Re: וצוה לעשות כרוז: אומאן ראש השנה
א קונטרס וואס ווערט פארשפרייט אין די טעג.
פאַרוואָס פּונקט אומאַן?!
יצא לאור ערב ראש השנה תשע"ה
אַן אויבערפלעכליכן בליק אויפן קאַלענדער ברענגט אונז צום אַנערקענונג אַז... יאָ... אָט אָט קלאַפּט שוין ראש-השנה פון יאָר... תשע"ה! פינף-טויזנט זיבן- הונדערט פינף-אין-זיבעציג יאָר צו בריאת העולם!
מיר שטייען שוין העט ווייט אינעם אלף השישי אַריין; און... נאָך-אַלץ געפונען מיר זיך ליידער אין ביטערן גלות. עס לויפט דורך נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר, און דער גלות נעמט נישט קיין עק. דער חשכות הגלות ווערט וואָס-אַמאָל געדעכטער און טונקעלער, די ליסטע פון געפאַלענע צום טעכנאָלאָגישן יצרא דעריות ומינות – וועלכע פירט אַראָפּ יערליך צענדליגער נשמה'לעך אין שאול תחתית אַריין – ווערט ליידער גרעסער און לענגער, אַזוי אויך די אַלגעמיינע 'ירידת הדורות' ווערט וואָס-אַמאָל נידריגער און נידריגער, דער מצב קייקלט זיך באַרג אַראָפּ מיט אַזאַ שנעלן טעמפּאָ; אַזש מען קען איר קוים נאָכיאָגן. און דאס אידישע נשמה לאָזט אַרויס אַ זיפץ פון טיפן האַרצן – וועלכע קען צוטרייסלן אַלע
וועלטן – טאַטע!!! אַלע הערצער בענקן און צאַפּלן דאָך צו דיר, נו?! "מתי תמלוך בציון"; ווען?! ווען?! ווילאַנג נאָך רבונו של עולם?! ווען קומסטו שוין צוריק אַהיים – צוזאַמען מיט דיינע קינדערלעך?!
וואָס פעלט אין אונזער דור?!
אייגענטליך אַז מען קוקט זיך אַביסל צו צום מצב הדור, מען מערקט אויף די פילע ווייטאָגליכע שמערצן וועלכע פּלאָגן אונז; פאַרשטייט מען נישט גענוי: וואָס האָט דאָ פּאַסירט מיט אונזער דור?! צוליב וועלכן אורזאַך האָבן מיר זיך דערקייקלט צו אַזאַ מצב?! וואָספאַראַ – אַזוי קריטיש-וויכטיגע אינגרידיענט – האָבן מיר פאַרפּאַסט, אַז מיר זאָלן זיך פאַרדינען אַזאַ ירידה?!
אויבנאויף איז דאָך היינט די פיזישע 'שמירת התורה' אויף אַ העכערע ניוואָ ווי אַמאָליגע יאָרן, עס איז היינט דאָ מער לומדי תורה – ווי פאַרצייטנס. דער באַגריף פון עכטע "עם-הארצות" איז שוין כמעט אונטערגעגאַנגען, פון אַלע ווינקלען הילכט אָפּ אַ קול תורה, איבעראַל דאַוונט מען ערליך, אומעטום היט מען אויף 'כשרות המאכלים' און מען פּרובירט צו זיין אויסגעהאַלטן למהדרין מן המהדרין אין אַלע ענינים; די מהודר'דיגסטע תפילין; די שענסטע אתרוג, די מערסט-אויסגעהאַלטענע סוכה און ציצית א.א.וו. טאָ וואָס האָט געברענגט דערצו אַז – מיט-
דעם-אַלעם – פאַלן היינט שטיקער פון כלל ישראל?! וואָס האָט געפירט דערצו – אַז אפילו אין אידישע היימישע שטובער כאַפּן זיך ליידער אויך אַריין די בייזע שטורמישע ווינטן פון גאַס?! ווי קען זיין אַז זאַכן וועלכע זענען אַמאָל געווען האַרבער פון האַרב; איז היינט אינגאַנצן אָפּגעקילט געוואָרן און פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ "מותר לכתחלה"?! ווי צום-ביישפּיל: פאַר'גוי'אישטע מאַגאַזינען וועלכע ווירבלען מיט טומאה און זוהמא – וואס אַמאָל וואָלט מען דאָס נישט אָנגערירט מיטן בלויזן האַנט – ווערן היינט געליינט חודש'ליך אין פילע פרומע שטובער א.א.וו. אַלע צענדליגע שפלות'ן וואָס אונזער דור גייט נעבעך דורך.
]מיר מיינען דאָ בכלל נישט מקטרג צו זיין חס ושלום; פאַרקערט; מיר ווילן אַרויסברענגן אַז דאָס איז דער פאַקטישער מציאות, נישט צו באַשולדיגן קיינעם[.
טאָ ווי פאַנגט זיך דאָס אַלעס אָן?! וואָס איז דער שורש וואָס פונדעם וואַקסן אַרויס די דאָזיגע דערנער?!
עס פעלט ‘וואַרעמקייט‘
ווער עס פאַרטיפט זיך אינעם סוגיא, ווערט איבערצייגט אַז דער פּראָבלעם באַשטייט פון איין איינציגע וואָרט: "קאַלטקייט". מיר זענען ליידער פאַרוואַנדלט געוואָרן אין קאַלטע פאַרגליווערטע מענטשן. מיר האָבן פאַרלוירן אונזערע אָרגינאַלע געפילן; אַזש אַז 'האַרציגקייט' – איז היינט אַ בושה, מען דאַרף זיך היינט שעמען אַרויסציווייזן עפּעס עמאָציאָנעלע הרגשים – ווי מיר וואָלטן געווען פאַבריצירט פון אייזן אָדער שטאָל
. די הערצער היינט זענען אַזוי פאַרשטיינערט און אויסגעלאָשן; אַז אויב איינער וועט זיך ערלויבן זיך אונטערטאַנצן ביי 'בואי בשלום'
– אַביסל מער ווי דער אָנגענומענע סיסטעם – וועט מען שוין צוגיין צו אים מיט אַ צינישע הערה: עס איז נישט פורים היינט?! וואָס איז דער משוגעת פון טאַנצן יעצט?! ליידער איז דער תמימות'דיגער אידישקייט אַזוי אַראָפּ געווישט געוואָרן פון דער מאַפּע; אַז טאָמער וועט אַ אינגערמאַן לערנען 'חפץ חיים' און עס אָננעמען מיט אַ תמימות'דיגע ערנסקייט, און ער וועט אויפהערן מיטצוהאַלטן מיט די לשון-הרע'לעך וועלכע די חברים פּלוידערן, וועט זיך שוין געפונען איינער וועלכער וועט זאָרגן דערצו, אים אַריינצורוימען אין אויער אַריין: מאַך זיך נישט נאַריש, דו ביסט שוין עלטער פון דעם! דו ביסט שוין אויסגעוואָקסן דעם יאָרגאַנג פון ישיבה-קטנה! אַזוי איז דער גאַנצער הלוך-ילך פון_________אידישקייט געוואָרן אַ סיסטעמאַטישער לעבנס סטיל; דער בחור האָט זיך זיין סדר היום נאָכצוקומען, דער כולל-אינגערמאַן זיין וועג און דער מיטל-יעריגער איד זיין מהלך החיים. אונטערשטע שורה: אַלע גייען אן ווי ראָבאַטן, דער חיצוניות קלאַפּט מיטן פולסטן מאָס שיינקייט – אָבער דער האַרציגער פנימיות פעלט.
‘טרוקענע אידישקייט‘ - קעגן ‘זאַפטיגע תאוות‘?!
אָט דאָס – רייסט אַוועק שטיקער, עס פאַרלענדעט און פרעסט- אויף יונג און אַלט. ווייל דאָס אייז-קאַלטע באַנעמונג גיסט נישט אַריין קיין צופרידנקייט און פרייליכקייט אינעם פשוט'ן אידישן לעבנס שטייגער, עס זעטיגט נישט דעם הונגעריגן זעהל מיט עפּעס ליכטיגע געשמאַקע געפילן. דער האַרץ איז אָנגערייצט זיך צו שפּירן גוט, צו לעבן אין אַ געשמאַקע באַ'טעמ'טע אַטמאָספער, עס ווערט נישט דערקוויקט מיט קיין טרוקענע געזעצן פון עולם המעשה. אַזוי אַז ווען דער דאָזיגער בחור'ל גייט אַרויס אין גאַס – וועלכע שטעלט אַהער אַ קאָלירפולע אויסוואַל פון רייצנדע דמיונות וועלכע שטעלן אָן אַ פנים כאילו דאָס קען באַרוהיגן און שטילן דעם אינערליכן דורשט נאָך עפּעס וואַרעמקייט – פאַלט ער אָנמאַכט און בוקט זיך דערצו.
יעדער וויל זיין וואויל
און "מה יעשה הבן שלא יחטא?!" יעדער איד וויל אינ'אמת'ן זיין ערליך און וואויל. ווען דער בחור'ל זאָל ווען באַקומען דעם אמת'ן האַרציגקייט און אָפענע צולאָזטע געפילן – אין אידישקייט – וואָלט ער ווען קיינמאָל נישט איבערגעלאָזט זיין מסורה; "לא שביק היתרא ואכיל איסורא". דער ווייטאָג איז: מען האָט אים דאָס נעבעך קיינמאָל נישט געגעבן בהיתר, מען האָט אים קיינמאָל נישט געוויזן אַ סעמפּל פון אַ צוגאָסנקייט ביים דאַווענען, פון אַ אָרגינאַלע פרייליכע רקידה – דאָרט ווי עסבאַלאַנגט נישט לויט די געזעצן פונעם סיסטעם. פאַרוואָס האָט
מען אים דאָס נישט געגעבן?! זיינע עלטערן זענען גאָרנישט שולדיג, ווייל זיי פאַרמאָגן דאָס אויך כמעט נישט! זיי זענען שוין אויך קוים אויסגעלאָפן פון אידישע לעבעדיגע געפילן.
ממילא וויבאַלד ער האָט דאָס נישט באַקומען אינדערהיים – איז ער דאָס געגאַנגען זוכן אינדרויסן; ער רעדט זיך איין – על-כל- פנים ביז דערווייל – אַז דאָרט געפונט זיך די ריכטיגע זיסקייט, די געשמאַקע תענוגים. עס וועט נאָר נעמען אַ שטיק צייט, וואס ער וועט אויסטאַפּן איין תאוה נאָכן צווייטן און זיך איבערצייגן אין זייער לעכערליכקייט, ווי אַלץ איז איין ריזיגער בלאָף, אַ הוילע דמיון וועלכע איז ליידיג פון סיפוק און רואיגקייט.
פאַרוואָס זענען מיר אַזוי פאַרטעמפּט?!
די קושיא איז איצט נאָר שווערער געוואָרן; נו וואָס איז טאַקע די סיבה צו דעם פאַרטעמפּטקייט?! וויאַזוי זענען מיר טאַקע אַזוי קאַלט געוואָרן?! מיר קענען דאָך נישט לייקענען קיין פאַקטן אַז פאַרצייטנס פלעגן אידן זיין אַזוי וואַרעם און געפיהלפול, אידישקייט איז געווען אָנגעפולט מיט לעבהאַפט און געשמאַק; אַזוי אַז עס האָט זיך קיינעם נישט פאַרגלוסט איבערצולאָזן אַזאַ גן-עדן און גיין נאָכלויפן שטותים און הבלים. אָבער היינט שטייט דאָס נאָר איין ביי געוויסע יחידי סגולה, רוב המון-עם איז זייער ווייט פון דעם. און וויפיל מיר פּרובירן אָנציוואַרעמען אונזערע געפילן, צו לעבן מיט אַ דערהויבענעם שטימונג – האַלט זיך עס אָבער נישט, עס פליהט אַוועק אַזוי שנעל ווי עס איז געקומען.
אודאי בעסער ווי גאָרנישט איז עס – אָבער דער פאַרצייטישער תמימות קענען מיר נישט אַהערשטעלן, דער אַמאָליגער פחד פון עבירה, ליבשאַפט צו אַ מצוה און וואַרעמער געפיל צום אויבערשטן – וועלכע איז געווען איינגעפלאַנצט אינעם איד פון וויגעלע – פאַרמאָגן מיר ליידער נישט. פאַרוואָס טאַקע?!
מאַנכע ערקלערן פאַרשידענע סיבות צום ירידת הדורות; זה בכה וזה בכה, אָבער אויף די אַלע סיבות ווערט אַלץ שווער די קושיא: נו?! וואָס איז די סיבה צו דעם גופא?! פאַרוואָס אַמאָל וואָלט מען געקענט ביישטיין די אַלע היינטיגע נסיונות – ווי אינטערנעט אד"ג – און היינט איז מען נישט מצליח דערין?! מיר מוזן טרעפן אַ סיבה וועלכע האָט נישט צוטון מיט אונזער בחירה, נישט מיר זענען די וועלכע זענען שולדיג דערין. נאָר אַ געוויסע יסודות'דיגע זאַך וואָס מען קען אויפווייזן שוואַרץ- אויף-ווייס אַז אַמאָל איז דאָס יאָ געווען, און מיר האָבן – מן השמים – דאָס נישט באַקומען; וואָס דאָס איז גורם די אַלע צרות און פּראָבלעמען. און דערנאָך דאַרפן מיר זוכן דעם לעזונג אויך אויף דעם, ווייל עס קען נישט זיין אַז דער אייבערשטער האָט אונז געלאָזט הפקר אויפן וואַסער, עפּעס אַ פּלאַן האט ער זיכער אָנגעגרייט פאַר אונז, מיר דאַרפן עס נאָר זוכן און נישטערן ביז מיר וועלן עס בעז"ה טרעפן.
דער הויפּט מאַנגל - ‘צדיקים‘
דער פסוק פאַרציילט אונז דעם בילד פון אחרית הימים: "והפלה ה' את מכותך", זאָגן חז"ל דעם באַדייט דערפון: "זו מיתת צדיקים". די פלא'דיגע ירידה וועלכע קומט פאָר היינטיגע דורות, דעם שרעקליכן אויסגעלאָשנקייט וואָס הערשט היינט – וועלכע איז גורם צו אַלע פּראָבלעמען פון אַלע זייטן – האָט אַ שורש, אַלעס שטאַמט פון איין זאַך: "מיתת צדיקים", מיר פאַרמאָגן נישט קיין צדיקים וועלכע זאָלן אונז באַלייכטן און אַריינשיינען אינעם טונקלקייט. אָט דאָס איז אַמאָל יאָ געווען און היינט נישטאָ. אָט דאָס האָט געפירט דערצו אַז מיר זענען געוואָרן אַזוי אויסגעטרוקנט פון יעדן מינדעסטן געפיל.
וואָס האָט מען געזעהן ביי פאַרצייטישע צדיקים?!
פאַרצייטנס זענען געווען גרויסע לייט. אין לויף פון אַלע דורות זענען געווען פיל באַקאַנטע צדיקים – אָנגעהויבן פון משה רבינו רבן של ישראל, און אַזוי ווייטער; שופטים און נביאים, תנאים און אמוראים, גאונים און ראשונים, אחרונים און פוסקים, און שפעטער דער 'אור שבעת הימים' דער הייליגער בעש"ט און זיינע הייליגע תלמידים, דער רבי ר' אלימלך און דער רבי פון לובלין, דער ראָפּשיצער רב און דער צאַנזער רב א.א.וו. זכר כל הצדיקים וקדושים לברכה.
וואס איז געווען דער ספּעציעלער כח פון די צדיקים?! דער געוואַלדיגער מאַכט פון צדיקים איז געווען: ווער עס האָט זיי נאָר אָנגעקוקט האָט געזעהן פאַר זיך אַ מענטש וועלכע זיינע פיס רירן טאַקע אָן דעם ערד קוגל, אָבער זיין קאָפּ שוועבט אין אַ העכערע וועלט, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז עס איז דאָ אַ באַשעפער אויף דער וועלט, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער איז פאָרכטיג גרויס, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באשעפער האָט אונז ליב, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער האָט נישט פאַרגעסן אין אונז, ער האָט געזעהן מיט זיינע אויגן אַז דער באַשעפער טראַכט נאָך פון אונז און וויל נאָך אונזערע מעשים טובים.
דער ספּעציעלער כח פון צדיקים
וויאַזוי האָבן זיי דאָס אויפגעוויזן?! נישט מיט קיין קונצליכע דיבורים וואָס זיי האָבן גערעדט! דאָס האָבן מיר היינט אויך, מיר פאַרמאָגן אַ ברייטן אויסוואַל פון פאַרשידענע געשליפענע בעלי-דרשנים – וועלכע קענען באַצויבערן יעדן צוהערער, און נאָך-אַלץ זעען מיר אויס ווי מען זעהט אויס. אויך – נישט פון לערנען פלייסיג, אָדער פון האָבן איידעלע מדות – האָבן זיי באַזיצט אַזאַ מעכטיגן שטויס-קראַפט! אויך דאָס קען מען היינט געפונען; תלמידי חכמים און פיינע אידן מיט גוטע מדות – און פונדעסטוועגן פאַרדינען זיי נישט דעם טיטל 'צדיק', זיי קענען נישט 'מחיה מתים' זיין אונזערע געשטאָרבענע הערצער, אַריינבלאָזן לעבהאַפט אין די 'עצמות היבשות'. דער זעלטענער כח פון די צדיקים האָט געשטאַמט פון זייער געוואַלדיגן קדושה, פון זייער מורא'דיגן צדקות, וואָס דורך דעם האָבן זיי עררייכט אַ נשמה'דיגן קראַפט אַריינצושיינען אין אַ אידישע האַרץ אַ ליכטיגקייט, אויפציוועקן זיין האַרץ צו שפּירן אַז אידישקייט לעבט! דער באַשעפער לעבט! די תורה איז אמת און פאַקטיש!
דער דאָזיגער שטראַל וואָס דער צדיק האָט אַריינגעשיינט אין זיין האַרץ, האָט געפירט דערצו אַז זיין האַרץ האָט אָנגעפאַנגען פליסן מיט האַרציגע אידישע געפילן, ער האָט אָנגעהויבן שפּירן אַן אמת'ן טעם אין שבת, אַ געשמאַק אין תפילין לייגן, אַ ברען ביים דאַווענען, אַ בענקעניש צום אויבערשטן, אַ שטענדיגע שמחה מיט זיין אידישקייט א.א.וו. און אַלעס וואָס ער האָט באַקומען פון צדיק האָט ער איבערגעגעבן ווייטער, ער האָט מחנך געווען זיינע קינדער פון פריסטן יוגנט מיט דעם ליכטיגן אור. און אַזוי איז עס איבערגעגאַנגען פון איין דור צום קומענדיגן דור, און עס זענען געוואָקסן דורות דורות ערליכע תמימות'דיגע אידן יראים ושלמים.
אַ הונגער נאָך אַן אמת‘ן צדיק
היינט לעבן מיר ליידער אין אַ פאַר'יתומ'ט דור, מיר פאַרמאָגן נישט קיין אמת'ע צדיקים וועלכע זאָלן אונז אויפלעבן, אַריינגיסן אין אונז אַ הייליג חיות, ליכטיג מאַכן אונזער האַרץ מיטן 'טעמו וראו כי טוב ה'; הגם עס זענען דאָ – אויך היינט-צוטאָג – גרויסע רבי'ס ערליכע אידן וועלכע פירן אָן הייליגע קהלות, זיי פּראַווען הייליגע 'טישן' און ברענגען אַריין אין זייערע חסידים וואַרעמע הייליגע געפילן; און עס איז טאַקע זייער הייליג און טייער; פונדעסטוועגן דאָך איז דאָס נישט דער ריכטיגער 'כח הצדיקים' וואָס איז געווען אין אַלע דורות, זיי פאַרמאָגן נישט
דעם כח השפעה וואס פריערדיגע צדיקים האבן פאַרמאָגט, אַריינצושיינען אין אַלע ווינקלען פונעם חסיד'ס נשמה, אים עלעקטריזירן און אויפשאָקלען פון שלאָף, אים איבערמאַכן פונדאָסניי און אַרויפשטעלן אויפן לייטער – וועלכע איז פאַסיג צו אים; צו שטייגן אין עבודת ה' – לויט זיין אויפגאַבע אויף דער וועלט.
]עס זענען זיכער פאַרהאַן אויך היינט גרויסע צדיקים און קדושים, נאָר בעוונותינו הרבים זענען זיי באַהאַלטן פונעם פּובליקום, זיי פירן נישט קיין געמיינדעס, און זענען נישט באַקאַנט נאָר פאַר עטליכע יחידים, אבער דער המון עם ווייסט נישט פון זיי[. דערפאַר איז היינט דאָ אַזאַ קאַלטקייט אין אידישקייט, אַזאַ מצוות אנשים מלומדה'דיגע מהלך החיים, וואָס דאָס ברענגט אַלע פאַקטישע פּראָבלעמען רח"ל.
נאָך איבערגעבליבן היינט אַ פאַרצייטישער צדיק
זייענדיג אין וואָגן אונטערוועגנס פון ברסלב קיין אומאן – וואו עס זענען געפאָרן דער הייליגער רבי מיטן הייליגן תלמידפּריוואַט – האָט דער הייליגער רבי אַריינגערוימט אין אויער פון רבי נתן'ען; דעם גרעסטן האָפענונגספולע סוד, וואָס דאָס איז דער איינציגער לעזונג פאַר אונזער אָרימער דור.
דעם שמועס האָט דער רבי אָנגעפאַנגען מיט די ווערטער: "פונדעסטוועגן דאָך העלפט אייביג דער אייבערשטער פאַר אידן, און עס עקזעסטירט נישט אַזאַ זאַך ווי אַ "דור יתום". דאַן איז דער רבי אַריין אין אַ שמועס איבער די הבטחה פון רבי שמעון בן יוחאי, אַז די תורה וועט קיינמאָל נישט פאַרגעסן ווערן פון אידן דורך אים, און דער רבי האָט אויסגעפירט: "און היינט איז דאָ אַ נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה!" ] - ראשי תיבות: נחמן[ )חיי מוהר"ן סי' קפ"ט(. אַזוי אויך האָט דער רבי אַמאָל אַרום גערעדט: "אַזויפיל צדיקים – ווי דער בעש"ט און נאָך – האָבן געהאַט אַ כח ביים לעבן אַריינצושיינען אַ ליכטיגקייט אין זייערע תלמידים, אבער ווי נאָר זיי זענען נסתלק געוואָרן האָט זיך דער ליכטיגקייט געענדיגט, עס איז נישט אָנגעגאַנגען ווייטער – נאָכן פטירה – אַזאַ סאָרט קשר ווי אַ רבי צו אַ תלמיד. אָבער איך וויל מאַכן אַזאַ סאָרט זאַך וועלכע זאָל זיך ווייטער ציען אויך שפּעטער – נאָכן הסתלקות – אַז איך וועל מאַכן תלמידים און די דאָזיגע תלמידים וועלן ווייטער מאַכן תלמידים און אַזוי ווייטער לדורי דורות" )חיי מוהר"ן סי' שע"ג(. "מיין פייערל וועט שוין טוליען ביז משיח וועט קומען" )שם; סי' רכ"ט(. און אַזוי נאָך פילע אָפענע שמועסן, וואָס פון אַלע צוזאַמען שרייט זיך אַרויס: "עוד יוסף חי – עס איז נאָך דאָ אַ האפענונג!" אויך אין יאָר תשע"ה איז דאָ אַן אמת'ע פאַרצייטישע צדיק; צו וועמען מען קען זיך מדבק זיין און זיך באַהעפטן! מען קען נאָך היינט באַקומען דעם אידישן האַרציגן תמימות – אַזויווי פאַרצייטנס! עס איז דאָ אַ רעטונגס ברעט אין וועלכע מען קען זיך קלאַמערן און זיך ראַטעווען פונעם גרויזאַמען מבול פון תאוות! דער פלא'דיגער צרה פון: "והפלה ה' את מכותך – זו מיתת צדיקים", פאַרמאָגט אַ פלא'דיגן היילונג דורכן צדיק וואס האָט מעיד געווען אויף זיך: "אני איש פלא ונשמתי פלא גדול" )חיי מוהר"ן סי' רנ"ו(.
אומאַן - ראש השנה
דער דאָזיגער גרויסער צדיק –האָט אַוועקגעשטעלט אַ יסוד: דער הויפּט צייט און פּלאַץ וואָס ער טוט און פּאָרעט זיך מיט אידן, איז אין אומאַן –ראש השנה. דאָרט האָט ער געהייסן קומען לדורות עולם, וויילן און זיך געפונען נאָנט צום מקום מנוחתו הק'. גיין ערב-ראש- השנה צום הייליגן ציון זאָגן דאָרט די באַקאַנטע צען קאַפּיטלעך תהלים – אויף וועלכע ער האט צוגעזאָגט אין געגנוואַרט פון צוויי עדים, אַז ער וועט טון אַלעס אין די וועלט אַרויסצושלעפּן פון שאול-תחתית יעדן איינציגן מענטש וואס זאָגט דאָרט די צען קאַפּיטלעך תהלים – און דאַווענען ראש-השנה צוזאַמען מיטן קיבוץ אידן וועלכע קומען צו פאָרן צו אים אויף יום-טוב. דאָרט אין דעם הייליגן פּלאַץ – און אין דעם הייליגן זמן פון ראש- השנה – שיינט ער אַריין אַזעלכע הרגשים פון תשובה, אַזעלכע משונה'דיגע חרטה געפילן – וואָס איז נישטאָ צו באַקומען ביי קיין איין 'טיש', ביי קיין איין 'התעוררות דרשה' און אויך נישט ביי קיין איין אַנדערע 'ציון' אויף דער וועלט; דאָרט עפנט זיך דער קאָפּ פון אַ מענטש, ער פאַנגט אָן טראַכטן צו זיך: פאַרוואָס בין איך באַשאַפן געוואָרן?! אויף וואָס לעב איך אויף דער וועלט?! איז דאָך נאָר - ממליך צו זיין דעם אייבערשטן אויף מיר! נו ווי קוק איך אויס?! וויאַזוי האָב איך אָפּגעפּראַוועט אַ לעבן אויף דער וועלט?! אָבער צו-די-זעלבע-צייט שפּירט מען – פון די צווייטע זייט – אַזוינע זעלטענע אהבה'דיגע און אמונה'דיגע הרגשים – וועלכע ווערן אַריינגעבויעט און איינגעפלאַנצט טיף אינערליך אין האַרץ – ווי: דער באַשעפער לעבט! ער טראַכט פון מיר פיר-אין-צוואָנציג שעה! דער אייבערשטער איז מיט מיר איבעראָל! ער וויל מיר! ער האָט מיר ליב! ער פאַרשטייט מיר מיט מיינע אַלע שוואַכקייטן! ער איז אויף מיין זייט! ער זוכט מיר נישט צו כאַפּן ביי עוולות; פאַרקערט; ער וויל מיר נאָר באַגיסן מיט גוטס – דערפאַר וויל ער איך זאָל היטן זיין זיסע תורה! א.א.וו.
פון די סימנים אויף ביאת המשיח בקרוב
אַן אור-אַלטע 'קבלה' אין ברסלב )נשמע כמ"פ מפי הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א( לויטעט: "איידער משיח וועט קומען וועלן פאָרן צענדליגע טויזנטע אידן קיין אומאַן – ראש-השנה, אַזש מען וועט מוזן דינגן וועכטער זאָלן שטיין ביים ציון און פאַרזיכערן אַז יעדער האָט דעם געלעגנהייט אַריבערצוגיין ערב- ראש-השנה ביים ציון". היינט איז שוין געקומען דער צייט – וואָס דער דאָזיגע נבואה ווערט פארווירקליכט פאַר אונזערע אויגן, יעדעס יאָר שטייגט דער מעגאַ נומער – כן ירבו – פון טויזנטער טויזנטער אידן פון איבער אַלע עקן וועלט – וועלכע קומען זיך צונויף אויפן רוף פונעם גרויסן פּאַסטוך, אַלע פליען קיין אומאַן זיך שיצן אונטערן שאָטן פון דעם ברייט-פאַרצווייגטן בוים – וואָס אונטער זיין שאָטן געפונט יעדער איד אַ באַשיצטע אָרט, יעדער איד שפּירט זיך אין אומאַן ווי אַ 'בן יחיד', כאילו דער צדיק האָט נאָר אים אינזין און פּאָרעט זיך מיט אים פּריוואַט. עס זעהט זיך אָן אַ קאָלירפולן עולם – פון יונגען בעלי תשובה – ביז עלטערע אידן, צדיקים, תלמידי חכמים און עובדי ה'. שטייען זיי אַלע ביים הייליגן ציון צאַמגעפּרעסט איינער צום אַנדערן, נישטאָ קיין פּלאַץ אפילו אַריינצולייגן אַ נאָדל דאָרט. שעות לאַנג שטייט מען אויף די פיס, און די צעקות און בכיות רייסן הימלען.
פון אַלעמענס אויגן גיסט זיך טרערן ווי וואַסער, יעדער רעדט זיך אויס זיין האַרץ פאַרן אייבערשטן מיטן גרעסטן מאָס אָפנקייט. עס קוקט אויס כאילו די גאַנצע וועלט איז געשטאָרבן; קיינער לויפט נישט אין ערגעץ, קיינעם אינטערסירט נישט גאָרנישט, נישטאָ קיין הו-האַ, נישטאָ קיין סעלפאָון און אימעיל. אויף וואָס שרייט מען דאָרט?! אויף געלט? געזונט? נחת? אפשר אויף דעם אויך – אָבער דאָס איז ממש נישט די זאַך דאָרט; אויב הערט מען זיך אַביסל אונטער כאַפּט מען אַ שאָק: אַלע אַלע שרייען אויף איין זאַך: 'גלות הנפש'. זיי שרייען: טאַטע! איך וויל זיין אַן ערליכער איד! איך בין אַזוי ווייט פון דיר! וואָס עס איז געווען – ביז איצט – איז געווען; העלף מיר פון יעצט און ווייטער אָנצופאַנגען אַ ניי בלעטל פון ריכטיגע נאָנטקייט צו דיר! א.א.וו. יעדער מיט זיין רוחניות'דיגע פּעקל.
מענטשן וואָס האָבן בכלל נישט געוואוסט אַז זיי פאַרמאָגן אַ האַרץ – ווערן דאָס דאָרט געוואויר – ווען פּלוצלינג נעמט זיך שטראָמען פון זייערע אויגן אַ קוואַל פון רייניגונגס טרערן, הרגשים וועלכע זיי האָבן קיינמאָל נישט געקענט מיטן נאָמען – ווערן אויפאַמאָל אַנטדעקט, וואס אויך אהיים קומענדיג באגלייטן די געפיהלן זיך אויסצורעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן כסדר, זיך פרייען אז מען איז א אידיש קינד א.א.וו.
אויב מיר ווילן, איז היינט נישט - ‘דור יתום‘!
אומאַן ראש-השנה – דאס לעצט-פאַרבליבענע מעדיצין פאַרן דור, דער איינציגער תקוה וואָס מיר פאַרמאָגן נאָך צו ראַטעווען אונזערע קינדער פון די היינטיגע ביטערע נסיונות, דער שטערקסטער פּאַנצער אַראָפּצוגליטשן פון אונז די פאַר'סמ'טע פיילן פונעם בעל-דבר. דאָרט באַקומט מען אידישע וואַרעמקייט – אַנטקעגן די וואַרעמקייט פון גאַס, אידישע ליבשאַפט – אַנטקעגן ליבשאַפט פון די גאַס, אידישע פאַרגעניגן און געשמאַק – אַנטקעגן גוי'אישע פאַרגעניגן און געשמאַק. דאָרט הייבן מיר אָן לעבן – און באַלעבן – מיטן אייבערשטן און זיין תורה, אויף אַ געשמאַקע באַ'טעמ'טע אופן, ביז ביאת המשיח במהרה אמן.