שלום עליכם, עליכם השלום.

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #48
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:23 pm#1
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
עמיצער קען דא פארלעשן דעם זייגער?? ער הערט נישט אויף צו ליארמען און נערווירען
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:01 am#2
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
איך האף צו פאוסטן דא מיינע ארטיקלען, אבער איך וויל הערן רעזאלטס.
פרייטאג אפריל 24, 2015 10:40 am#4
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלומיאל האט געשריבן:נר מערבי האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף לכבוד ה' אייר

ער האט נעכטן געפראוועט??
אין די קנאישע ערטער איז מען היינט פרייטיג מדקדק צו זאגן תחנון אויף די פינסטערע געשעהניש
פרייטאג אפריל 24, 2015 10:49 am#5
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
דער נער מערבי האט זיך אנגעטון א ''מזרחי'' קאפל
מאנטאג אפריל 27, 2015 7:21 pm#6
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
עסקן האט געשריבן:דער נער מערבי האט זיך אנגעטון א ''מזרחי'' קאפל


חחח לץ די איינער
מיטוואך מאי 20, 2015 12:35 pm#7
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלו עליכם @ valu מיר קוקן ארויס אויף די וועליו וואס איר וועט צולייגן צום קרעטשמע
מאנטאג יולי 27, 2015 10:27 pm#9
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום עליכם ברודערליך
קומט צו גיין א דארפסמאן א נייע פנים אינעם קרעטשמע ווארט צו זעהן אפאר פרישע פנימער
צו זעהן אידן שמיסן צווישן זיך
צו באקומען אן שלום עליכם
אדער כאטש א קלאפ אין ריקן
אדער אפילו א שפיי

אבער אין קול ועונה אינמיטן טאג קוקט אויס ווי ביינאכט, ס׳קוקט אויס ווי נאך א מגיפה ח״ו
פארוואס שלאפט איר ברודער עורי ישנים
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:30 pm#11
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום עליכם אידן,

דער גרויסער שרייבער בין איך נישט דאס מיינט אז אסאך צו הערן פון מיר זאלט איר נישט ערווארטן,
איך קלער זיך צו לאזן הערן מיט ליקוטים על הפרשה בעזר ה',
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 6:26 pm#13
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום וברכה,

איך בין בסך הכל נאך א צוהערער, וכמגיד, נישט ערווארטן צו סאך. ויהא בואנו לברכה.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:06 am#14
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
מגיד האט געשריבן:שלום עליכם אידן,
דער גרויסער שרייבער בין איך נישט דאס מיינט אז אסאך צו הערן פון מיר זאלט איר נישט ערווארטן,
איך קלער זיך צו לאזן הערן מיט ליקוטים על הפרשה בעזר ה',

מען ווארט מיט שפאנונג צו הערן די דברי מגידות
יהא בואכם לברכה
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:27 am#15
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
מסודר האט געשריבן:שלום וברכה,

איך בין בסך הכל נאך א צוהערער, וכמגיד, נישט ערווארטן צו סאך. ויהא בואנו לברכה.

ברוך הבא! יעצט זענען מיר שוין מסודר ;)

יהא בואך לברכה, און לאזט אייך אודאי יא הערן
דינסטאג מאי 17, 2016 12:40 pm#18
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
מ'געב מיר אלע א ברייטע שלום עליכם פאר אונזער נייע גאסט א שטילע איד

הרב א שטילע דא ביי אונז אין קרעטשמע רעדן שטילע אידן אויך
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:03 pm#21
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום עליכם אידן,

איך באזוך שוין דא פאר א וויילע און איך האף כסדר אז דער ארט וועט אויפפיקן ווייל איך האלט דוקא אז עס האט א מקום אין אונזער קאמיוניטי, ווי עס ווייזט זיך טאקע ארויס פון דעם מציאות אז עס דעכעט, כאטש קוים קוים, אבער קיינער וויל אים נישט לאזן גיין פייפן. זעה איך אז נאך אנדערע שפירן ווי איך, אז דאס מקום דארף זיין, מען וויל נאר לאזן די מצוה פאר א צווייטן.

האב איך דערווייל מחליט געווען אז 'עפעס' וויל איך אויך טאן דערצו. כאטש איך ווייס נישט וויפיל איך וועל קענען, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כאטש וועל איך טרייען אביסל צו שרייבן און עפעס מוסיף זיין צום ארט.

זיך האפענטליך ווידער צוזעהן,
בוקי בן יגלי
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:28 pm#22
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום עליך הרב בוקי
האף מען אז יהא בואך להרמת קרן ה'קרעטשמע
עס האט א שטארקע מקום נאך צו בויען ווייטער, לייגט צו א פלייצע.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:14 pm#23
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
אה! שלום עליכם בוקי! אריינגעקומען ווי א יגלי אין קרעטשמע! מאכט אייך באקוועם, המממ.. אייגנטליך, זייט דא עכט באקוועם מיר האבן נישט ליב קיין געמאכטע מעשיות...

אייער אנוועזנהייט גיבט א געפיל אז מיר האבן נארוואס צובאקומען א געשמאקע חבר, ווי זאגט נאר יגלי, 'דאונט העזיטעיט', ריטשארדש די בעטערי און פאנג אן דעליווערן און איין געשמאקע תגובה נאכן צווייטן נאכגעפאלגט מיט נאך אפאר פיינע תגובות און אזוי ווייטער...

אה.. און פאר איך פארגעס די ווינדא אין בעק פון די קאווע איז אביסל צובקראכן וואטש אוט.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:50 pm#24
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שלום עליכם אידן איך קום דא אריין ווי א יון אין די סוכה
כאטש דא וועל איך האבן מנוחה
איך האף אז מען זאל מיך אויפנעמען שיין
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 1:14 pm#25
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
עליכם שלום!
דאנעמט מען יעדעם אויף שיין. מאך דיך באקוועם, נעם דיר א פלאץ, דער סערווירער וועט דיר שוין צוברענגען די מעניו, דערווייל שרייב אראפ דיינע נאטיצן...
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:19 pm#26
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
אה שעפעלע העלא! גוט אז דו ביזט געקומען אהער! (טו אויס דיין שיך ביטע ס'איז זייער בלאטע'דיג און ס'מאכט שמוציג די פלאר.)

איך ברענג דיר שוין א בענקל איימעניט.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:38 pm#27
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
ישר כח פאר די שיינע אויפנאמע עס גיבט א גוטע געפיל

מיין מיינונג איך האב נישט קיין פעפער...

יאהאן שנעל מיין פיס טוט שוין וויי...
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:24 pm#28
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
דא האסטו...
ch.JPG
ch.JPG (18.83 KiB) געזעהן געווארן 2501 מאל

פילסט שוין בעסער?
פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:36 am#29
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
אההה! סערצעך? סערצעך?
אקעי ערנסט, סערצעך? סערצעך?
מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 11:23 pm#30
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
שאמאלייכעם! אלעס ווייסער, נו לאמיר זען וואס דו ווייסט אלס... פאנג אן ארויסלייגן דיינע ידועות!
דינסטאג יאנואר 03, 2017 2:16 pm#31
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
האלא...? יא נתן?? יא, איך שוין אנגעקומען.. יא.. ב״ה.. יא יא.. אבער הער שוין אויס.. איך בין דא אליינס, האסט מיר געזאגט אז דו גייסט מיר אפווארטן און... וואס?? נא... קיינעם.
עס איז שא שטיל, חוץ א ווידערקול וואס קלאפ אהין און צוריק אויף די שטויביגע ווענט הער איך גארנישט, איך זע גארנישט.

ווילסט מיר זאגן אז איך האב געמאכט א טעות?

וואס???

איך הער דיר נישט גוט...

רעד קלאר...

דייל טאון!!!
דינסטאג יאנואר 03, 2017 2:42 pm#32
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
ער דרייצעך נישט דא פערטל צו פיר פארטאגס, נתן, ער איז שוין אין סמעדריש אזא צייט.

אבער דו, בייזער, האב עטוואס געדולד, דארט ביי צפון זע איך נאך איין צוזאמלייגבארע בענקל, כאפ עס שנעל פאר איינער נעמט עס, לייג אראפ דיין הוט אויף עס, אז מען זאל וויסן אז עס איז פארכאפט, מאך דיר א קאווע נעבן די אריינגאנג, און קום, מען גייט פיין פארברענגען ביז נתן וועט אנקומען, הוי וועט גוט זיין... אבער, בייזער זיך נישט...
דינסטאג יאנואר 03, 2017 5:58 pm#33
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
זעט נישט אויס ווי איך דארף עפעס כאפן, נישט דא ווער עס זאל עס אויסכאפן
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:37 pm#35
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
יוישששש! פונקט נעכטן געטראפן דער נתן (אממ... וועכע נתן? דער מיט די ברוינע קוטשמע און שווארץ און ווייסע פלאס גלעזער מיט סקאטש טעיפ אויף די לינקע הענטל? יא, מיינסט אים?) מיט א שמייכל פון דא ביז אביסל אהינציר און לאכט מיט א שטימפיגע ווידערקול! וואס איז? דער "בייזער" גייט אים קומען זיכן אין "קרעטשמע" ווי די צען'טע ברעקל נאך בדיקת חמץ און גייט טרעפן א ליידיגע קרעטשמע מיט אביסל שריים פון די סעודה המפסקת נעכטן ערב פסח! יוי גייט ער זיין אפסעט! חחחח!

דאן רוימט ער מיר אריין אין די אויער " ווייסט!..." המממ.... נע, איך זאג עס נישט איבער, ס'לאשענארע...
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 8:31 pm#36
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
עהם... עהם... עהם...

העי! מיין מייק ארבעט נישט! האסט מיר געגעבן טראמפ'ס אלטע מייק דו וואגאבונד!

אה, געמיר דעי מייק, אזוי. טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי. וואן וואן, עה עה עה, עהההההההה, טעסטינג טעסטינג, עי בי סי די אי עף דזשי, עי עי, ררררררררררררררר, באם באם באם. אקעי, יעצט איזעס גוט, מאך נאר אביסל העכער די וואליום. שכוח.

איזאזוי, קודם כל, שלום עליכם אייך אלע אנגעטרינקענע יושבים און שיכורים! ס'איז ממש א נחת אנצוקומען צום קרעטשמע און טרעפן אפאר גוטע שיכורים מיט וועמען צו פארברענגען, נאר איין זאך, איך ווארן אייך! ברעכטס מיר נישט אן!!!

וואו איז דא א ליידיגע זיץ פאר מיר? זיצן נעבן דעם גראבאטש? נע, דער נעמט דאך אויף ס'גאנצע באנק. נעבן דעם נידריגן דארט? לאמיר פראבירן. כ'קען דא זיצן? א דאנק דיר.

יעצט קען מען ענדליך אנהייבן. קרעטשמער! אהער מיט די משקה! מיין האלז איז אויסגעטריקנט ווי א זופ און לאקשן!

יא יא, דא בינעך טאקע, אלטערנאטיוו אבער א פאקט...
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:39 pm#38
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
גארנישט קיין גאסט, ער פילט זיך ווי א תושב פון תושב-לאנד...
דער אייבירשטער זאל דיר העלפן זאלסט און קענען נאך אסאך מהנה זיין
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:45 pm#39
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
א דאנק ראביי מיין מיינונג פארן היימישן אויפנאמע! ס'פילט זיך גאר געשמאק אזוי אנצוהייבן! דאנקע שעין נאכאמאל.
מיטוואך מערץ 22, 2017 11:04 pm#43
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
עליכם שלום לייבעלע, קום נאר מיט מיר, איך וועל דיר שוין מאכן פלאץ !
זונטאג מערץ 26, 2017 7:00 pm#46
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
זייער טויט דא... איך האף אז דער קרעטשמע וועט ווערן איבערגעפילט און ס'וועט זיך גיסען ברוינפן לרוב!
זונטאג מערץ 26, 2017 7:03 pm#47
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
בכל סייט וסייט חייב אדם בשבילי נברא הסייט, אין הדבר תלוי אלא בי, אז איך וועל שרייבן וועט יענער אויך שרייבן!
זאל זיין דיי קומען צו מאכן פריילעך אין קרעטשמע...
זונטאג מאי 14, 2017 1:10 pm#50
Re: שלום עליכם, עליכם השלום.
מיט פרייד טוען מיר ענטפאנגען גאנץ וויליאמסבורג וואס האבן באוויליגט זיך צו באזעצן ביי אונז אין קרעטשמע, יהא בואם לברכה
בלאט: 1 2 3