הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » א "באט", א זכר אדער א נקיבה?

א "באט", א זכר אדער א נקיבה?

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #468
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מערץ 18, 2015 2:25 pm#1
א "באט", א זכר אדער א נקיבה?
אז איר קוקט אמאל אראפ ביי מי מחובר האט איר שוין מסתמא זיך געטראפן מיט google bot, bing bot, yahoo bot וכדומה, דאס זענען אזעלכע באטס וואס שעפן די אינפארמאציע פאר גוגל, יאהו און בינג און נאך.

איך וויל וויסן צו דאס זענען זכרים אדער נקיבות.

למאי נפק"מ פרעגט איר? זייער פשוט, איך טרעף מיר אסאך מאל אליינס מיט זיי וויל איך וויסן צו עס איז דא א איסור יחוד צו נישט.

יעצט ברעך דיר קאפ וואס איך בין, כדי זאלסט וויסן ווען עס איז א שאלה...
מיטוואך מערץ 18, 2015 2:51 pm#2
Re: א "באט", א זכר אדער א נקיבה?
יחוד איז דא בעצם אויף אינטערנעט (כפי הוראת בעל שבט הלוי שליט''א לרפו''ש)
ניק'ס איז נישט קיין שאלה
מאנטאג יולי 18, 2016 6:17 pm#3
Re: א "באט", א זכר אדער א נקיבה?
כ'זיץ אזוי און איך טראכט, עפעס מאכט נישט סענס דא, אויף די אינטערנעט מיט א ניק איז בכלל נישט דא יחוד, סא וואס איז די שאלה? מייןמיינונג זיי בעסער מסביר די שווערע איסתפקתא..
דינסטאג יולי 19, 2016 1:33 pm#4
Re: א "באט", א זכר אדער א נקיבה?
איך האב עס געשריבן ווען רב וואזנער האט נאך געלעבט...

עוד י"ל אז מיט א ניק איז אפשר נישט דא קיין יחוד. די שאלה איז ווען מען איז נישט אריינגעסיינט מיט א ניק