכן כיפין ע"ג כיפין כדין, אבער די זעלבע זאך ווי אין בית שמש ביים ביה"ק הקדמון במערכה אדירה, איז געזעהן געווארן די אלע פרוואון און דריידלעך פון די לצים און משתלטים על הציבור אין די עדה החרדית, - די זעלבע דא אויכעט נאך וואס עס איז ארויסגעקומען און גע'פסק'נט געווארן דורכן גאנצן הרכב דער איסור חמור, און די באשטעטיגונג אז עס איז א מקום ביה"ק, און מען טאר נישט טשעפען דארטן, מען דארף בויען כיפין, האבן זיי געפרואווט צו שטערן בערמימיות אויף כל מיני אופנים אז עס זאל נישט ארויסקומען דער בריוו, און צו ארבעטן אויפן זעלבן וועג ווי זיי האבן געארבעט דעמאלטס אויסצורייסן דעם ביה"ח, ווי עס ווערט געשענדעט די קברי הקדמונים אויפן לאט פון שנעלער אין ירושלים עיה"ק.
ווען עידי ראי' זענען דינסטאג געווען ביי יענעם, און זיי האבן אים מעיד געווען את אשר ראו עיניהם וואס זיי האבן צוגעזעהן מיט זייערע אויגן ווי מען ארבעט דארטן ביי די מערות קבורה, האט די עס פראבירט צו לייקענען, טראץ וואס ער איז נישט געווען דארט אויפן פלאץ בכלל. און ווען די חשוב'ע ת"ח וואס זענען געקומען מעיד זיין האבן אים אנגעפרעגט, "היתכן, איר אליין האט דאך געהערט פונעם חופר הקברים און מחטט שכבי יודא פארקאש אז ער האט בידיו ארויסגענומען פון דארטן עצמות קדושות און עס איז א מקום ביה"ק. נאך וואס יענער האט דאס פרובירט צו לייקענען האט ער אנגעהויבן צו מורמלען מיט א ליצנות אז עס איז געווען נאר קליינע ביינער און נאך ענליכע זאכן. - צום גרויסן ווייטאג טוהן יענע צושטיין צו די עזי פנים שבדור, ווען אויך ביי די פרשה פון אבא אבן האט יענער געלייגט פיסלעך און געזאגט אז מען דארף זיך מפשר זיין מיט זיי, און נאך ענליכע פראבלעמען, וואס אדאנק דעם זענען מחטט געווארן און אויסגעריסן געווארן דארטן מערות קבורה ממקום מנוחתם, קרקע עולם וואס זיי האבן קונה געווען עד לעת קץ התחי'.
עס איז אויך אנגעקומען קראנטע אינפארמאציע אז די בעלי גבעת ירושלים די מחטטי קברי ישראל אינעם ביה"ק העתיק אינעם שטאט בי"ש טוען ארבעטן אויף די בעלי הפראיעקט, און טוען זיי מסית ומדיח זיין אז זיי זאלן בשו"א נישט אפשטעלן די חפירות און עבודת ההרס, און נישט אויספאלגן די בקשה פון די גדולי ישראל און כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א ובית דינו, און זאלן זיין זייערע שותפים צום פשע הנורא. און זיי טוען זיי אונטערהעצן ווידערצושפעניגן אינעם דעת תורה און פסק הלכה פונעם גאב"ד ובית דינו און אלע גדולי ישראל.
און די פארדארבענע יונגען אינערהאלב די עדה, די וואס מצח אשה זונה הי' להם, לא ידעו הכלם, טוען ארויסהעלפן מיט די שרעקליכע מעשי השוד, און לאָזן נישט מפרסם זיין דעם דעת תורה, און טוען באופנים שונים זיין שותפים און צוהעלפער צו די פארברעכער פונעם נידריגסטן קלאס.
אין אזא צייט איז וויכטיג קלארצושטעלן אז דער יהדות החרדית אין די גאנצע וועלט וועט נישט פארשווייגן און נישט צולאזן דעם פשע הנורא פון עקירת התורה און עקירת האמונה, און אזויווי די חופרי הקברים טוען עדווערטייזן אין כל מיני בלעטער. בלויז די פארלאפענע וואך איז דאס געווען אינעם טמא'נעם "משפחה" מאגאזין עדווערטייזט די פראיעקט זייערע. אזוי אויך פלאנען די בעלי הפראיעקט צו מאכן א גרויסן יריד אין מאנהעטן, ווי אויך אין לאנדאן פלאנען זיי צו מאכן א גאנצן אווענט ווי זיי וועלן צורעדן מאדערנע מענטשן און בעלי הון זאלן קויפן דירות ביי דעם פראיעקט. און היות די חברה ווילן נישט אז מען זאל מאכן א רעש און א מהומה און א שערורי' איבער די חילולי הקברים, פארדעם פרובירן זיי צו פארדרייען מיט שקרים, מטשטש צו זיין דעם דעת הציבור.
אבער אינעם צייט וואס זיי פרובירן צו פארקויפן כאילו זיי האבן היתרים מיט זיי, פלאנען זיי אריינצואווארפן דארטן רוכשים תמימים סיי אין אמעריקע אין קאנאדא, אין אייראפא, און נאך וואס זיי וועלן שוין אריינפאלן אין פאסקטע, פלאנען זיי אויך צו מאכן כלי' אויף די אלע מערות קבורה רח"ל היל"ת.
לאור דעם ווערט געמאלדן דורך די חשוב'ע עסקנים אז עס איז געפלאנט א גרויסע פראטעסט בראשות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אויף יענע פלעצער ווי זיי פלאנען צו מאכן אזעלכע אווענט'ן, סיי אין אמעריקא און סיי אין אייראפא, ווי מען וועט אויסשרייען דעם וויי געשריי אויף די חילולי הקברים אויפן לאט פון שנעלער, און איבערן שפלות הנורא פון די מחטטי קברי ישראל, גוזלי מקום מנוחת שוכני עפר, און מען וועט נישט צולאזן צו פארקויפן דירות. דער יהדות החרדית וועט פירן א מלחמה עד חרמה, נישט צולאזן אז דאס שרעקליכסטע זאל געשעהן.
און כלפי די נחשים ועקרבים אינערהאלב די עדה החרדית, וואס האבן זיך געטרויעט בתוככי די חרדי'שע געגענטער וואס האבן זיך געטרויעט צוצוהעלפן צו אזעלכע פשעים חמורים אשר לא היתה כמוהם, איז דער רוף פונעם יהדות החרדית בכל רחבי תבל: הסירו טלפיכם, נעמט אראפ אייערע לאפעס פונעם מבצר קודש וואס גדולי ישראל תקיפי קמאי קדושי ארץ, בראשם הגה"ק ר' יהושע לייב דיסקין זצוק"ל מרא דארעא דישראל האבן אויפגעשטעלט די עדה החרדית, און דערנאך הגה"ק ר' יוסף חיים זונענפעלד זצוק"ל, און דערנאך הגה"ק ר' יוסף צבי דושינסקיא זצוק"ל, און אלע אנדערע גדולי ישראל, דערנאך הרב בענגיס, און דער הייליגער סאטמאר רב זצוק"ל, און דער מנחת יצחק, מרן הרמ"א פריינד און שפעטער, הטרם תדעו כי כלה אתם עושים בשארית הפליטה.
''די עדה החרדית איז נישט אויפגעשטעלט געווארן נישט פאר קיין הכשרים'' - ווי הגה"ק דער הייליגער שרף פון בריסק דער מהרי"ל דיסקין זצוק"ל האט געזאגט קלאר, "איך דארף א בי"ד פון חרמות!", און פארדעם ספעציעל האט ער אוועקגעשטעלט זיין בי"ד, לוחם צו זיין מלחמת ה' השערה.
און היינט ליידער ווי האבן מיר זיך דערלעבט ווען אזעלכע וואס טוען פארטרעטן די עכטע שטעלע פון די אפיסעס, טוען דאס אומגלויבליכע - פרסו ידיהם על מחמדינו, קברות אבותינו אויפן לאט פון שנעלער, און די ליצני הדור שפילן זיך מיט חמורות שבחמורות, ליצי ליצנות וואס די נערים המנוערים וואס האבן נישט יעדן זיק פון חרדה און יראת חטא, יעדן טראפ בושת פנים, חוצפה יסגי בעיקבתא דמשיחא, גייען זיי אן מיט אזעלכע מעשים תעתועים, און ארבעטן מיט, מיט זאכן וואס גוים און פרייע האבן געציטערט און ציטערן, צו טשעפען שוכני עפר קדמונים מזמן בית שני און פריער.
די יונגען תאבי בצע רודפי שלמונים, וואס צו דעם אלעם האבן זיי אויך א שנאת עם הארץ לת"ח, און פאר זייער תאות נקמה און נצחון זענען זיי גרייט עוקר צו זיין כל הקדוש והיקר לנו. און מיטן כח הממון, מיטן כח פון געלט פרובירן זיי דורכצופירן רעפארמעס,
ווי הגאון האדיר אחד משירי כנסת הגדולה מגדולי ראשי הישיבות אין ירושלים עיה"ק האט געזאגט, אז "זיי מאכן א היכל שלמה פון די עדה החרדית!".
אין אזא צייט טאר מען נישט שווייגן, און מיר דארפן ארויסברענגען קלאר דעם קול זעקה, און זיך אפטרייסלען פון די אלע. עס איז געקומען די צייט צו עפענען די אויגן צו זעהן ווער עס זענען אויבינו מבפנים, די וואס טוען לוחם זיין קעגן אונז פון אינווייניג און צוברעכן אלעס. ווער זענען די וואס האבן אויסגערופן א מלחמה גלוי' קעגן מתי ישראל איבער די גאנצע וועלט. ווייל ווי הגאוה"צ שליט"א ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א האבן קלאר געלאזט הערן אין זייערע דרשות, אז דורך די חפירות קברים אין א"י, ווערט אויך הפקר אלע קברים אין חו"ל, ווייל די גוים ווייסן היינט אלעס, עס איז א קליינע וועלט. און בלויז צוליב זיי איז אין די לעצטערע פאר יאר שוין אויסגעריסן געווארן אזויפיל מערות קברי קדמונים און עצמות קדושות, הונדערטער מערות קבורה אן קיין רחמנות. און עוד ידם נטוי', זיי שטייען נאך מיטן האק קעגן די ישיני עפר, ששים עלי קבר, ווען זיי טוען נאכאנאנד ארבעטן און מיטארבעטן מיט מחטטי שכבי, און ארויסהעלפן, און העצן אז עס זאל אנגיין ווייטער, און ארויסהעלפן די מכות רצח, די מערדערליכע קלעפ וואס די מגיני הקברים באקומען. א מלחמה גלוי' קעגן דעם אייבערשטן און קעגן די תוה"ק, און קעגן אונזער גאנצער מסורה.
דער יהדות החרדית איבער די גאנצע וועלט וועט מוקיע זיין אט די שפלים, און אויסשפייען מתוך המחנה. און מיט דעם זכות פון זיך אפטיילן פון עושי רשעה און נישט האבן מיט זיי דאס מינדעסטע שייכות, זאלן קברי קדמונינו ניצול ווערן, און עס וועט ח"ו נישט פארווירקליכט ווערן א חרון אף נורא וואס אזעלכע מעשים נוראים זענען עלול צו ברענגען. ווי דער הייליגער רבן של ישראל בריסקער רב שרייבט דאס אין זיין בריוו ביי די חפירות אין טברי'.
און אין זכות פונעם שטיין על משמר הקודש, על משמר הדת, וועלן מיר זוכה זיין צו 'וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק', 'ובאלקים נעשה חיל והוא יבוס צרינו'.
י
'תולעת יעקב, אין כוחינו אלא בפה', אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט טוען אין די טעג איינרייסן בתפלה ובתחנונים פארן שוכן מרומים שלא ישלטו ידי זדים אויף די שוכני עפר, די חיות טורפות מכם ומבכם וואס טוען באראבעווען דעם נחלת המתים אויפן לאט פון שנעלער אין ירושלים עיה"ק זאלן נישט האבן קיין שליט"א. ווי הגה"צ דומ"ץ ור"מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א האט אין זיינע פייערדיגע ווערטער געלאזט הערן איבערן ספעציעלן חוב איינצורייסן אין אזא צייט בתפלה. לאור דעם קומען פאר כינוסי תפלה אין א"י, ווי אויך דא אין חו"ל.