וואס זאגט מען דעם גוי.
גייענדיג אזוי אין גאס אין א נישט אידישער געגנט, קומט צו צו מיר א גוי,און מיט א פאלשע העפליכקייט פרעגט מיר, צו ער קען אראפנעמען א פאר מינוט פון מיין צייט, אויף עפעס צו פרעגן.
איך פרובירנדיג צו זיין וואויל, זאג אים יא, על אף זייענדיג געיאגט.
הייבט ער אן, מיטן הקדמה אז ער האפט זיך נישט אנצוהערן פראוואקאטיו,(א תקוות עניים) אז ער האט געהערט פון א אידישער חבר זיינער, אז ביי אידן איז דא אזא געזעץ, אז ווען מען טרעפט אן אבידה ווענדט זיך עס, טאמער וואוינען דארט העכער פופציג פראצענט אידן, דארף מען עס צוריקגעבן, אויב אבער ס'איז ווייניגער נעמט מען עס פאר זיך. אלזא וויל ער וויסען אויב ס'איז ריכטיג.
איך נישט וויסענדיג וואס צו זאגן, און נאך דערצו זיך יאגנדיג, האב אים אפגעפטר'ט אז ס'איז מיר נישט באקאנט.
דער גוי האט מיר באדאנקט פאר מיין צייט, און נאך צוגיענדיגט אז ער האפט ער האט זיך נישט אנגעהערט פראוואקאטיו. נו אוודאי...
איז דער שאלה, וואס זאגט מען אים. מעג מען דאס מכחיש זיין? וואס זאגט מען יא?.