Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
שומרים בכלליות איז טאקע א סוגיא וואס איז נישט אזוי פשוט, מצד א', וועט א בעסערער איידעלער איד נישט זוכן צו ווערן א שומר וד''ל. מצד ב', איז דער מצב אז פרויען און מיידלעך זאלן זיין אפען צו אנגריף דורך נידריגע עלעמענטן, אויך נישט אזוי בעסער און איידל, כמובן.
דער נושא קען ווערן לאנג אויסגעשמועסט, אבער היות וואס רב וואזנר האט זיך נישט באצויגן אויף דעם, נאר ענדערש אז ס'איז '' כמו שיש לנו רשות ושלטון עצמי '', און מ'פירט זיך נישט אויף ווי אידן אין גלות. וויל איך נאר באמערקן אפאר קורצע הערות.
א' - ער האט געאסר'ט זיינע יונגעלייט זיך אנשליסן אין שומרים, אבער ער האט נישט געאסר'ט זיי רופן ווען מען באדארף זי.
ב' - נישט לאנג צוריק האט ער ארויסגעגעבן א בריוו ווי ער ווענדט זיך צו די וואס פאסיגן דערפאר, אז מ'זאל אויפשטעלן אזא משמרת וואס זאל אים העלפן ענפארסן זיינע תקנות. וואס טוט זיך מיט שלטון עצמי?.
ג' - ער איז מגלה דעת '' שאין הם שלוחנו '', נאך שרייבט ער '' לא הייתי כותב כל הנ''ל אם היו מקבלים על עצמם כמה תנאים והגבלות'',
רעבע לעבן, האבן זיי אמאל געזאגט אז זיי זענען אייערע שלוחים? און אפשר טאקע איז דאס וואס שטערט אייך? שוין איינמאל א פראבלעם מיט שלטון '' עצמי''.