יא יא האט געשריבן:מהר"א האט געמאכט דראסטישע טוישונגען אין די וועלט פון תורה ווי קיינער בעפאר און די וועלט פון שמחות ווי קיינער בעפאר און די וועלט פון כשרות ווי קיינער בעפאר און דאס האט מחי' געווען דעם צדיק
דריי זאכן האסטו אנגערירט, תורה שמחות און כשרות, אונז וועלמיר צונעמען תורה און כשרות, שמחות וועלן מיר דערווייל לאזן אין א זייט.
תורה, אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט געמאכט דראסטישע טוישונגען אין די וועלט פון תורה! מן הסתם מיינסטו מיט די חבורות יסודי התורה און תורתך שעשועי, ערשטנס דארף מען אראפשניידן האלב ווייל תורתך שעשועי האט מיטן רבי'ן קיין כי הוא זה, ניטאמאל האט ער עס אנאנסירט ווי ער האט געטון ביי יסודי התורה, עס איז געגאנגען פאבליק דורך התאחדות אברכים, און זיי זענען די וואס פירן עס (איך וויל נישט רעדן איבער דאס אז עס איז ר' יצחק שווארץ'ס איידיע, אויך וויל איך נישט רעדן איבער דאס אז ער איז קודם געגאנגען צו מהרז"ל דערמיט, ווייל עס איז נישט קיין אפיציעל באקאנטע פרטים און מען קען דערויף גארנישט בויען און אנאליזירן).
יסודי התורה "דעם רבי'נס חבורה", ל"ג בעומר תשס"ו האט ער עס אנאנסירט און דאס האט אנגעדרייט א "מהפכה" אין די וועלט פון תורה ביים חסידישן עולם! והא ראי', סיי דער בלאט שרייבט אזוי און סיי דער רבי זאגט אליינס אזוי, און דערפאר?! וויפיל אידן אינדרויסן פון סאטמאר לערנען דאס? וואו האסטו געזעהן אז דאס זאל האבן א אפעקט אויף די דרויסענדע וועלט'ס תורה לערנען?! ווען מפעל הש"ס איז נתייסד געווארן ווייסטו? וויפיל אידן זענען אנגעשלאסן געווען אין דעם ווייסטו? ווייסטו אז תולדות אהרן האט שוין יארן לאנג א עמוד היומי סדר? ווייסטו וויפיל מיני חבורות בעלז פארמאגט? ווען איז דרשו באשאפן געווארן? וויפיל חסידישע לערנען דרשו ווייסטו? וויפיל חסידישע לערנען דף היומי אן דרשו ווייסטו? ניין, פון וואו זאלסטו וויסן? דער בלאט שרייבט נישט דערוועגן, דער רבי רעדט נישט דערוועגן, און אז מען ווייסט נישט דערפון קען דער בלאט רואיג שרייבן אז דער רבי האט משנה געווען און געמאכט אז חסידים זאלן לערנען, און ווען איך גיי אריין אין א ביהמ"ד און איך זעה חסידישע אידן לערנען גלייב איך אז טאקע, דער רבי האט געמאכט א מהפכה כדוגמת מהפכת סדום.
וויפיל רשעות ליגט דערין אפצוסטעמפלען שטיקער פון כלל ישראל אז זיי האבן נישט געלערנט ביז "מיין רבי" האט מיר געהייסן לערנען?!
"ישראל ואורייתא" האסט שוין געהערט אמאל פון אזא מסגרת? איז דאס געעפנט געווארן פאר דרויסענדע אדער פאר סאטמארע? ווער האט עס געעפנט? ווער האט עס אויפגעפיקט? פיין, די מייסדים זענען צופעליג כמעשה'דיגע חסידים פון מהר"א, געעפנט האט מען עס נאך איידער דעם ברך משה'ס פטירה, און משום איזה סיבה שהוא האבן עס בעיקר די וואס זענען היינט נאכפאלגער פון מהרז"ל אויפגעפיקט און געלערנט, יסודי התורה האט איהם גענצליך אויסגעשלאסן יעדע מעגליכקייט אז עס זאל ווערן אויפגעפיקט אויך אינערהאלב די רייען פון חסידי מהר"א.
אבער, "דער רבי - מהר"א - ער האט געמאכט דראסטישע טוישונגען אין די "וועלט" פון תורה", אז וואס??????
וואס הייסט? בחינות! און מהרז"ל האט איהם אפי' נאכגעמאכט! מען קען רעדן זיין פון דעם אויך אבער עס איז נישט נוגע אהער ווייל די בחינות עפאכע זענען יונגער ווי די שמועסן מיט רב וואזנער...
און אויב ווילסטו זאגן אז תורתך שעשועי איז יא דעם רבי'נס קרעדיט ווייל התאחדות אברכים איז זיינס אדער עני אנדערע תירוץ דאן נוץ איבער דעם פריעריגן שורה, עס איז אינגער ווי די שמועסן מיט רב וואזנער, פינטל.
כשרות: דא בין איך ממש סטאק, נישט מעגליך אפצופרעגן!
"דער רבי האט אויפגעטון אין כשרות", יא דער סאטמאר רב זי"ע האט אויפגעטון אין כשרות, ריכטיג. אבער דאס מיינט נאכנישט אז מהר"א אויך... אבער למעשה האט ער דאך יא אויפגעטון סוי מיינט עס יא איהם, פיין, מיט וואס? אודאי, יעדער חדר אינגל בכל קצוות תבל ווייסט, פלייש און מצות.
דא וועלן מיר אויך מצות לאזן אין א זייט (ווייל אפי' נניח אז עס איז א זיכערע אויפטוה, די וואס ווייסן ווייסן אז דער רבי איז בסך הכל געווען א מארקעטער... אבער מיר וועלן לאזן אז פאר די איין זאך קומט איהם יא קרעדיט, און פאר איהם נישט פאר אנדערע).
פלייש, אפשר זאגט איר מיר וואס מהר"א האט אויפגעטון ביי פלייש?! דאס אז ער האט געעפנט א בית השחיטה און עס א נאמען געגעבן בית השחיטה "המהודרת" מיינט נאכנישט אז עס איז טאקע מהודר, און דאס מיינט אודאי נאכנישט אז עס איז מער מהודר ווי אנדערע, פונקט ווי ווען 82 רופט זיך "סאטמאר" פלייש ווערן זיי נאכנישט "די" סאטמארע בוטשער, בסך הכל איז עס א מארקעטינג טיפ .
אבער לאמיר קוקן אינעווייניג און זעהן וואו מיר טרעפן די מהודר'דיגקייט.
קומט דער רבי און מאכט אונז גרינג די ארבעט, ווען ער קען ווארפט ער אריין די מעלות פונעם בית השחיטה, טריקענע בדיקה נאסע בדיקה, געהעריגע באקס איבערגעדרייטע באקס, אידישע ארבעטערס גויאישע ארבעטערס, חסידישע אידן ליטווישע אידן וחוזר חלילה איינמאל און נאכאמאל, און אלע בעלי בתים וואס זיצן ביי די דרשה זיצן מיט אפענע מיילער ווי כאילו רבינו הגה"ק איז מגלה דא רזין דרזין וואס אלע בתי שחיטה פראבירן צו באהאלטן...
זאגט מיר, איר קענט א נישט סאטמארער וואס איז מקפיד צו עסן דוקא פון די "מהודר'דיגע קר"י'ע שחיטה"?!
מהר"א אליינס, ווען איז געווען די ערשטע מאל וואס ער האט באפוילן אז מען זאל נישט עסן פון אנדערע שחיטות? אויב מיין זכרון פאפט מיר נישט איז עס געווען ביי צומת הגידין (וואס דאן האט ער אויך נאר גערעדט פון זיין שאצונג, אהן מברר זיין למעשה וואס אין מאנטריאל גייט פאר, ווייל אין מאנטריאל לאזט מען נישט אריין...).
אבער דער רבי האט געמאכט "דראסטישע טוישונגען" אין כשרות, ווי קיינער בעפאר...
סך הכל, אז איך האב מעלות מיינט נישט אז יענער נישט און "רעדן" פון די אייגענע מעלות מיינט נאך אויך נישט אז יענער האט נישט, איי פארוואס ווייסן אלע בחורים (און אומטראכטענדע בעלי בתים) אז "אונזער קהילה" שטייט די העכסטע און טוט די מערסטע? ווייל אזוי זאגט דער רבי, און דער בלאט באשטעטיגט עס, איז עס דאך ברור ומבורר!
פרעגסטו יעצט א באמבע קשיא:
יא יא האט געשריבן:יעצט וואלסטו געוואלט אז הר' וואזנער זאל זיך מטפל מיט אזעלכע נארישע פראגן צו איז ער געווען די ערשטע ? צו איז עס טאקע ער געווען ? ער האט נישט צייטט געהאט פאר אזעלכע לופטיגע דיסקאשענס ער האט מיטגעהאלטן וואס ער האט מיטגעהאלטן און געטון דערצו וואס זיין היילג מח האט פארשטאנען און פערטיג מחזק געווען ער האט זיך נישט געהאלטן ביים מפלפל זיין מיט נארישע בחורישע שמועסן
טאקע א באמבע קשיא!!!
אבער דאס איז אלעס גוט ווען מהר"א זאל ווען האבן געמאכט "דראסטישע טוישונגען" פון וואס "כלל ישראל" זאל וויסן און הנאה האבן, אבער זינט מיר ווייסן אז די אלע מעכטיגע "פעלים לתורה" וואס מהר"א האט "אויפגעטון" זענען ריזיגע בעלאאן'ס פול מיט לופט ספעציעל אנגעבלאזן "לכבודו" פון מהר"א, שטעלט זיך א אנדערע פראגע, ווער האט רב וואזנער'ן איינגעבאקן די אלע שטותים אז איך זאל איהם דארפן אויפקלערן די הוילקייט דערפון??? פלעגט ער אויך ליינען דער בלאט???
יא יא האט געשריבן:איך האב אריין געטראכט און ווי מער איך טראכט אלס מער זעי איך ווי גערעכט איך בין
איך ווייס נישט וויאזוי איר טראכט דורך אזעלכע ענינים, מיין מהלך איז טראכטן וויאזוי איז געווען אהן איהם, וויאזוי וואלט געווען אהן איהם, וויאזוי איז מיט איהם און דערנאך מאכן א סך הכל צו זעהן די פארדינסטן צו פארלוסטן, און די אויבן געשריבענע זענען די רעזולטאטן.