הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים

שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #400
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:17 pm#1
שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
ווי באקאנט פאר יעדעם קומט ארויס מדי שבוע בשבוע אין געוויסע חסידישע הויפן גליונות וואס ענטהאלטן שמועסן וואס זייער רבי האט געפירט מיט אנדערע.

א שמועס פירט צומאל דעם שמועסער צו טעמעס וואס בדרך כלל רעדט ער נישט אין פאבליק דערפון.
פון א שמועס קען מען אסאך ארויסלערנען, סיי פון די אויפפירונג פון דער שמועסער, סיי פון די שפראך זיינע, סיי פון די תוכן, סיי פון די קוואליטי פון די תוכן און סיי פון די צוגאנג צום תוכן און פון נאך פיל קוק ווינקלען. און דערפאר ווען די רעדע איז א שמועס פון א באקאנטע פיגור (און אודאי ווען זיין פערזענליכקייט איז תלוי אין מיינונגס פארשידנהייטן) איז עס כדאי צו אפלערנען און אנאליזירן.
צומאל זעהט מען אזוינע שמועס-בלעטלען, און טיילמאל באמערקט מען געוויסע נקודות, דא וועט מען קענען שרייבן וואס מען האט באמערקט אדער מעיר צו זיין.
צו מיינע הענט קומען כמעט נאר אן די משולחן מלכים (שמועסן פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר) דעריבער בין איך מייחד דעם אשכול פאר די גליון, ווער עס וויל קען עפענען א אשכול פאר גליונות פון אנדערע קרייזן, ושכרו כפול מן השמים.

עס מוז באטאנט ווערן, אז די גליון משולחן מלכים איז לדעתי די סאמע שטערקסטע כלי וואס יענע הויף פארמאגט, זייער צייטונג איז גוט צו פארענטפערן פאליטיק וכו' אבער פאר די רעספעקט וואס זיי ווילן אריינפלאנצן אין זייער עולם צום רבי'ן איז די משולחן מלכים זייער בעסטע פראדוקט דערווייל (און טאקע ווייל דארטן איז די איינציגסטע פלאץ וואו זאכן וואס דער עמך איד הערט נארמאל נישט פון רבי'ן, ווי פריער דערמאנט), די משולחן מלכים מאכט זיי אויסגיין פון התפעלות און יראת הכבוד פאר דעם גרויסן גאון וצדיק - וואס עס גיסט זיך פון זיין מויל דברי תורה, פלפולי דאורייתא, מעשיות, קורות וסדרי הדורות אין אלע מקצועות בלי שום גבול וערך - וואס שטייט בראש מערכות הקהלה אין וואו ער האט די זכי' צו באלאנגען, אנגעפאנגן ביים אינגן בחור'ל און געענדיגט ביים ווייסן בארד, אלעס שלינגט מיט דארשט יעדע שמועס, און טרעפן דארט? נאר וואס זיי ווילן טרעפן...
דערפאר מוז יעדע הערה און אנאליז - וואס ווערט געזאגט אויף א שמועס פון דארטן - געזאגט ווערן בכובד ראש, ווייל זינט אייער הערה טרעט אויף די הינער-אויג וועט א טעות וואס איר מאכט אין אייער אנאליז נאר שטערקער מאכן די תועלת פון דעם גליון.
דעריבער אויב ווילט איר מעיר זיין אויף עפעס א פרט וואס איז פון די יסודות אין יענע געמיינדע, וואלט איך געראטן איר זאלט איבערליינען דעם שמועס כאילו איר האט נישט קיין שום מיינונג אויף די פערזענליכקייטן וואס שמועסן דארט און קוקן צו אייער הערה איז א הערה אויך דעמאלטס (אני כשלעצמי ליין עס נאר מזמן לזמן, און נישט אלץ האב איך וואס צו מעיר זיין).


נ.ב. ביטע נישט אהערלייגן פלעינע לינקס צו די גליון אדער א פייל פונעם גליון, יעדער איינער ווייסט וואו מען קען דאס שאפן (אויף לדעת איז עס דא יעדע וואך, אין די אויסגאבע "קול התאחדותינו), אויב איר טוט דאס צו קענען ווייזן פאר די ליינער פון וועלכע שמועס איר רעדט וכו' איז אדרבה ואדרבה, עס וועט זיך פיל גרינגער פארשטיין אייער אנאליז אדער הערה ווען מ'קען זעהן דעם גאנצן שמועס.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:38 pm#2
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
געוואלדיגע אשכול, כה לחי !

סתם צו באמערקן אז דער גליון משלחן מלכים ווערט פעסט איבערגעארבעט עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים... פארשטענדליך אז יעדע נארישע סטעיטמענט ווערט ארויסגענומען און די תוכן השיחה ווערט אויסגעארבעט עס זאל זיין צו דער זאך, באגלייט מיט מראי מקומות פון אונטן. דער ארויסגעבער איז זיכער א העכסט טאלאנטפולער אינגערמאן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:47 pm#3
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
דער ארויסגעבער איז די רבי שליט''א זעלבסט ער איז א איד מלא תוכן

די גראפיק ארבעט און שיפור הלשון מאכן אפאר טויגליכע אינגעלייט, דאכט זיך מיר עס איז די איינציגסטע עכטע וואפען וואס די מהר'א חסידים האלטן זיך דערמיט גאר דערהויבען.
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:31 am#4
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
ראש הקהל האט געשריבן:דער ארויסגעבער איז די רבי שליט''א זעלבסט ער איז א איד מלא תוכן

די גראפיק ארבעט און שיפור הלשון מאכן אפאר טויגליכע אינגעלייט, דאכט זיך מיר עס איז די איינציגסטע עכטע וואפען וואס די מהר'א חסידים האלטן זיך דערמיט גאר דערהויבען.

:roll: :roll: :o
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:34 pm#5
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
לטובה האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול, כה לחי !

סתם צו באמערקן אז דער גליון משלחן מלכים ווערט פעסט איבערגעארבעט עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים... פארשטענדליך אז יעדע נארישע סטעיטמענט ווערט ארויסגענומען און די תוכן השיחה ווערט אויסגעארבעט עס זאל זיין צו דער זאך, באגלייט מיט מראי מקומות פון אונטן. דער ארויסגעבער איז זיכער א העכסט טאלאנטפולער אינגערמאן.

אודאי ווערט עס צענזורירט, א שאלה?!
איך בין אלץ נייגעריג וואס די שמועס איז געווען אזוי שלעכט אז מ'שרייבט נאר די תוכן דערפון אויף לשה"ק (כאן האריכו ב...)

די מראי מקומות - וואס דער רבי האט עס יא אדער נישט געמיינט - לייגט מען אויך צו אויף א גוטע מהלך, איינמאל בתוך דבריו און איינמאל תחת הקו, בקיצור מ'מאכט א גוטן דזשאב.
אבער דאך, מיט אלע צענזורן און צופיצונגען בלייבט עס נאכאלס חתום בחותמו של כהן גדול און עס איז נאך מעגליך צו זעהן מבטן מי יצאו הדברים. איין זאך, מ'דארף עס נאר אפלערנען! ווייל שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד...
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:37 pm#6
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
סתם דברים של מה בכך לייגט מען אין פינטלעך... עס איז דאך נישט ווי סקווירא ווי יעדע סענטענס דארף מען פובליצירען, אבער מער ווייניגער אלע מראי מקומות און שמועסן זענען פינעם רבי'ן זעלבסט (מפי העורכים)
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:40 pm#7
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
ראש הקהל האט געשריבן:סתם דברים של מה בכך לייגט מען אין פינטלעך... עס איז דאך נישט ווי סקווירא ווי יעדע סענטענס דארף מען פובליצירען, אבער מער ווייניגער אלע מראי מקומות און שמועסן זענען פינעם רבי'ן זעלבסט (מפי העורכים)

באמת וויל איך נישט אריינגיין אין א שמועס דערין, ווייל נישט פארדעם באשטייט דער אשכול, אבער איך פארשטיי באמת נישט וואס איר שרייבט.
מיר רעדן פון די מראי מקומות וואס זענען געשריבן אויף לשה"ק און זענען צוגעצייכנט און סוגריים אדער מתחת לקו, וואו קומט דא אריין דער רבי? דער רבי איז מגיה די משלחן מלכים איידער עס גייט צום דריק און ער גיבט אן די אלע מראי מקומות?
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:43 pm#8
Re: שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד - משולחן מלכים
זייער אסאך פרטים ווערן איבערגעשמועסט בעפאר עס גייט צום דרוק מיז נישט זיין אז ממש מען זאגט פארן רבי'ן אז מען פרעגט אים וויאזוי צו שרייבן אינעם משולחן , מען כאפט נאר בדרך אגב א שמועס

היינט האב איך געזען א שיינע שמועס פינעם סקווירא רבי מיט רבי אהרן אינעם גליון פון סקווער פאריגע שבת.