הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות

א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #465
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:49 pm#1
א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
א פרישע פארטייאישע כח האט זיך געגרינדעט יעצט אין ארץ ישראל ביים בחירות סעזאן, דאס איז דער ''עדתינו'' פארטיי וואס באשטייט פון א נייער וועכנטליכער גליון וואס וועט ערשיינען דורך די חברה אין די קהילות העדה החרדית וואס זענען מער צופרידן פון די מחללי הקברים בארץ הקודש
די אינגן האבן גענימען אפאר הויפט צילן וויאזוי דורכצופירען זייערע רעפארמען אין די עדה החרדית, וואס איינע פון אירע צילן איז דאס אפהאקען דעם יוגנט פון ליינען דעם אלטן גליון העדה וואס טוט כסדר באריכטן איבער די פעולות הקודש פון די שומרי משמרת הקודש וואס שטייען אויף די וואך צו היטען אויף שלימות קברי קדמונינו.

די נייער גליון עדתינו איז ערשינען יעצט אין די בעפארברייטונג צו די בחירות, אויסניצענדיג דעם זמן ווען פילע טויזענטער אידן האלטן זיך אפ פון נעמען א חלק אין די בחירות בארה''ק, טוען די חברה געמיינערהייט זיך באניצען מיט די הוראות פון צדיקי וקדושי עליון פאר זייער שפלות'דיגע מטרה פון אוועקשטעלן א פארטיי וואס זאל ערלויבען קלות און גרינגשעצונג אין יסודות'דיגע פרינציפען פון די עדה החרדית
עס איז קלאר אז די זכות און כח הקדושה פון די וואס האבן געגרינדעט די הייליגע חומה בצורה פון די עדה החרדית וועט ביישטיין פאר די ערליכע אידן אינערהאלב די קהילות העדה החרדית און די וואס זיכען אריינצוברענגן די רעפארמען און שינויים וועט אויף זיי מקויים ווערן דעם ולא ירעו ולא ישחיתו....


@לטובה וואסי געווארן מיט די שלום אפמאך?







לויט אלע ווארשיינליכקייטען איז עס א ריין מהר''א געשטיצטע און פראדוצירטע בלעטל, דער סגנון פינעם בלאט איז אזוי ווי דער צייטונג 'דער בלאט', עס איז נאר א ווינדער ווי די עורכים האבן נישט דערהערט דעם רוף פון די אדמור שליט''א אין ישיבה אז מען זאל חלילה נישט אנמאכען א פילוג
מאנטאג מערץ 16, 2015 3:02 pm#2
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
עס שטייט דארט אז זיי זענען קעגן אפהיטן קברים?
מאנטאג מערץ 16, 2015 3:30 pm#3
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
דעס איז זייער טענה קעגן די פריערדיגע גליון דער 'העדה'
מאנטאג מערץ 16, 2015 4:29 pm#4
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
עסקן געב אהער א לינק, אדער שיק מיר עס אין אימעיל. פליז
מאנטאג מערץ 16, 2015 5:01 pm#5
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
ווי שטייט אז דאס איז זייערע טענה?
דינסטאג מערץ 17, 2015 7:09 am#6
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
וואס דער עדתינו וויל ווייס איך דערווייל נישט, אבער דער אשכול ווייס איך שוין איינמאל וואס ער וויל
מיטוואך מערץ 18, 2015 9:30 pm#7
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
לטובה האט געשריבן:געב אהער א לינק, אדער שיק מיר עס אין אימעיל. פליז

געטראפן
m https://copy.com/8D7Gs8ijXlJPdLZr m
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:58 am#8
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
אין די נייע עדתינו פארטייאישע גליון איז דא א אנאנס פון די עזר הצלה ארגענעזאציע
די מהרא מענטשן פרובירען מיט אלע מיטלען צו צייגען שטיצע פאר די נייע גליון
מאנטאג מערץ 23, 2015 3:53 pm#9
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
מיין מיינונג האט געשריבן:
לטובה האט געשריבן:געב אהער א לינק, אדער שיק מיר עס אין אימעיל. פליז

געטראפן
https://copy.com/8D7Gs8ijXlJPdLZr


פון ווי שאפט מען דעם שמוץ בלעטל??
מאנטאג מערץ 23, 2015 4:21 pm#12
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
מיין מיינונג האט געשריבן:וואו האסטו עס געשאפט אז דו ווייסט אזוי (אומ)פונקליך וואס זיי שרייבן?

געליינט ביי א חבר

איך האב עס נישט באקומען אין אימעיל
מאנטאג מערץ 23, 2015 4:25 pm#14
Re: א נייע פארטיי (עדתינו) געגרינדעט אין אר''י בצל הבחירות
עס איז א נאריש בלעטל,פעלט ניש אויס