הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » תמחה זייכער, זעכער, עמלק...

תמחה זייכער, זעכער, עמלק...

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #453
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מערץ 03, 2015 5:35 pm#1
תמחה זייכער, זעכער, עמלק...
דעם פארגאנגענעם שבת האבן אידן בכל תפוצות ישראל געליינט אין די תורה דעם פרשה פון זכור את אשר עשה לך עמלק. איז דאך ידוע אז עס זענען דא כמה אידן וואס ליינען דעם ז פון זכר עמלק מיט א צירי, און אנדערע ליינען עס מיט א סגול. אזוי צו אזוי קומט אויס אז מען קען עס ליינען דריי וועגן.
זייכער,
זעכער,
זעיכער.

ווענצעך וויזוי מען זאגט א צירי און וויזוי מען זאגט א סגול. למשל ביי אונז אין בית מדרש זאגט דער בעל קורא אזוי: תמחה אז זייכער עמלק מתחת השמים, תמחה אז זעכער עמלק מתחת השמים, לא תשכח.

זענען דא וואס זאגן איבער טייל פון דעם פסוק, אזוי ווי ביינונז אין בעסמערדריש, ביי אנדערע זאגט מען איבער דעם גאנצן פסוק און ביי אנדערע גאר נאר דעם איינעם ווארט זכר.

פארציילט מיר א איד אז ער האט געדאווענט אין א בית מדרש ווי דער בעל קורא האט געליינט אזוי: תמחה את זייזעכער עמלק...

נאכן דאווענען גייט צו צו אים א איד און זאגט אים אזוי. אויב ליינסטו זייכער, האסטו דאך יוצא געווען עכ"פ לויט טייל שיטות, אויב ליינסטו זעכער, האסטו דאך אויך אוודאי יוצא געווען לויט טייל שיטת, אבער לויט ווי דו האסט געליינט האסטו זייזעכער נישט יוצא געווען אפילו לויט איין שיטה...




(נ.ב. דאוי לאכט מען...)
זונטאג מערץ 15, 2015 10:42 am#4
Re: תמחה זייכער, זעכער, עמלק...
ס'דאך א שטיקעל סתירה, דער וואס זאגט זייכער זאגט זעיכער נישט זעכער? כ'האב טאקע געהערט אז אין אמונת ישראל ליינט מען יא אזוי זייכער זעכער, ומהאי טעמא, ווייל ס'דא אין שוהל אידן וואס דאווענען מיט די ליטווישע הברה, איז בשלמא ווען מ'זאגט זייכער ווייסן זיי אז יעצט ליינט מען זעיכער מיט א חסידישער צירה, אבער אז מ'וועט ליינען זעיכער וועלן זיי עס נישט הערן אלץ זעכער מיט א חסידישער סגול, נאר אלץ זייכער מיט א ליטווישער צירה. קומט אויס אז '' זעכער '' זענען זיי נישט יוצא...
זונטאג מערץ 15, 2015 10:59 am#5
Re: תמחה זייכער, זעכער, עמלק...
זייגער האט געשריבן:איך בין געגאנגען צו עטליכע מנינים

ס'קומט אריין א איד אין שטיבל און דערציילט אז ער האט געהערט זכור דריי מאל, וואס איז? רש''י האט דאך דריי פשטים אין ויזנב בך, האט ער יעדער מאל אינזין געהאט אן אנדער כוונה. רופט זיך אן א קלוגער איד און זאגט אים, אויב אזוי דארפסטו הערן נאכאמאל ווייל ס'דא א פערטע פשט, ויזנב בך - און ער האט דיך געמאכט פאר א שוואנץ...
זונטאג מערץ 15, 2015 11:01 am#6
Re: תמחה זייכער, זעכער, עמלק...
איך בין אינגאנצן צומישט פון די אלע נוסחאות
אמאל האט מען נישט געוויסט עפעס אנדערש פון זייכער
אדער זעיכער אין די ערטער ווי מען האט אזוי גערעדט