ציונות אין קרעטשמע?

41 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #452
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:21 pm#1
ציונות אין קרעטשמע?
א פרישע פלייץ פון דברי ציונות האט באטראפן די קרעטשמע, אלס איד וואס איז נאמן צו די דעת תורה פון אלע גדולי וצדיקי ישראל ווערט מיר דא ענג דאס פלאץ.

אלזא לאמיר מאכן אן אנקעטע איבער א נייע תקנת המקום. אויב דאס רוב לאזן נישט רעדן קיין ציונות זאל דאס אינפארסירט ווערן, אויב מלאזט יא דעמאלט זייט מיר געזונט, כפירה קען מען גיין ליינען אויף קאווע שטיבל אויך.
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:25 pm#2
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
זינט ציונית איז כפירה לויט "אלע" גדולי ישראל זינט איר אויפקום, זעה איך נישט קיין סיבה אין א אנקעטע דערויף.
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:47 pm#4
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
קינדערלעך! זייטס ענק מסביר, וואס רופן ענק ציונות, און וועם רופן ענק '' אלע'' גדולי ישראל.
דינסטאג מערץ 03, 2015 7:12 pm#5
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
ס'שוין דא א סאטמארע סייט, ס'הייסט אייוועלט, ווער ס'האט א פראבלעם וועט אייוועלט זיי מקבל זיין מיט אפענע ארעמס.
דינסטאג מערץ 03, 2015 8:42 pm#6
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איבערלעבער האט געשריבן:קינדערלעך! זייטס ענק מסביר, וואס רופן ענק ציונות, און וועם רופן ענק '' אלע'' גדולי ישראל.

די אשכול איז נישט עכט געווידמעט צו מסביר זיין וואס דאס איז ציונות דעריבער וועל איך בכלל נישט מאריך זיין נאר שרייבן גאר קורץ לצורך הענין.

יעדע מחשבה כאילו מען איז זעלבסטשטענדיג און מען פארמאגט א אייגן לאנד וואו צו וואוינען, א מיליטער וואס באשיצט וכדו' איז ציונות! אלע גדולי ישראל האבן דאס געהאלטן! אלע מיינט אלע.

די אגודה איז באמת געבויעט געווארן נאר פארדעם אז מען זאל האבן א אגודה המאחדת ווי די ציונים האבן צוגעשטעלט, און מיט די ציונים האט מען זיך דאך נישט געוואלט צאמשטעלן צוליב די אפגעפרעגטקייט.
נאך הקמת המדינה האבן די רבני האגודה מחליט געווען (נישט קיין חילוק צו באונס צו ברצון, בידיעה אדער בהעלמה) אז איינמאל די מדינה איז א פאקט דארף מען מיטארבייטן מיט זיי כדי צו האבן א שטיקל אחיזה אין די רעגירונג און אזוי קענען זיי צוריקהאלטן פון טון ככל העולה על רוחם, דורך אריינוועלן נציגים און נאך געוויסע זאכן, אבער אפי' דעמאלטס איז עס געווען נאר צוליב די פאקט אז די מדינה שטייט, די עצם מדינה האבן זיי ווייטער נישט געוואלט.
היינט צוטאג איז ליידער די צומישעניש ביי די אגודיסטישע קרייזן אזוי שטארק אז זיי האבן נישט קיין השגה וויאזוי מבדיל צו זיין בין אגודה לציונות, זיי פרייען זיך בנצחון המדינה און זיי האפן להצלחתה, זיי זענען נשענים על הצה"ל און זיי שטיצן זיי, דאס אז זייערע געדעילים פירן זיך אויך אזוי מיינט נישט אז דאס איז די אגודה פון אמאל.

א תגובה וואס איז מחזק נתני'הו אין זיינע לייסטונגען לצורך המדינה און ענדיגט זיך "העם אתך" וכדו' איז איין שטיק ציונות!

דו האלטסט נישט ווי דער סאטמאר רב ז"ל אין בחירות? דו האלטסט אז די וועג צו פייטן גזירות על הדת איז דורך אריינוועלן נציגים? אקעי, אבער וואס איז דיר א נפק"מ צו נתני'הו האלט יא א רעדע צו נישט? וואס איז דיר א נפק"מ צו נתני'הו'ס רעדע איז געלונגען צו נישט? פארוואס מוזטו נעמען א שטעלונג איבער צוריקגעבן שטחים? פארוואס מוזטו נעמען א שטעלונג איבער אלע אנדער פייטס מיט אראבער און וועלטס לענדער, דאס האט עפעס מיט פייטן דיינע רעליגיעזע רעכטן און תורה?

איך האב שוין יא מאריך געווען זעה איך... די פוינט איז, א תגובה וואס איז אין שטיצע פון "מדינת ישראל" איז ציונות! און קיינער פון די גדולים וואס האבן מתיר געווען די ארומיגע זאכן האט דאס נישט געוואלט.
דאס האט נישט מיט סאטמאר, דאס איז זאכן וואס איז געווען דברים פשוטים איבעראל ביז נישט לאנג צוריק.

דעריבער זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס ציונות זאל ווערן אויסגעשלאסן מכלל כפירה, וואס איז פארבאטן דא.


זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז נישט כולל טריקענע נייעס און פאליטיק פון ארץ ישראל און מדינת ישראל.
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:03 pm#7
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
הייסט די, דער חכם גדול ווייסט אז צום ביישפיל די בעלזא רב זאל זיין געזונט איז צומישט.

אזויווי איך האב פריער געזאגט
get a life
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:25 pm#8
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איך האב קיינמאל געהערט אז דער בעלזער איז געהעריג פארכאפט אין ציונית און איך האב נישט געשריבן אז די מהיגים אין די אגודה זענען צומישט, הגם עס קען זיין אז יא...
און יא! פונקט ווי איך - חכם - נעם מיר די גרויסע ריזיגע קוראזש צו זאגן "מיין מיינונג" אויף מהר"א/מהרז"ל מסאטמאר, פונקט ווי איך וועל שרייבן שרייבן "מיין מיינונג" ווען אימער איך וועל האבן, זאל עס זיין באבוב, גור, סאטמאר, בעלזא, ראחמסטריווקא אא"וו, און פונקט ווי דו וועסט זאגן דיין מיינונג ווען דו ווילסט, די זעלבע טוה איך אפי' די רעדע איז פון איינער וואס זיינע חסידים האלטן אז ער איז דער חכם הרזים אליינס.

אינטערעסאנט... פונקט איהם ברענגסטו?! אז ער האט נישט געהאלטן דאס מויל אויף פיל גרעסערע, זאל איך נישט נישט מעגן זאגן אז זיינע חסידים זענען צומישט, און ער שטיפט ווייטער די וואגן ווי ווייטער פון זיינע זיידעס?
דינסטאג מערץ 03, 2015 10:17 pm#9
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
אויב אזוי זאג ווייטער דיין מיינונג, אבער צווינג נישט ארויף אויף אנדערע.

אגב, ער האט קיינמאל נישט גערעדט אויף קיין צדיק, און שטעלט מען זיך אפ. דאס איז נישט ק'ש שר'י
דינסטאג מערץ 03, 2015 10:46 pm#10
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איך צווינג נישט קיינעם אנצונעמען מיין מיינונג, איך האב נאר אפגעגעבן מיין שטימע אין לטובה'ס וואלן און איר מסביר געווען.

מען האט מיר געבעטן זיך צו מסביר זיין האב איך עס געטון.
מיטוואך מערץ 04, 2015 2:37 pm#11
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איך האב אן אנדער דעפיניציע פאר ציונות: אז צו זיין א איד איז גענוג צו שטיצן ציון, און ס'פעלט נישט אויס צו היטן תורה ומצוות. און צו דעם האבן זיך טאקע אלע גדולי ישראל מתנגד געווען.
דאס וואס מ'שרייבט דא וועגן דער עצם רעיון פון אן אייגענע מדינה, און זיך אליינס באשיצן, איז פשוט נישט אמת.
די תנועה הציונית איז שוין איבער הונדערט יאר אלט, און שוין פאר אזוי לאנג איז מען זיך מתנגד צו איר. אלץ נאר וועגן דעם אויבנדערמאנטער געדאנק אז מ'קען זיין א איד אן היטן די תורה. דאס איז כולל סיי מזרחי סיי אגודה און אפילו די קעגנערס פון די אגודה אויך. מ'האט זיך ארומגעקריגט איבער'ן אופן ההתייחסות, אבער נישט אויפ'ן טעם ההתנגדות. דער איסור פון עלייה בחומה ווערט נישט ערווענט, נישט פונ'ם שינאווער רב, נישט פון די רש"ב, און נישט דורך רבי יוסף חיים זוננפלד.  
אמת, דער סאטמארער רבי האט טאקע געהאלטן אז דער עצם הקמת המדינה איז א מרידה במלכות שמים, אבער אין דעם איז ער געווען א יחיד. רוב רובם פון די גדולי ישראל האבן געהאלטן אז די מדינה כשלעצמה איז א גוטע זאת, טייל אז ס'איז גאר גוט, און טייל אז ס'איז נאר גאנץ גוט. אבער אלע אלע האבן מתפלל געווען און געהאפט אויף איר הצלחה, און זיך געפרייט מיט אירע ניצחונות . (און דאס רעכענט אויך אריין אדמו"ר מסאטמאר בסתר לבו)
איך וויל נישט דא פירן קיין ויכוח איבער ציונות, זאל יעדער ווייטער האלטן ווי אזוי ער וויל. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול איז פארפירעריש. אזוי וואלט געדארפט שטיין: זאל מען ערלויבן צו שרייבן אנדערש ווי די סאטמארער שיטה? און אויף דעם איז מיין ענטפער: יא, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט.  
האט'ס מיר אלע א פריילעכ'ן פורים.
זונטאג מערץ 08, 2015 2:52 pm#12
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
מען דארף פארמעקן דברי ציונות

יעצט ווען עס הערן זיך אין די לופט און בתוך המקוואות החרדיים אסאך ציוניסטישע געדאנקען איז רעלעוואנט די דאזיגע רייד, געשריבן דורך א געוועזענע מתנחל/מזרחיסט

למרבה הפלא הצליחה תנועה זו לרכוש את לבם של אנשים שעד אז לא היו שייכים לחוגי ה'משכילים' או לתולדותיהם אשר כיוצא בהם ה'רפורמים' ושאר 'מתבוללים' וזאת למרות שלא הסתירה כלל את דעותיה ושאיפותיה. כבר ב'מדינת היהודים' -מסמך היסוד שהוביל להקמתה של תנועה זו, ובו הוצג רעיון ה'מדינה העצמאית' ליהודים שיפתור את בעית האנטישמיות, כתב מחוללה של התנועה תיאודור הרצל (שהיה אתאיסט מוצהר וחינך את ילדיו על ברכי התרבות הנוצרית) כי במדינה המדוברת יהיו הרבנים כלואים בבתי הכנסת ולא תהיה להם התערבות כלשהי במדינה, כלומר גירסא ציבורית ל"היה יהודי בביתך ואדם בצאתך" הבאה לומר כי לתורת ישראל יש מקום בחיים האישיים של האדם בלבד ולא במרחב הציבורי ממילא תפקיד הרבנים בא לידי ביטוי רק בכל הקשור לצרכים דתיים אישיים של צאן מרעיתם אך בענינים מדיניים לאומיים זכות הדיבור היא רק ל'משכילים נאורים' אשר השילו מעל עצמם עול תורה ומצוות והמירום בשכל האנושי האוניברסלי. ההשפעה של דעות כפרניות אלה של רוב ככל אנשי התנועה ה'ציונית' על חבריה הדתיים לא אחרה לבוא ויצרה 'דתי חדש' אשר מצד אחד מתפלל שלש פעמים ביום, שומר כשרות, ואולי אף קובע עיתים לתורה אבל לבו בוטח כי הנהגת עניני הכלל של עם ישראל יכולה ואף צריכה להיות בידיהם של פורקי עול ומומרים לכל התורה כולה וכיון שבקרב מומרים אלה היו הדעות חלוקות בנושאים רבים ואף קוטביות עד כדי שנחלקו בהגדרתם ל"ימין ושמאל' חדרה קוטביות זו גם לרשות הרבים של הדתיים ה'חדשים' (הלאומיים) ויצרה הגדרות חדשות כמו "דתי ימני" ו"דתי שמאלי" הבאות לומר: בחיי האישייים אני שומר תורה ומצוות אך בכל הקשור לשאלות הכלל אני תומך במומר ז'בוטינסקי או במומר בן גוריון, בדמוקרטיה או בקומוניזם וכיו"ב. למעשה דימתה תפיסה זו את הדתיים הדוגלים בה לדתיותם של הנוצרים אשר הדת באה אצלם לידי ביטוי רק בחיים האישיים ואילו במרחב הציבורי שולטת הפוליטיקה.
כמו באשר ליחס לאבותיה של תנועה זו ה'השכלה' וה'רפורמה', זכתה גם תנועה זו (הן החילונים שבה והן ה'דתיים' שבה) להתנגדות עזה של כל גדולי הדור המפורסמים שראו את הנולד וידעו כבר בראשיתה כי לא רק את הבעיות הגשמיות כמו אנטישמיות ואפליה לא תפתור תנועה זו אלא שאף תדרדר את עם ישראל שכל מהותו הבסיסית היא רוחנית, לכפירה בעיקרי האמונה הבסיסיים ביותר ולשמד המוני לדורות וגם את הדתיים שבה תביא לידי מצב שבראשם ידורו יחד בכפיפה אחת דעות של אמונה וכפירה, קידוש השם וחילול השם, אהבת תורה ושנאתה, יהדות וציונות מבלי שתהא בהם היכולת הבסיסית להבדיל ביניהן ולהגדיר בצורה אמיתית ומציאותית את המציאות בה הם חיים.
זונטאג מערץ 08, 2015 2:56 pm#13
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איבערלעבער האט געשריבן:איך האב אן אנדער דעפיניציע פאר ציונות: אז צו זיין א איד איז גענוג צו שטיצן ציון, און ס'פעלט נישט אויס צו היטן תורה ומצוות. און צו דעם האבן זיך טאקע אלע גדולי ישראל מתנגד געווען.
דאס וואס מ'שרייבט דא וועגן דער עצם רעיון פון אן אייגענע מדינה, און זיך אליינס באשיצן, איז פשוט נישט אמת.
די תנועה הציונית איז שוין איבער הונדערט יאר אלט, און שוין פאר אזוי לאנג איז מען זיך מתנגד צו איר. אלץ נאר וועגן דעם אויבנדערמאנטער געדאנק אז מ'קען זיין א איד אן היטן די תורה. דאס איז כולל סיי מזרחי סיי אגודה און אפילו די קעגנערס פון די אגודה אויך. מ'האט זיך ארומגעקריגט איבער'ן אופן ההתייחסות, אבער נישט אויפ'ן טעם ההתנגדות. דער איסור פון עלייה בחומה ווערט נישט ערווענט, נישט פונ'ם שינאווער רב, נישט פון די רש"ב, און נישט דורך רבי יוסף חיים זוננפלד.  
אמת, דער סאטמארער רבי האט טאקע געהאלטן אז דער עצם הקמת המדינה איז א מרידה במלכות שמים, אבער אין דעם איז ער געווען א יחיד. רוב רובם פון די גדולי ישראל האבן געהאלטן אז די מדינה כשלעצמה איז א גוטע זאת, טייל אז ס'איז גאר גוט, און טייל אז ס'איז נאר גאנץ גוט. אבער אלע אלע האבן מתפלל געווען און געהאפט אויף איר הצלחה, און זיך געפרייט מיט אירע ניצחונות . (און דאס רעכענט אויך אריין אדמו"ר מסאטמאר בסתר לבו)
איך וויל נישט דא פירן קיין ויכוח איבער ציונות, זאל יעדער ווייטער האלטן ווי אזוי ער וויל. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול איז פארפירעריש. אזוי וואלט געדארפט שטיין: זאל מען ערלויבן צו שרייבן אנדערש ווי די סאטמארער שיטה? און אויף דעם איז מיין ענטפער: יא, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט.  
האט'ס מיר אלע א פריילעכ'ן פורים.


האסט א טעות

די דברי מינות וואס ביבי האט געלופטערט און איז אפלאדירט געווארן דורך חרדישע אידן מיט בארד און פיאות האט נישט מיט די שיטה פון יא סאטמארע רבי אדער נישט עס איז לויט יעדן אפיקורסות און דברי כפירה ר''ל.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:38 pm#14
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איבערלעבער האט געשריבן:רוב רובם פון די גדולי ישראל האבן געהאלטן אז די מדינה כשלעצמה איז א גוטע זאת, טייל אז ס'איז גאר גוט, און טייל אז ס'איז נאר גאנץ גוט. אבער אלע אלע האבן מתפלל געווען און געהאפט אויף איר הצלחה, און זיך געפרייט מיט אירע ניצחונות . (און דאס רעכענט אויך אריין אדמו"ר מסאטמאר בסתר לבו)

ס'קאסט מיר א לאך ווי אומוויסענד דו ביסט.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:38 pm#15
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איבערלעבער האט געשריבן:קינדערלעך! זייטס ענק מסביר, וואס רופן ענק ציונות, און וועם רופן ענק '' אלע'' גדולי ישראל.

אלע גרויסע מענטשן וואס האבן געקעמפט קעגן די רעיון הציוניזם,
ציונות רופט מען ווערטער פון כפירה וואס דער רעיון הציוני האט אריבערגעליפערט צו די חרדישע גאס.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:40 pm#16
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
לטובה האט געשריבן:אלזא לאמיר מאכן אן אנקעטע איבער א נייע תקנת המקום.

ביז ווען איז אפן די שטים בודקע?
זונטאג מערץ 08, 2015 3:43 pm#17
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
שלומיאל האט געשריבן:
לטובה האט געשריבן:אלזא לאמיר מאכן אן אנקעטע איבער א נייע תקנת המקום.

ביז ווען איז אפן די שטים בודקע?

ביז ווען די אישו ווערט מסודר
זונטאג מערץ 08, 2015 3:46 pm#18
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
לויט ווי ס'שטייט יעצט איז דא 73% וואס האלטן אז מ'זאל פארמעקן דברי ציונות קעגן בלויז 23% וואס זעהן נישט קיין פראבלעם דערמיט.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:48 pm#19
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
שלומיאל האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:רוב רובם פון די גדולי ישראל האבן געהאלטן אז די מדינה כשלעצמה איז א גוטע זאת, טייל אז ס'איז גאר גוט, און טייל אז ס'איז נאר גאנץ גוט. אבער אלע אלע האבן מתפלל געווען און געהאפט אויף איר הצלחה, און זיך געפרייט מיט אירע ניצחונות . (און דאס רעכענט אויך אריין אדמו"ר מסאטמאר בסתר לבו)

ס'קאסט מיר א לאך ווי אומוויסענד דו ביסט.

אומוויסענד? איך גלייב שווער אז א מענטש קען אזוי האלטן אויף עני גדול בישראל בכלל, און אויפן סאטמאר רב בפרט.

פאר א סיבה האב איך נישט מגיב געווען.
זונטאג מערץ 08, 2015 3:56 pm#21
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
זשורנאליסט האט געשריבן:ס'שוין דא א סאטמארע סייט, ס'הייסט אייוועלט, ווער ס'האט א פראבלעם וועט אייוועלט זיי מקבל זיין מיט אפענע ארעמס.

עס איז דא נאך אסאך סיבות פארוואס מענטשן אנטלויפן פון אייוועלט

און פארגעס נישט אז זייער אסאך אידן וואס זענען נישט צופרידן מיט אייוועלט ווילען נישט זעהן א אלטערנאטיוו ווי ק''ש
זונטאג מערץ 08, 2015 5:02 pm#23
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:קיינער איז נישט אינטעריסירט אז די קרעטשמע זאל ארויפגיין אויף די 'שמוציגע סייט' ליסטע.

גערעכט , אזוי אויך איז עס נישט געהעריג אפן ביי 'משומר' פילטער
זונטאג מערץ 08, 2015 9:41 pm#24
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
שלומיאל האט געשריבן:'אומוויסענד' האב איך בלויז גענוצט אלס א איידל לשון.

איך שעץ דיין איידלקייט אבער נישט דיין וויסנשאפט. איך בין גראדע יא גוט באקאנט אין די נושא, און איך שטיי ווייטער אונטער מיינע ווערטער. ס'טאקע נישט ווי מ'האט ענק געפיטערט אין סאטמארער חדר, סארי עבאוט דעט.
זונטאג מערץ 08, 2015 9:55 pm#25
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
עסקן האט געשריבן:
זשורנאליסט האט געשריבן:ס'שוין דא א סאטמארע סייט, ס'הייסט אייוועלט, ווער ס'האט א פראבלעם וועט אייוועלט זיי מקבל זיין מיט אפענע ארעמס.

עס איז דא נאך אסאך סיבות פארוואס מענטשן אנטלויפן פון אייוועלט

און פארגעס נישט אז זייער אסאך אידן וואס זענען נישט צופרידן מיט אייוועלט ווילען נישט זעהן א אלטערנאטיוו ווי ק''ש

ס'דא צוויי סיבות פארוואס מ'אנטלויפט אהער פון אייוועלט. איינס, טאקע ווייל ס'איז א סאטמארע סייט, והשנית, ווייל מ'לאזט נישט דארט רעדן פון דער אהרונים /זאלונים פאליטיק.
שוין טאקע צייט מ'זאל קלארשטעלן וועלכע פון די צוויי איז דער צוועק פון דער קרעטשמע דא.
מאנטאג מערץ 09, 2015 12:58 pm#27
Re: ציונות אין קרעטשמע?
ב"ה לא אלמן ישראל, א ריזיגע מערהייט זאגט קלאר אז זיי ווילן נישט חלילה פארשמירן דעם סייט מיט דברי ציונות.

ברויך מען זען וויאזוי מען קען אינפארסירן דעם רצון פון רוב מנין ובנין פון חברי הקרעטשמע בעז"ה.
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:03 pm#29
Re: ציונות אין קרעטשמע?
זאגסט א גוטע געדאנק.

אויב מעקט מען טאקע, זאל עס יעדעס מאל ווערן פארשריבן אין דעם באשטימטן אשכול, וואו און פארוואס מען האט געמעקט, כדי נישט חלילה צו מצער זיין דעם כותב נאר פשוט זיך האלטן צו דעם רצון פונעם עולם.
מאנטאג מערץ 09, 2015 1:11 pm#31
Re: זאל מען ערלויבן צו שרייבן ציונות ?
איבערלעבער האט געשריבן:
שלומיאל האט געשריבן:'אומוויסענד' האב איך בלויז גענוצט אלס א איידל לשון.

איך שעץ דיין איידלקייט אבער נישט דיין וויסנשאפט. איך בין גראדע יא גוט באקאנט אין די נושא, און איך שטיי ווייטער אונטער מיינע ווערטער. ס'טאקע נישט ווי מ'האט ענק געפיטערט אין סאטמארער חדר, סארי עבאוט דעט.

וואס סאטמארע חדר ווען סאטמארע חדר, זייט ווען האט אנטי ציונות מיט סאטמאר איינגעלייגט?

היינט מיינט מען אז ס'איז נאר סאטמאר וואס איז קעגן די ציונים, אבער דער אמת איז אז דער סאטמארער רבי האט סך הכל ממשיך געווען בתוקף ועוז די אמת'ע דעת תורה פון אלע אמת'דיגע ערליכע אידן פון פארן קריג, אבער ער האט בכלל נישט מחדש געווען דאס התנגדות קעגן ציונות.

קוק אריין אין די ספרים פון מונקאטשער רב זי"ע וואסערע שארפע לשונות ער האט געשריבן קעגן די ציונים, אזוי אויך איז ידוע ווי שארף ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע איז געווען קעגן די ציונים, און די ליסטע גייט נאך פיל ווייטער.
מאנטאג מערץ 09, 2015 2:54 pm#32
Re: ציונות אין קרעטשמע?
עס דערמאנט ווען אין די יונג יארן פינעם אמעריקאנער אידישע אויפבליה פלעגט מען יעדע זאך וואס האט געהאט שייכות לדת יהודית אנרופען סאטמאריש, אויב עמיצער האט זיך אנגעהויבען שעמען מיט חילול שבת צו אנהייבן גיין בלבוש חסידי האט מען אים פארשמירט מיטן סאטמארען פלעק, אזוי איז היינט געבליבען די בליק אויף ריין ציוניזעם אז ס'איז א סאטמארע פראבלעם
מאנטאג מערץ 09, 2015 2:57 pm#33
Re: ציונות אין קרעטשמע?
זייגער האט געשריבן:זיכער אז ס'זאל זיין א אלוועלטליכע סייט.

גערעכט, און אלוועלטליכע אידנטום איז זיך מתנגד צו די רעיון הציוניזעם א חוץ אפאר אלטע באטשיס וואס זינגען נאך התקוה און זאגן מיט א שם ומלכות הלל ביום העצמאות
דינסטאג מערץ 10, 2015 7:35 am#35
Re: ציונות אין קרעטשמע?
ווילאנג א תגובה איז נישט קעגען די 13 אני מאמין'ס, גייט עס נישט געמעקט ווערען,
סתם אהבת ציון (ווי אהבת ישראל, אין אהבת ארץ ישראל) איז נישט קיין כפירה, פארקערט, דער באשעפער האט אויך ליב ציון,
ווער ס'האט א פראבלעם דערמיט קען גיין אויף אייוועלט און האקען אויף ציונות וויפעל ער וויל, און אפילו אויף אייוועלט האבען זיי שוין נישט קיין נערווען דערצי און יעדען אשכול,

גענוג מיט די שנאה און האס, ווער ס'פארנעמט עס נישט איז נישט געצווינגען צי שרייבען דא, אבער קומטס נישט איינטיילען פאר יענעם,

ווער ס'האט נישט פארשטאנען קען איבערפרעגען.
דינסטאג מערץ 10, 2015 12:14 pm#37
Re: ציונות אין קרעטשמע?
וער איז למעשה בעל הבית דא אויפן סייט ? ווער קען אפמאכן אויב מען מעקט אדער נישט ?
דינסטאג מערץ 10, 2015 2:28 pm#38
Re: ציונות אין קרעטשמע?
לטובה האט געשריבן:וער איז למעשה בעל הבית דא אויפן סייט ? ווער קען אפמאכן אויב מען מעקט אדער נישט ?


דער וואס האט עס אויפגעמאכט.
דינסטאג מערץ 10, 2015 2:34 pm#39
ציונות אין קרעטשמע?
יעדער אן אויסנאם האט דא א גלייכבארעכטיגטע מיינונג

דערווייל איז נאך נסתר צומישט צווישען אהבת ציון און אהבת מינין
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:15 am#40
Re:
Yiddish האט געשריבן:יעדער אן אויסנאם האט דא א גלייכבארעכטיגטע מיינונג

דערווייל איז נאך נסתר צומישט צווישען אהבת ציון און אהבת מינין


ער איש בעלהבאס
דינסטאג יולי 25, 2017 4:17 am#41
Re: ציונות אין קרעטשמע?
עס וואלט אפשר יא גיט געווען אויב מען שרייבט וועגן ציונות ווייל אזוי וועט מען עס קענען אפפרעגען אין די עולם וועט זיך מער אויסקאכען אין די שיטה הקדושה