דער קרעטשמע

46 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #401
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג פעברואר 08, 2015 8:16 pm#1
דער קרעטשמע
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז אלע כלליות'דיגע זאכן/נייעס אין און אינערהאלב אונזער קרעטשמע זאל דא ווערן באריכטעט און באהאנדלט.

צום אלעם ערשט;
איך כאפ אזוי א שפאציר אריין אינם קרעטשמע, און ב"ה, ס'ווערט מיר גוט אויף די אויגן! איך זעה אז עס זיצן גאנצע זעקס אירע ארום די טישן.

פיין, וועט מען האבן מיט וועם צו פארברענגן אינם נייעם אכסני', איך זעץ מיר אראפ אויף מיין קביעות'דיגע טישל, און מיין בליק נעמט זיך ארומוואנדערן אויף די טישן פון די קרעטשמע, זוכנדיג ווער עס זענען די 6 אירע וואס ווערן דערמאנט ביים טיר אז זיי זענען דא? אפשר אונזער שענקער? ווער ווייסט, אפשר וועל איך זוכה זיין צו א גלעזל לחיים יעצט? אינגאנצען צומישט זעה איך אז איך בין דא די איינציגסטע היימישער.... ארום מיר געפינט זיך אונזער באקאנטע באזוכער, גוגל, און ארום איהם דרייען זיך אפאר געסט...
אלזא מיינע טייערע חברים, האס איך מחליט געווען אז איך וועל אראפשרייבן די געפילן וואס איך האב געשפירט בשעת'ן זיך זעהן אזוי איינזאם, און איך בעהט ענק טייערע חברים, אז עטס קומט שוין יא אריין אין קרעטשמע, זעצט אייך אראפ, און ווארט אויף נאך מיטגלידער!
ערווארט מיין צוריק קער איינמאל די עולם טרינקט לחיים!

לחיים!
זונטאג פעברואר 08, 2015 8:34 pm#3
דער קרעטשמע
אה! ב"ה! ס'איז אריינגעקומען נאך איינער! קום, זעה דיך דא אוועק קעגן מיר. יא, אויף דעם טישל.
אה, ס'דא נאך פלאץ דא, ברענג אריין נאך אירע!


#לעטס ראק
זונטאג פעברואר 08, 2015 8:43 pm#4
Re: דער קרעטשמע
Shulam
I see you are new to our kretchme
Lets make a lachayim on old williamsburg
זונטאג פעברואר 08, 2015 8:55 pm#7
דער קרעטשמע
אה בדחן! עליכם שלום! ש'כח פאר די ווארימע אויפנאמע!
לאמיר האפן אז די 'הרמה' פונם קרעטשמע זאל זיך אנזעהן ווי שנעלער....
זונטאג פעברואר 08, 2015 8:59 pm#9
דער קרעטשמע
איך האב שוין געבעטן אז מ'זאל עפענען א ספעציעלע טעכנעלאגיע ווינקל.

איינמאל ס'וועט צושטאנד קומען האפן מיר צו ראקן!
דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:11 pm#13
דער קרעטשמע
וועלכע ווערסיע פון phpbb איז די קרעטשמע אויף?
(איך וויל אביסל ארויסהעלפן מיט טעכנישע הילף, ממילא איז גוט צו וויסן)
דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:12 pm#16
Re: דער קרעטשמע
טעכנעלאגיע האט געשריבן:יא יא, מיין שאלה איז געווען געשליכטעט צו זיין דירעקציע

דארפסט ווען ווערן די יד ימינו פון די אדמיניסטראציע צו שטיין בייהילפיג מיט אלע טעכנעלאגישע געצייג
מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:13 am#18
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:וועלכע ווערסיע פון phpbb איז די קרעטשמע אויף?
(איך וויל אביסל ארויסהעלפן מיט טעכנישע הילף, ממילא איז גוט צו וויסן)



3.0.12
מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:37 am#24
Re: דער קרעטשמע
איך האב דאונלאודעד אפאר וואכן צוריק, בכדי איך זאל דיר קענען אנווייזן וואו וואס ווען. אבער אז דו האסט ווערסיע 3.0.12 וועל איך דאס דאונלאודען
מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:50 am#25
דער קרעטשמע
לייבל, איך געב מיר נישט קיין עצה צו דאונלאודען 3.0.12

איך קען נאר דאונלאודען 3.0.13

אפשר קענסטו מיר אריבער שיקן די פיילס, אדער לינקן צום מקום וואו איך קען דאונלאודען 3.0.12?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:46 pm#33
דער קרעטשמע
אידיש, מיין איך צו זאגן איבער זעצן די סייט אויף אידיש.

Phpbb איז נישט קיין קאוד שפראך.
די שפראך איז php, די פירמע phpbb שרייבט פארומס אויף די php שפראך
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:34 pm#34
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:זיי בעטן געלט.
איך זוך א בחינמ'דיג'ע.

לייבל?


געלט. וואס פאלטער ביי ? מען קען עס קאנלאודען אן געלט,
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:21 pm#38
Re: דער קרעטשמע
מיין מיינונג האט געשריבן:לייבל, מען קען עס סעיוון אלץ א פראגרעם, אדער עס מוז זיין אויף א סייט?


ס'איז פיילס, מען קען עס סעיווען אלץ פיילס,
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:56 pm#39
Re: Re:
לייבל נסתר האט געשריבן:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:זיי בעטן געלט.
איך זוך א בחינמ'דיג'ע.

לייבל?


געלט. וואס פאלטער ביי ? מען קען עס קאנלאודען אן געלט,

לייבל די מאבייל סייט קאסט יא געלט?
דינסטאג יולי 26, 2016 2:18 am#44
שפיאנען אין קרעטשמע!
איבערקיקנדיג יעצט 2:18 ביינאכט די סעקיוריטי קעמרעס אין קרעטשמע האבן מיר צו אונזער שאק און שוידער געכאפט רויט האנטיג דריי 'שפיאנען' שפיאנירן אויף די ניקס דא!
א מאסיווע אויספארשונג איז אינטערגענומען געווארן צו דערגיין די יארן פון ...אמממ צו דערגיין די אידענטיטעט פון די אנאנימע שפיאנען.

בייגעלייגט איז א סקרינשאם פון די שוידערליכע צענע.
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:18 pm#46
Re: דער קרעטשמע
אהההה! בארוכאשעם! מען קען שוין צוריקומען אין קרעטשמע... נאכדעם וואס עס איז אזוי ברוטאל פארמאכט געווארן...

אדמין, מיר ווארט אויף א עפענטליכער אנטשולדינגונג!

עה עה! סטאפ! כא'נאר געמאכט א דשאוק! נעם ניש אלעס אזוי ערנסט!