בעלזע טשעפנאקעס

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #462
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מערץ 11, 2015 9:04 pm#1
בעלזע טשעפנאקעס
ביי די יעצטיגע וואלן טערמין אין די מדינת ישראל רעגירונג איז דא א שארפע צושפליטערונג ביי די חרדישע רייען וואס שיקן דעפוטאטען אינעם כנסת
די מלחמה קומט פאר סיי אין יהדו''ת און סיי אין ש''ס
ביי די ספרדים שלאגן זיך ארום די פירער פון ש''ס און יחד
ביי די אשכנזים זענען די ליטווישע שטארק צושפליטערט, אין די צייט וואס די דגל פארטיי בראשות רב שטיינמאן הייסען וואוטען פאר ג' טוען די נאכפאלגער פון הרב אויערבאך בויקאטירען די וואלען און גרייטען צו א העפטיגע ווידערשטאנד קעגן ג' צו הייצען די לופט אקעגן וועלן פאר ג', מיט די טענה אז ג' איז היינט א רעכטע מזרחי פארטיי מיט אלע פיטשעווקעס

די ווינדער איז נאר וויאזוי די חצופים לבית בעלזא ריקן זיך אלס אריין זייער חוטם אין אזעלכע פעלער
אין די צייט וואס די אגודת ישראל וואס באלאנגט צו די חסידים האבן פרובירט משכנע צו זיין הגאון רבי שמואל אויערבאך צו קומען זיך מצטרף זיין צו וועלן פאר ג' און האבן פרובירט צו שאפן א געמיינזאמע שטימע
אין דעם זמן טוען די בעלזא פראפאגאנדירער אויפן באפעל פון זייער ראש טשעפען די נאכפאלגער פון הרב אויערבאך מיטן אריינלייגען אינעם המחנה החרדי שטעך עדווערטייזמענטס קעגן הרב שמואל אויערבאך, אויכעט האט דער ראש לבית בעלזא פערזענליך געשיקט א בריוו היינט צום אסיפה וואס דגל האט היינט געמאכט אין די גאסן פון בני ברק צו ציען די מאסן וויילער צו וועלן פאר ג' און זיך נישט לאזן פארפירן פון הרב ש. אויערבאך, עס קוקט אויס פינעם אויסגערעכנטער אקט מצד בעלזא אז זיי ווילען פערזענליך טשעפען דעם הרב אויערבאך שליט''א
וואס וויל דער בעלזער פון הגאון רבי שמואל??  וואס שטערט אים אז עס איז דא א גדול בישראל וואס האט זיין מיינונג?? איז דען נישט בעלז אלס געווען די וואס האבן געשריגען אז מען דארף יעדן רעספעקטירען פאר זייער מיינונג, און אפילו די קוקניקעס און מזרחיסטען דארף מען אנערקענען צוליב זייער רעכט צו האבן א מיינונג, און מכבד זיין יענעם פאר זיין מיינונג
מיטוואך מערץ 11, 2015 9:57 pm#2
Re: בעלזע טשעפנאקעס
פארוואס הייסט א בריוו צו אן עצרת לטובת ג' א פערזענליכע פגיעה אין הרב אויערבך? בעלז גייט דאך אופיציעל מיט ג'??
אגב, על אף וואס דו ביסט ממילא איינזייטיג, מעגסטו פארט פרובירן שרייבן אביסל מער באלאנסירט. ס'וועט פשוט מאכן דאס ליינען אביסל מער אפעטיטליך.
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:35 am#3
Re: בעלזע טשעפנאקעס
עסקן דו ביזט ווערט קעש.. דיינע אויסדריקן און טענות זענען פיין.
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:26 pm#4
Re: בעלזע טשעפנאקעס
איבערלעבער האט געשריבן:פארוואס הייסט א בריוו צו אן עצרת לטובת ג' א פערזענליכע פגיעה אין הרב אויערבך? בעלז גייט דאך אופיציעל מיט ג'??
אגב, על אף וואס דו ביסט ממילא איינזייטיג, מעגסטו פארט פרובירן שרייבן אביסל מער באלאנסירט. ס'וועט פשוט מאכן דאס ליינען אביסל מער אפעטיטליך.

די אסיפה לטובת ג' איז געווען א פערזענליכע אישו צווישען אנשי נצח און אנשי חזו''א 5 אז דער בעלזער שטעקט אריין די חוטם לטובת א צד איז די אפטייטש א פגיעה אישי און הגאון ר' שמואל

אז די ווילסט באלאנסירען די נושא אדרבה פרוביר דו, איך זע נישט דא דעם צד השני בכלל
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:07 pm#5
Re: בעלזע טשעפנאקעס
מיט באלאנס האב איך געמיינט אז דו זאלסט פשוט שרייבן ווי איינער וואס איז נישט פערזענליך אינוועסטירט, אפילו אז מ'האט א דעה.
כעת שטעלסטו זיך פאר ווי א באצאלטע פראפעגאנדיסט.
דינסטאג מאי 12, 2015 5:12 pm#10
Re: בעלזע טשעפנאקעס
פאנטאזירער האט געשריבן:בעלזע רבי איז געפארן צו בעלז נעכטן פאר די אייניקל'ס חתונה

מקור?
דינסטאג מאי 12, 2015 6:13 pm#12
Re: בעלזע טשעפנאקעס
שלומיאל האט געשריבן:
פאנטאזירער האט געשריבן:בעלזע רבי איז געפארן צו בעלז נעכטן פאר די אייניקל'ס חתונה

מקור?


בחדרי
מאנטאג יולי 18, 2016 9:02 am#14
Re: בעלזע טשעפנאקעס
אין בעלז טשעפעט מען די דע"ת פין די פריערדיגע גדולים נ"ע

ליינט און שטוינט
m https://drive.google.com/file/d/0B3ueQD ... sp=sharing m