א גאסט אויף א ווייל...

25 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יוני 25, 2014 9:40 pm#1
א גאסט אויף א ווייל...
דערווייל בין איך נאך א גאסט דא אין קרעטשמע אין עס זעהט זיך שוין אהן א שטיקעל ליכטיגקייט אויפען האריזאנט, ווען די ערשטע צוויי תגובות פינעם אדמיניסטראטאר טוען באלייכטען און מאיר זיין די אויגען, מיט זיינע צוויי קורצע אבער שטארקע יסודות פאר א געזינטער און פעסטער יסוד פאר אן ערליך/לופטיג קרעטשמע בעזרת השם.
דינסטאג יולי 01, 2014 12:27 am#2
וואסערע געברויך קומט קרעטשמע ערפילן?
אלץ א שרייבער אין אייוועלט (מיט אן אנדערע ניק) ביו איך נייגעריג צו וויסן וואסערע ניווא אנטשפרעכט "די קרעטשמע" זיך צו האלטן, סתם מיט נעגעטיוו, דהיינו וואס מ'גייט נישט זיין מ'גייט נישט מעקן אן קיין סיבה, ס'גייט הערשן א גלייכבארעכטיגונג, פיין לעגיטימע געדאנקן, אבער וואס גייט עס יא זיין, וואס איז די ציהל פון איהר גרינדונג.

אדרבה מיר ווארטן צו הערן פון די חשובע גרינדערס וואס זענען זייערע גרינדציפן.

און די בעסטע וואלט גיווען עס זאל ווערן אויסגעשמועסט נישט בדרך מליצה, נאר ברחל בתך הקטנה, אין באצוג צו אייוועלט ולהבדיל ק"ש, מיט וואס מ'וויל דא זיין גלייך מיט וועם און מיט וואס נישט.
דינסטאג יולי 01, 2014 12:34 am#3
א גאסט אויף א ווייל...
פארוואס ברויך צי זיין 100 בתי מדרשים און שטאט ?, נאר יעדער שפירט זיך די פלאץ ערגעץ אנדרעש, ס'איז נישט געמאכט "קעגען" אנדערע, ווער ס'וועט זיך שפירען באקוועם דא אינעם 'קרעטשמע' וועט דא שרייבען, און ווער ס'איז באקוועם אויף קאווע שטיבל וועט שרייבען אויף קאווע שטיבל, און ווער ס'באקוועם אויף איי-וועלט וועט שרייבען אויף איי-וועלט, דעטס איט.
דינסטאג יולי 01, 2014 7:33 am#4
Re: א גאסט אויף א ווייל...
וואס רעדסטו שטותים?! דו זאגסט א משל לגבי די באזוכער ווען דער שואל פרעגט וועגן דער גרינדער.

עס עפענען זיך נישט קיין הונדערט בתי מדרשים אין א שטאט סתם אזוי! יעדע בית המדרש וואס עפענט זיך האט א סיבה פארוואס די ביז איצטיגע זענען נישט געווען גוט פאר דער גרינדער.
דינסטאג יולי 01, 2014 8:36 am#5
Re: א גאסט אויף א ווייל...
קוקסט אויס צו האבען א קנאפע ידיעה אין בתי מדרשים, גיי קוק אויף יעדן גאס אין די היימישע צענטערן, ווי אהן א פארוואס און פארווען ווערן געפענט פאר שווערע אלפים ורבבות בתי מדרשים בכל פינה ופינה, און יעדער ווי עס געפעלט אים איז זיך קובע צו זיין א ארטיגע קבוע'דיגער מתפלל.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:02 am#6
Re: וואסערע געברויך קומט קרעטשמע ערפילן?
ריסקעווע האט געשריבן:אלץ א שרייבער אין אייוועלט (מיט אן אנדערע ניק) ביו איך נייגעריג צו וויסן וואסערע ניווא אנטשפרעכט "די קרעטשמע" זיך צו האלטן, סתם מיט נעגעטיוו, דהיינו וואס מ'גייט נישט זיין מ'גייט נישט מעקן אן קיין סיבה, ס'גייט הערשן א גלייכבארעכטיגונג, פיין לעגיטימע געדאנקן, אבער וואס גייט עס יא זיין, וואס איז די ציהל פון איהר גרינדונג.

אדרבה מיר ווארטן צו הערן פון די חשובע גרינדערס וואס זענען זייערע גרינדציפן.

און די בעסטע וואלט גיווען עס זאל ווערן אויסגעשמועסט נישט בדרך מליצה, נאר ברחל בתך הקטנה, אין באצוג צו אייוועלט ולהבדיל ק"ש, מיט וואס מ'וויל דא זיין גלייך מיט וועם און מיט וואס נישט.

מיין לעצטע זאץ איז נישט געענטפערט געווארן.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:40 am#7
Re: א גאסט אויף א ווייל...
ראשעקאל האט געשריבן:קוקסט אויס צו האבען א קנאפע ידיעה אין בתי מדרשים, גיי קוק אויף יעדן גאס אין די היימישע צענטערן, ווי אהן א פארוואס און פארווען ווערן געפענט פאר שווערע אלפים ורבבות בתי מדרשים בכל פינה ופינה, און יעדער ווי עס געפעלט אים איז זיך קובע צו זיין א ארטיגע קבוע'דיגער מתפלל.

און יעדע פון די צענטערן האבן א סיבה פארוואס עס איז געעפענט געווארן, זאל עס זיין צוליב חסידות קאנפליקטן, זאל עס זיין צוליב וואס דער פותח הביהמ"ד פילט זיך צו הויעך זיך אונטערצואווארפן אונטער די הנהלה פון א צווייטן, וכדומה לרוב.
אחוץ דעם איז דער משל בכלל נישט דומה צום נמשל, ווייל רוב בתי מדרשים וואס עפענען זיך און רוב סיבות וואס מאכט א מענטש וועלן איין ביהמ"ד איבער דער צווייטער איז לאקאציע, וואס אויפן געוועב איז עס שטייצעך נישט שייך זינט אלעס איז די זעלבע נאנט.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:48 am#8
Re: וואסערע געברויך קומט קרעטשמע ערפילן?
ריסקעווע האט געשריבן:
מיין לעצטע זאץ איז נישט געענטפערט געווארן.


די אמת איז אז דאס פלאץ וועט זיך אויספארעמען דורך די שרייבער, אבער קודם כל איז דא א פארלאנג פאר נאך א פארום, ס'דא אסאך וואס זענען נישט איבריג באקוועם אין די אנדערע פארום'ס,

אבער כ'ווייס נישט צי די געדענקסט די אלטע "היימישע קרעטשמע" אבער אנדערש ווי היינט וואס אייוועלט (כבודו במקומו מונח) איז היבש קאמערשעלייזט, האט די קרעטשמע געהאט א ארגינעלע היימישקייט, טאמער פרעגסטו מיר וואס איך וואלט געוואלט? איך וואלט געוואלט א געשמאקע פארום'ל נישט צי קאמערשעל, נאר א געשמאקע פלאץ צי שמועסען און שרייבען ארטיקלען, אין א היימישע און גוטע אטמאסטפער,
דינסטאג יולי 01, 2014 9:52 am#10
Re: א גאסט אויף א ווייל...
קנאפער ידען האט געשריבן:וואס רעדסטו שטותים?! דו זאגסט א משל לגבי די באזוכער ווען דער שואל פרעגט וועגן דער גרינדער.

עס עפענען זיך נישט קיין הונדערט בתי מדרשים אין א שטאט סתם אזוי! יעדע בית המדרש וואס עפענט זיך האט א סיבה פארוואס די ביז איצטיגע זענען נישט געווען גוט פאר דער גרינדער.


כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, טאמער די ביסט צופרידען ערגעץ אנדערש בלייב דארט געזונטערהייט, אויב די זעסט נישט קיין שום סיבה פאר נאך א פארום, דאן איז עס טאקע נישט פאר דיר.

און טאמער די סיבה פארוואס דער פארום איז געעפנט געווארען איז סתם און די וועלט אריין אן א סיבה, דאן האסטע א פראבלעם דערמיט ?
דינסטאג יולי 01, 2014 10:01 am#11
Re: א גאסט אויף א ווייל...
לייבל נסתר האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:וואס רעדסטו שטותים?! דו זאגסט א משל לגבי די באזוכער ווען דער שואל פרעגט וועגן דער גרינדער.

עס עפענען זיך נישט קיין הונדערט בתי מדרשים אין א שטאט סתם אזוי! יעדע בית המדרש וואס עפענט זיך האט א סיבה פארוואס די ביז איצטיגע זענען נישט געווען גוט פאר דער גרינדער.


כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, טאמער די ביסט צופרידען ערגעץ אנדערש בלייב דארט געזונטערהייט, אויב די זעסט נישט קיין שום סיבה פאר נאך א פארום, דאן איז עס טאקע נישט פאר דיר.

און טאמער די סיבה פארוואס דער פארום איז געעפנט געווארען איז סתם און די וועלט אריין אן א סיבה, דאן האסטע א פראבלעם דערמיט ?

ער וויל פשוט וואוסן, אפשר גייט דער מקום עפעס צו שטעלן וואס ער קען דערפון געניסן, איז נפשו בשאלתו מ'זאל אביסל צולייגן וויאזוי מ'פלאנט אהערצושטעלן דאס פלאץ,.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:21 am#12
Re: א גאסט אויף א ווייל...
אזויווי ריסקעווע זאגט, איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס דער פארום גייט צושטעלן וואס ווערן נישט צוגעשטעלט אין אנדערע, אולי קענען איינער פון די זאכן מיר אינטערעסירן.

און לגבי קאמערשעלייזט, גייט דאך עס ווערן אטאמאטיש מיט דער צייט, דאס איז נישט א זאך וואס מ'קען מאכן אז זאל נישט ווערן.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:27 pm#14
Re: וואסערע געברויך קומט קרעטשמע ערפילן?
שלום עליכם עליכם שלום

ריסקעווע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן וואסערע ניווא אנטשפרעכט "די קרעטשמע" זיך צו האלטן?


סתם אז מ'גייט נישט מעקן אן קיין סיבה? אבער וואס גייט עס יא זיין?


אדרבה מיר ווארטן צו הערן פון די חשובע גרינדערס וואס זענען זייערע גרונד־פרינציפן?


א) דאס פלאץ איז געאייגענט פאר דעם ערליכען ציבור ביטע זיך רעכענען דערמיט און נישט שרייבען זאכען וואס זענען נישט אין פלאץ פאר אזא פארום.

למשל?

ו) די פאליסי פינעם פארום איז אז יעדער זאל זיך שפירען באקוועם צי שרייבען, אן צי דארפען מורא האבען אז זיין שרייבעריי וועט געמעקט ווערען אן א געהעריגע סיבה

וואס למשל איז א געהעריגע סיבה?
דינסטאג יולי 01, 2014 3:20 pm#15
Re: א גאסט אויף א ווייל...
איך פארשטיי נישט פארוואס ס'פעלט זיך אויס דער גאנצער פארום אויב איז עס נאך פרומער פון אייוועלט אדער על כל פנים אויף די זעלבע לעוול. מעקן? מ'מעקט נישט אין אייוועלט סתם אזוי. אויב איז עס קעגן די תורה (די נארמאלע סטאטוס קווא ווי דו רופסט עס) דעמאלטס מעקט מען. אין קאווע שטיבל מעקט מען א טראלל. וועם גייסטו דא מעקן? די סייט האט א גרויסן בילד פון יאשקע מיט א בארד און פאות. יעצט קען מען עס שוין אפילו נישט ארונטערנעמען צוליב וואס אין קאווע שטיבל מאכט מען שוין א בראטל דערפון. די עם האראצות איז בושת.

אנעסטלי? דער סייט איז שוין א דורכפאל מעיקרא.

אייוועלט פאר די פרומע
קאווע שטיבל פאר די אויפגעקלערטע


וואס איז קרעטשמע פאר?...
דינסטאג יולי 01, 2014 3:27 pm#16
Re: א גאסט אויף א ווייל...
די מעקעריי על לא דבר אין אייוועלט איז ממש שרעקליך, וואס דאס איז דאך אפיציעל געווען די סיבה פארוואס קאווע שטיבעל איז אריין אין קראפט, אבער למעשה קען מען עפארדען א ריינערע מקום ווי ק''ש מיט ווייניגער דיקטאטור.
דינסטאג יולי 01, 2014 3:40 pm#17
Re: א גאסט אויף א ווייל...
אין אנדערע ווערטער. מ'האט געעפנט דא א סייט פאר ווער ס'וויל רעדן קעגן סאטמער רב. פשיהא. ס'קוקט אויס ווי דו סערווירסט טאקע א גרויסער קליענטל. צדיק, גיי צוריק אפדעיטן די אידישע וויפידיע בלעטלעך און פארדריי נישט מענטשן די קאפ. קאווע שטיבל האט זיך געעפנט ווייל מענטשן האבן געוואלט קענען רעדן קעגן תורת משה. די אידן וואס זוכן א ריינערע מקום ווי קאווע שטיבל מיט א קלענערע דיקטאטור ווי אייוועלט שטייען און פלוישן אין מקוה און קיינער קוקט זיי נישט אן. איך האב נישט גארנישט קעגן אייך אבער איך האב נאכנישט ארויס וועמען איר ציהלט מיט דעם פארום. אויב סתם איבערצושומעסן חסידישע פאליטיק און לייגן כל העולם כולו סטייל פיקטשערס איז צימעס אין קאווע שטיבל גענוג.
דינסטאג יולי 01, 2014 3:55 pm#19
Re: א גאסט אויף א ווייל...
אחדש"ה פאר די נייע חבריה בשם קרעיטשמע פונקט ארג

איך וויל זיך דא פארשטעלן אלס א ציבראכענע אינגערמאן, וואס לעכצט נאך עפעס א געשמאקע חברה

איך וויל וויסן אויב די ראשעקאל דא איז מיין פערזעינליכע ראשעקאל ממקומות אחרים, אויב יא תן לי סימן

אויב יא דאן שטייט די חברייה שוין פיין

וואס די ציל פון די ארגענעזאציע איז מיר נאך נישט קלאר, אבער איך קלער אז אויב וועליך ארימגליטשן דא עטוואס העליך אויסגעפינען

וואס איז פשט פון די אלע חדרים אן קיין תגובות,

פרישער פינפריש
דינסטאג יולי 01, 2014 4:08 pm#20
Re: א גאסט אויף א ווייל...
אחיתופל האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער. מ'האט געעפנט דא א סייט פאר ווער ס'וויל רעדן קעגן סאטמער רב. פשיהא. ס'קוקט אויס ווי דו סערווירסט טאקע א גרויסער קליענטל. צדיק, גיי צוריק אפדעיטן די אידישע וויפידיע בלעטלעך און פארדריי נישט מענטשן די קאפ. קאווע שטיבל האט זיך געעפנט ווייל מענטשן האבן געוואלט קענען רעדן קעגן תורת משה. די אידן וואס זוכן א ריינערע מקום ווי קאווע שטיבל מיט א קלענערע דיקטאטור ווי אייוועלט שטייען און פלוישן אין מקוה און קיינער קוקט זיי נישט אן. איך האב נישט גארנישט קעגן אייך אבער איך האב נאכנישט ארויס וועמען איר ציהלט מיט דעם פארום. אויב סתם איבערצושומעסן חסידישע פאליטיק און לייגן כל העולם כולו סטייל פיקטשערס איז צימעס אין קאווע שטיבל גענוג.


אבי גערעדט,
דינסטאג יולי 01, 2014 8:14 pm#22
Re: א גאסט אויף א ווייל...
אז מ'רעדט שוין פון אייוועלט (אידישע וועלט) איז כדי צו ערווענען אז אין אירע ערשטע צייטן האט עס געהייסן 'היימישע קרעטשמע' (און נאך פריער 'היימישע שטותים').
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 2:51 pm#24
Re: א גאסט אויף א ווייל...
שלומיאל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אייוועלט (אידישע וועלט) איז כדי צו ערווענען אז אין אירע ערשטע צייטן האט עס געהייסן 'היימישע קרעטשמע' (און נאך פריער 'היימישע שטותים').


איז מעגליך צו שרייבן נאך אביסל היסטאריע פון אייוועלט?