נייעס פון גוגל
פעדראלע ריכטער האבן די פארלאפענע פרייטאג אוועקגעווארפן קלאגעס געשליכטעט צו גוגל.
די קלאגעס זענען געווען אז גוגל האט געשריבן קאנטרעקט מיט אלע פראדעצורער פון די ענדרויד דיווייסיס, אז זיי מוזן פערמענאנט ארויפלייגן טייל גוגל עפפס, ווי למשל יוטוב וואס קומט מיט א יעדע ענדרויד דיווייס, ווי אויך אז אויף די היים בלאט איז דא א קנעפל וואס ווערט גלייך מחובר מיט גוגל אן קיין אפציע צו טוישן די זוך מאטאר.
די קלאגעס זענען געקומען פון קונסומער פראטעקשין אגענטורן, טענה'נדיג אז גוגל האט אומבארעכטיגט געצווינגן קונסומערס צו נוצן גוגל סערוויסעס (ווער האט דיר געהייסן קויפן אן ענדרויד?). זיי טענה'ן אז דאס האט געפירט צו א העכערע מארקעט פרייז אויף ענדרויד דיווייסיס צוליב דעם וואס די פירמעס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומפיטן מיט די 'פריים סקרין ריל עסטעיט'
פארלאפענע פרייטאג האט א פעדראלע ריכטער אין קאליפארניע ארויס געווארפן די קלאגעס זאגענדיג אז די קונסומערס האבן נישט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אז דאס האט געפירט צו א העכערע מארקעט פרייז.
די ריכטער האט געגעבן דריי וואכן אז מ'זאל קענען ברענגן באווייזן.
גוגל האט יעצט אויך קלאגעס אין אייראפע, ווי זיי פארפירן אז גוגל טוהט אומבארעכטיגט צווינגן דאס נוצן די גוגל זוך מאטאר, און לויט זיי מוז גוגל געבן די אפציע פאר ביי וועם צו טוישן די פערמענאנטע זוך מאטאר.